בלאט 1 פון 1

בוש איז שולדיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:04 pm
דורך געוואלדיג
ווען פרעזעידענט אבאמא יר"ה האט קאמפעינט ביי די מאסן אין 2008 אויך צו ווערן פרעזידענט, האט ער גענוצט א טאקטיק וואס האט זייער גוט געארבעט ביי די דעמאקראטן און אפילו ביי די רעפאבליקאנער, נעמליך צו באשולדיגן בוש אין אלע אמעריקאנער פראבלעמען, עקאנאמיע אין די ערד - בוש, גרעניץ נישט סעיף - בוש, פראבלעמען מיט אנדערע לענדער - בוש, וכו' וכו', אלעס איז בוש שולדיג, עס האט גוט אפעלירט און אפילו געמאכט סענס, און ער האט באקומען דעם ווייסן הויז,

אבער נישט נאר די דעמאקראטן זענען געפאלן פאר דעם, נאר אפילו די רעפאבליקאנער האבן זיך דערשראקן פון די פראפעגאנדע, אויף אזוי ווייט אז נישט נאר זיי האבן נישט באשיצט זייער פרעזידענט נאר האבן איהם גאר אליין דערווייטערט פון זייער פארטיי, זיך איינרעדנדיג אז דאס גייט צוריקברענגען די געטרוי פון די מאסן צו זיי, און ווי אונז ווייסן האט עס זיי געהאלפן א רעטעך.

עס איז אריבער 3 און ½ יאר און מען שטייט ווידער פאר פרעזידענטליכע וואלן. יעצט איז שוין אבאמא דער דעמאקראט אינעם ווייסן הויז און האט שוין לכל הדיעות געקענט פאררעכטן געוויסע פראבלעמען וואס דער טיפש בוש האט אנגעמאכט, און כמובן האט ער בכלל אין די ½3 יאר שוין עפעס געקענט אויפגעטון אדער חרוב מאכן, יעצט איז דאך שוין זיכער די סוקסעסן זיין קרעדיט און די דוכפעלער אויך זיינע, אבער ניין, ער שטעלט זיך ארויף און מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט ער, די עקאנאמיע איז נאכאלס נישט גוט? בוש! מיט רוסלאנד זענען די באציאונגען געפערליך? בוש! האסט נישט קיין געלט אין טאש? בוש! געווען נאך טעראר אטאקעס אין אמעריקא? בוש! וכו' וכו' וכו', לכאורה וואלט יעדער אנגעקוקט אזא מהלך טפשות'דיג און אומ'אחריות'דיג, וואו ביסטו געווען אין די פאר יאר, האסטו גארנישט אויפגעטוהן? האסטו גארנישט פארראכטן? ביסט ממש געווען מיט געבינדענע הענט? האסטו נישט געטוישט פאליסיס? אויב טאקע נישט, דאן ביסטו נישט קוואליפיצירט צו זיין פרעזידענט אויב קענסטו גארנישט אויפטוהן אין ½3 יאר, און האסט נישט רעכט צו בעטן פון די מאסן נאר א קאדענציע, און אויב קענסטו יא און האסט יא געטוהן זאכן, ווי קומט בוש אריין אין בילד? דו ביסט שוין אין טשארטדזש אפאר יאר, וואו ביסטו צו נעמען אחריות אויף די לעצטיגע יארן אויף די הצלחות און אויף די דורכפעלער?

אבער קיינער האט געפרעגט, קיינער האט געזאגט, און ער האט געווינען נאך 4 יאר, פארוואס טאקע, ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן טעיתי אדער צו נעמען אחריות אויף טעותים, עס איז פיל גרינגער צו באשולדיגן יענעם ווי איידער זיך, און באמת ביים אנהויב איז ער טאקע גערעכט געווען, וועמענ'ס אחריות איז א צוברעכענע עקאנאמיע אויב נישט דער פרעזידענט וואס איז דעמאלטס איז ווייסן הויז, אבער ווי לאנג האלט דאס אן, ווי לאנג איז יענער שולדיג? ווען ווערסטו שולדיג ווייל דו ביסט פרעזידענט? ווען ווערן זאכן דיין אחריות?

*****

וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט?

עס זענען דא געוויסע וואס נעמען די מהלך פון אבאמא אלס א לעבנ'ס וועג. איך געדענק ווי איינמאל אלס בחור האב איך געשמועסט מיט א געוויסן איד אין די מיטעלע יארן וואס איז געווען א שות"מ אזוי ככה ככה, און ער האט מיר מסביר געווען אז אלעס איז שולדיג עפעס א מלמד וואס האט איהם געשלאגן אלס קינד. איך האב איהם גארנישט געענטפערט, אבער מיין תשובה וואלט געווען צו איהם, ריכטיג יענער מלמד האט געטוהן רשעות ואכזריות און וועט בראטן פאר דעם אין גהנם, אבער ווי איז דיין חלק אין די מעשה? וויפיל יאר איז עס יענעמ'ס אחריות? ווען נעמסטו אחריות אויף דיינע מעשים? מיט דעם מלמד'ס פעטש האסטו באקומען א פרי פעסס צו טוהן ככל העולה על רוחך?

עס איז דא א פראבלעם אין אונזער קאמיוניטי, מען האט גענומען א תורה וואס איז דרכיה דרכי נועם און געטוישט צו עפעס וואס איז רגליה יורדות מות, און אונז אלע ליידן פון דעם איינער מער און איינער נאך מער, און מען דארף דאס טוישן ווי פריער, הקולר תלוי בצווארם פון די וואס סיפק בידן לעשות אבער אנשטאט וועלן זיי אויס צו זיצן על סיר הבשר, און השי"ת וועט זיך זיכער אפרעכענען מיט זיי און עס איז א מצוה צו מפרסם זיין זייערע מעשים.

אבער!

עס מאכט נישט ווייניגער די אחריות פון יעדן יחיד ויחיד, יעדער איינער קומט אמאל לכלל דעת ווען ער איז שוין אליין משיג און מבחין בין טוב לרע, צווישן וואס איז יא ריכטיג און נישט ריכטיג, און כאטש וואס די השפעה פון די חינוך הקלוקל בלייבט אינעם מענטש האט ער פארט די בחירה צו בוחר זיין בטוב.

עס זענען דא פילע וואס נעמען זייער אחריות אין די הענט און האלטן אן די ערליכע טראדיציע, כאטש וואס אין איהר נאמען טוהט מען אזוי פיל רשעות, ווייל מיט זיין דעת איז ער מבחין צווישן די ריכטיגע מסורה און די רשעות וואס מען פארשלייערט דערין, ער ווייסט אז כאטש וואס ער האט געליטן אלס קינד אבער ער איז מער נישט קיין קינד און פונקט ווי אין געזעץ און געריכט וועט נישט ווערן אנגענומען א טענה פון איינעם אז ער האט פארלעצט די געזעץ ווייל א פאליסמאן האט איהם אמאל בא'עוול'ט, אזוי ווערט נישט אנגענומען קיין טענה איך טוה וואס איז נישט ריכטיג ווייל אמאל האט מען מיר בא'עוול'ט אדער אפילו ווייל מען בא'עוול'ט מיר יעצט.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען מחליט צו פארלאזן ליידער די תורה ומצוות, צו אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, ועל זה דווה לבנו און מען דארף מתפלל זיין פאר זיי, אבער זיי ווייסן אז עס איז זייער אחריות, זיי טוהען דאס מיט א גאנצן געוויסן וויסנדיג די קאנסעקווענצן פון זייער שריט, אבער זיי האלטן אז דאס איז וואס זיי ווילן טוהן, צו מחמת שווערקייט פון תורה ומצוות צו מחמת זייער שכל, זיי טראגן אויך זייער אייגענע אחריות און באשולדיגן נישט קיינעם.

עס איז דא א דריטע סארט מענטש, ער האט אויך מחליט געווען צו אפלאזן תורה ומצות, אבער זיין געוויסן איז נישט גאנץ, ער איז נישט זיכער אין זיין וועג, בלייבט ער כל ימיו א קינד, ער טוהט ווי אבאמא, נישט קיין חילוק וויפיל יאר עס איז שוין אריבער, נישט קיין חילוק וויפיל ער איז געוואקסן און זיין שכל איז געוואקסן, בליייבט ער מיט די קינדערישע בליק אז יענער איז שולדיג, אזוי ווי מיין 5 יעריגס וואס ווען איך פרעג איהם וואס איז געשען וועט די ערשטע תשובה זיין יענער איז שולדיג, פאר איהם איז דאס טאקע לויט זיין יארגאנג, אבער דו!?

אנטשולדיגט! ביסט שוין א גדול אויך לויט דינא דמלכותא, פראביר נאר ענטפערן אין געריכט אזעלכע תשובות ווי אז דיין מלמד אדער דיין טאטע זענען שולדיג ווייל אמאל וכו', עס פארמינערט נישט פון זייער רשעות אדער אחריות פאר זייערע מעשים אבער דו ביסט פונקט אזוי שולדיג אין דיינע מעשים, נעם די אחריות אין דיינע הענט, וואקס אויף, אויב טוהסטו גוט מה טוב, און אויב נישט באשולדיג נישט קיינעם נאר דיר אליין.

ווען א בעל תשובה נעמט זיך דאס לעבן חלילה וואלט קיינער באשולדיגט די עלטערן און זיין אלטן לעבן שטייגער, נאר אז די פרומע לעבן איז אזוי שווער וכו', אבער אויב איינער וואס איז געווען פרום און האט אלעס אפגעלאזט נעמט זיך דאס לעבן ל"ע איז עס אייביג א פלעק פאר אונז, אונז זענען אייביג שולדיג נישט קיין חילוק וויפיל יאר עס איז אריבער זייט ער געהערט ליידער מער נישט צו אונזער קאמיוניטי, נישט קיין חילוק וויפיל סופארט ער האט (נישט) באקומען פון זיין נייע קאמיוניטי.

וואקס אויף! האסט אויסגעוועלט א נייע וועג, דו זוכסט אנדערע גליקן, איך הער, אבער טראג דיין אחריות אינגאנצן, אויב וועסטו מצליח זיין וועלן מיר נישט זיין די גורם, און אויב וועסט זיך נעמען דאס לעבן וועלן מיר אויך נישט זיין שולדיג! נעם אחריות אויף דיינע מעשים! וויפיל יאר ברויך אריבער גיין ביז ווען דו וועסט שוין זיין שולדיג אויף עפעס? לעולם ועד בלייבסטו א טלית שכולה תכלת און נאר אונז זענען שולדיג? דו וועסט בלייבן ביז משיח'ס טאג א אומשולדיג שעפעלע

יא עס איז דא פראבלעמען אין אונזער קאמיוניטי, יא מען דארף דאס אין אכט נעמען, און אוודאי ווען איינער וואס איז געווען אין אונזער קאמיוניטי און איז ארויס נעמט זיך דאס לעבן דארף דאס דינען ווי א וועיק אפ קאל פאר אונז, אבער דאס איז פאר אונז צווישן אונז, נחפשה דרכינו ונחקורה, דאס פארמינערט נישט און נעמט נישט אוועק קיין כהוא זה פון יעדנ'ס אייגענע אחריות, ווארף נישט די שולד אויף קיינעם, לגבי דיר איז קיינער נישט שולדיג חוץ פון דו אליין, נעם זיך אין די הענט אריין און סטאפ צו זוכן דעם שולדיגן.

עס איז שוין העכסט צייט פאר די אטד קאמיוניטי צו טראגן אביסל אחריות פאר זייערע מעמבערס, און אנשטאט צו כסדר קוקן אויף צוריק און באשולדיגן זייערע אלטע באמפס אויפן וועג, פעלט זיך אויס א ערנסטע בדק הבית פארוואס טרעפן זיי נישט סופפארט צווישן זיי אליין, פארוואס קענען זיי זיך נישט גענוג, פארוואס איז דא אזוי פיל סועסייד ביי זיי, וואס דארפן זיי טוישן אויף צו האבן א בעסערע לעבן, די אלע טענות וואס זיי האבן אויף אונז וואס בלייבן געטריי צו תורה ומצוות זאלן זיי אויסדרייען צו זיך, זיך קוקן אין שפיגל און פרעגן אויפריכטיג וואו בין איך?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: ייש"כ. דו האסט ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה למחשבה. דאס דערמאנט מיך א מעשה פון ווען איך בין געווען א יונגל. אין אונזער געגנט איז געווען איינער א נישט רעליגיעזער פארשוין. מידל עידזש'ד.האט ער אמאל געזאגט פאר מיין טאטע אז ווען ער האט געלערנט די רש"י (כ'מיין אין פ' בא) וואו רש"י זאגט...טוב שבגויים הרוג. טוב שבנחשים רצוץ את מוחו...האט ער געפרעגט זיין רבי..."אבער ס'דאך דא גוטע גויים אויך"...די רבי האט איהם געגעבן א פאטש. איז ער ארויס פון חדר און געווארן פריי. ביי די 2'טע וועלט מלחמה האט ער איינגעזעהן אז זיין רבי איז געווען גערעכט...אזוי האט ער געזאגט...!
אבער ער איז שוין געבלבין פריי... :cry:

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
שיינע ארטיקל! אביסל @ברסלבער סטיל, אויב מען מעג זאגן (אלס קאמפלימענט).

בדרך כלל נעם איך נישט קיין צד אין די מחלוקת דא, ווייל איך האלט אז קיין איין עקסטרעם איז נישט גענצליך ריכטיג, אזא @מאיר הערש איז געפערליך איינזייטיג, און מצד אחר אזא מושב זקנים נאך מער; למעשה איז שווער צו פארגלייכן 2 פרעזידענטן צו קינדערישע יארן, וואס דאס איז דער יסוד החיים פון א מענטש, און חז"ל זאגן שוין חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו, ממילא איז נישט דער משל ממש דומה לנמשל, אויב האבן חרד'ישע אידן גורם געווען א חורבן אין איינעמ'ס לעבן אויף אזא מדריגה אז יענער געפינט נישט קיין שום צופרידנקייט אין דעם לעבן און שפעטער פירט עס צו אומגליקן ברוחניות ובגשמיות, איז עס נישט גלייך ווי אבאמא ווארפט די שולד אויף בוש, נאר עס פאדערט באמת התבוננות פארוואס די זאכן פאסירן.

איך האב אמאל באשריבן מער באריכות דער חילוק צווישן CAUSE און TRIGGER, איך מיין מען קען עס דא שטארק נוצן, אודאי דער טריגער סוף המעשה איז אז יענער האט איבערגעלאזט דעם דרך הישר, און יענער איז געווארן דעפרעסד, און די אט"ד געמיינדע האט א גרויסע ראטע פון סועסייד, אבער די שאלה איז וואס ליגט אונטער דעם, וואס איז דער CAUSE, די סיבה אז יענער איז אנגעקומען ביז אהער? דאס וויל מאיר הערש און אנדערע באהאלטן אונטערן טעפיך, און איינרעדן אז ביי אונז היימישע אידן איז אלעס גלאנציג, נאר דארטן ביי די אטד חברה איז אלעס שווארץ ווי קויל און מען נעמט זיך דאס לעבן ווייל מען פארלירט דעם סיפוק החיים. דאס איז אויך נישט ריכטיג, עס האט א סיבה פארוואס אזויפיל חברה קומען אן דארטן (יא כ'ווייס, דער סמארטפאן איז שולדיג), און מיר קענען נישט זאגן אינגאנצן "ידינו לא שפכו את הדם הזה"! איך מיין נישט יעדן איינעם, ס'רוב ביי אונז זענען וואוילע אידן וואס טשעפען נישט אנדערע, איך דריי מיך אין מערערע בתי מדרשים און ב"ה מען זעהט ווי אידן זענען באמת פריינדליך איינער צום צווייטן, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, אבער די קצה המחנה סיקריקים, די עקסטרעמיסטן וואס פארגרוילן דאס אידישקייט ביי יעדן נארמאלן מענטש - און ליידער האבן זיי די אויבערהאנט איבער די רבנים און די תקנות פון אונזערע קהלות - הם היו בעוכרינו, זיי האבן א גרויסן חלק אין די שרעקליכע מעשיות וואס מען הערט זיך אן; ווי אויך די וואס פייניגן די קינדער צופיל פאר זייער אייגענע נחת און זייער נאמען אין די גאס, און מיינען בכלל נישט השי"ת און זיין תורה, אדער מחנכים וואס גיבן נישט אריין אהבת תורה ויר"ש נאר דאס פארקערטע. ממילא אז אזא קינד וואקסט אויף וויל ער נישט וויסן פון אידישקייט, און נעמען שפעטער אליינס אחריות אויף זיינע מעשים איז זייער, זייער שווער, און עס פאדערט פראפעסיאנאלע הילף ברוחניות ובגשמיות, מען דארף אסאך חיזוק.

איך זאג נישט אז אלע אט"ד'ס זענען אין דעם בחינה, אודאי זענען פאראן מאנכע וואס האלטן נישט ביי גארנישט, און זאגן בשרירות לבי אלך, אפילו זיי האבן געהאט א פיינעם חינוך און וואוילע עלטערן מיט אסאך ליבשאפט פון די משפחה ארום, אסאך זענען אנגעקומען דארט צוליב זייערע תאוות, אדער נסיונות אין אמונה, אדער שלעכטע חברים, דאן קען מען טאקע נישט באשולדיגן אונזער קאמיוניטי; אבער מען דארף וויסן אז עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס, און עס איז נישט אזוי פשוט, ווי כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל, אונטער די וואולקאן בארג וואס שיסט לאווא איז פאראן ריזיגע בערג מיט ווייטאג דערונטער וואס ברענט שוין יארן בעפאר, אבער מיר זעען נאר דעם שפיץ פון די אייזבארג, כ'מיין, נאר די לאווא וואס שפריצט פון אויבן, עס איז נישט ריכטיג, מען דארף אריינקוקן וואס טוט זיך אונטער דעם, צו זעהן דעם גאנצן בילד, נישט זיין מצומצם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:56 pm
דורך געוואלדיג
א משל הייסט א משל נאר ווייל עס איז נישט פונקט ווי דער נמשל, די נקודה איז אז כאטש כדברך וכדברי דארפן אונז מאכן א ערנסטע חשבון הנפש און אן קוקן יעדע סועסייד ווי א אות קלון פאר אונזער קאמיוניטי, האט דאס נישט קיין שום שייכות מיט זייער אחריות, ווען עס זאל קומען א רב צו סתם א פרומער איד און זאגן מיט ווייטאג ווי דער נביא זאגט איכה היתה לזונה קריה נאמנה מלאתי משפט צדק ילין בה ועתה מרצחים איז אלעס פיין און וואויל ווי איך האב אליין געשריבן
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז דא א פראבלעם אין אונזער קאמיוניטי, מען האט גענומען א תורה וואס איז דרכיה דרכי נועם און געטוישט צו עפעס וואס איז רגליה יורדות מות, און אונז אלע ליידן פון דעם איינער מער און איינער נאך מער, און מען דארף דאס טוישן ווי פריער, הקולר תלוי בצווארם פון די וואס סיפק בידן לעשות אבער אנשטאט וועלן זיי אויס צו זיצן על סיר הבשר, און השי"ת וועט זיך זיכער אפרעכענען מיט זיי און עס איז א מצוה צו מפרסם זיין זייערע מעשים.


עס זענען דא פילע וואס נעמען זייער אחריות אין די הענט און האלטן אן די ערליכע טראדיציע, כאטש וואס אין איהר נאמען טוהט מען אזוי פיל רשעות,

וכו'

יא עס איז דא פראבלעמען אין אונזער קאמיוניטי, יא מען דארף דאס אין אכט נעמען, און אוודאי ווען איינער וואס איז געווען אין אונזער קאמיוניטי און איז ארויס נעמט זיך דאס לעבן דארף דאס דינען ווי א וועיק אפ קאל פאר אונז, אבער דאס איז פאר אונז צווישן אונז, נחפשה דרכינו ונחקורה, דאס פארמינערט נישט און נעמט נישט אוועק קיין כהוא זה פון יעדנ'ס אייגענע אחריות, ווארף נישט די שולד אויף קיינעם, לגבי דיר איז קיינער נישט שולדיג חוץ פון דו אליין, נעם זיך אין די הענט אריין און סטאפ צו זוכן דעם שולדיגן.


אונזער אחריות האט מיט אונז אבער עס האט קיין שייכות מיט זייער אחריות, ווען עס קומט א אטד און טריאומפירט מיט אזא מעשה איז ער ווי א טיפש וואס מען האט איינגעזעצט פאר נישט פאלגן געזעצן און ער זאגט, זעהט איך האב געוואוסט אז די געזעצן זענען רשעות'דיג, די נקודה איז אז נישט קיין חילוק וואס אונזער אחריות איז, טראגט יעדער אחריות אויף זיך אליין, דער נפטר אליין זאגט נישט מיט שמחה יעצט זעעעההסט?! אבער די וואס לעבן נאך זאגן יא און דאס איז טפשות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: ייש"כ. וואס דו שרייבסט אין לעצטן פאראגראף דערמאנט מיך אין א שטיקל מילתא דבדיחותא. וואס איך האב ליידער געליינט אין דעם געפגר'טן, אנטיסעמיטישן ריעדער'ס דיידזשעסט.
א מענטש וועלכער איז געווען וואס מ'רופט א הייפאקאנדריאק. א מענטש וועלכער איז אייביג ביזי מיט זיינע פארשידענע מחלות. עכטע און איינגערעדטע. פאר ער איז געשטארבן האבן איהם זיין משפחה געפרעגט וואס ער וויל מ'זאלל שרייבן אויף זיין מצבה. האט ער געענטפערט אז מ'זאלל שרייבן כהאי לישנא...עטץ זעהטס אז איך בין געווען גערעכט...!... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 5:17 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געוואלדיג[/tag], זייער גוט ארויסגעברענגט די מצב.

שוין יארן צוריק געווען א שמועס אין אקאדעמישע וועלט, אויב איינער וואס וואקסט אויף אין א נידריגע געגנט, מיט פארברעכנס, און וואקסט זעלבסט אויף א פארברעכער, צו מ'קען אים דן זיין פאר זיינע פארברעכנס אדער ער איז אומשולדיג צוליב זיין אויפגעהאדעוועט ווערן אין די פארברעכערישע געגנטער.

למעשה איז געבליבן אז אזא איינער איז ווייטער שולדיג. חז"ל זאגן שוין 'היה לו ללמוד ולא למד'.


א רחמנות איז ער טאקע, באשולדיגן וועט ער טאקע זיין יוגנט, אבער פאקטיש בלייבט ער שולדיג: היה לו ללמוד ולא למד. זיך אייביג אנצוהענגען אויף א צווייטן איז דער קונץ פון א שוואכער.

ווען איינער ווערט א 'שמייסער' צוליב'ן כאפן פעטש פון זיין מלמד/טאטע/מנהל, איז ער נישט אומשולדיג. סך הכל האט ער געטראפן נאך איינער וואס קען זיך באטייליגן אין זיין שולד.

ווען איינער ווערט אן אט"ד, און נעמט זיך דערנאך זיין לעבן, איז ער נישט אומשולדיג. סך הכל האט ער געטראפן נאך איינעם וועם צו בלעימען אין זיין יעצטיגן ביטערן לעבן.


איך וואלט גראדע גענומען א דוגמא פון אונזער [tag]שבת אחים[/tag], וואס הגם ער איז אריבער סאך מער פון די עוורידזש אט"ד, האט ער מחליט געווען צו קוקן אויף זיין עתיד ענדערש ווי נאר אויף זיין עבר. ער איז געסעטלט, ער האט א פרנסה, ער האט חברים, און ער ווייזט אז ס'איז יא מעגליך צו נעמען די רעלסן אין די אייגענע הענט.

Re: בוש איז שולדיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:22 pm
דורך מפוזרי
געוואלדיג גוט, אבער איינע פון די הויפט פראבלעמען פון אונזער חינוך סיסטעם - ולדעתי איז דאס די סאמע הויפט - איז טאקע אט דאס: מ'לערנט נישט אויס, צו נעמען אחריות!
נאכמער:
מ'לערנט אויס, נישט צו נעמען אחריות!

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:59 pm
דורך וואלווי
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג גוט, אבער איינע פון די הויפט פראבלעמען פון אונזער חינוך סיסטעם - ולדעתי איז דאס די סאמע הויפט - איז טאקע אט דאס: מ'לערנט נישט אויס, צו נעמען אחריות!
נאכמער:
מ'לערנט אויס, נישט צו אחריות!


ער זאגט טאקע געוואלדיג און די לייגסט צו נאך א וויכטיגע נקודה וואס דאס דארף מען אבער משלב זיין טאקע מיט אבאמא 08 כנ"ל און מיט'ן נוסח פון מיכאל שליט"א "יא די קענסט".

דהיינו, מ'דארף לערנען אונזער עולם באהבה רבה ובאהבת עולם אז א יעדער מענטש האט האפענונג און כח צו טראגען זיין אייגענען אחריות און בוחר זיין צו לעבן פראדאקטיוו און וועט מצליח זיין.

Re: בוש איז שולדיג

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 9:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, דער משל מיט די נמשל שטימען געוואלדיג (excuse the pun).
בוש איז געווען א געפערליכע פרעזידענט, און מיר ליידען נאך היינט פון זיין טפשות, קטנות און אראגאנץ. נאר טאמער אבאמא קען גארנישט טוהן דערוועגען, וואס פארא חילוק מאכט עס? דער תירוץ צו בוש מוז מען אויך אויפווייזען, נישט נאר דער קשיא.
וכ"ה לעניינינו. טאמער אן א.ט.ד. קומט זאגען אז אונזער סיסטעם טויג נישט, מוז ער ברענגען א תירוץ. יא, גערעכט! האסט א קשיא. אבער דאס קענסטו רואיגעהייט וויסען אז דער ניו טעסטעמענט איז נישט דער לעזונג דערצו

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:50 pm
דורך קאווע טרינקער
אין הדבר תלוי אלא בי.
ס'איז א גוטע השכל-מוסר, אפילו פאר On the derech...

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 8:22 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
שיין אשכול אין ריכטיגע ווערטער.
די קעפיל וואלט איך אבער געטוישט.
בוש איז נאר די משל פון די הערליכע נמשל

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 12:45 pm
דורך אויסגערוט
עס איז א טעות אז דער קעפל דארף זיין לויט דער נמשל. אז דער נמשל ווערט גלייך ארויסגעברענגט אויף דער קעפל נעמט עס אוועק פון דער שיינקייט

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2016 1:48 pm
דורך זבולון
אמת'דיג גערעדט האב איך נישט מיטגעהאלטן די גאנצע וויכוח, אבער איך מיין אז איך קען צולייגן מיינע צוויי צענט, ווי אזוי איך קוק אן דעם בילד:

  • סיבה / גורם - ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט שוין ערקלערט איז דא א חילוק צווישן א סיבה און גורם, בשעת וואס דער גורם קען מען אין מערסטנס פעלער ערקלערן, מ'מאכט א פאליס אינוועסטיגעישן אויף יעדע אינצידענט און מ'געפינט אויס וואס איז געווען דער גורם צום אינצידענט. אבער די סיבה, און דאס מיין איך די גאנצע בילד ארום, איז אוממעגליך צו באקומען קלאר.

    עס זענען פארהאן מענטשן וואס האבן אויף אלעס הסברים. פארוואס איז יענקל געווארן אן עיטאיסט? ווייל ער האט איינמאל זיך אנגעשטויסן אין א מיסיאנערישע לופלעט פון דזשהאווא וויטנעסעס, און פון דארטן ביז עיטאיזם נישט מער ווי א טריט. פארוואס האט חנה זיך גע'גט? אה, זייער פשוט, ווייל איהר מאן האט געגעסן אריזאנער פלייש. פארוואס ווערט דוד נישט קיין חתן? ווייל ער דאוונט אין די באלעבאטישע מנין.

    דאס איז זייער א גרינגע וועג ווי אזוי די אלץ-ווייסער האבן ליב צו ערקלערן, אבער עס איז ווייט פון די אמת, עס איז א פוילע אויבערפלעכליכע וועג און צומאל אויך א רשעות'דיגע מהלך. יעדער קלוגער מענטש פארשטייט, אז א מענטשליכע לעבן איז אסאך מער רייכער ווי אן איין-מינוט'דיגע געשעהניש, כדי צו פארשטיין פארוואס יענקל איז געווארן אן עיטאיסט, וועסטו דארפן מיט לעבן זיין גאנצן לעבן און דאס וועט נאך אלס נישט זיין גענוג, דו וועסט דארפן פארנעמען און פארדייען אלעס מיט זיינע אייגנארטיגע נאטורן און זיין ספעציפישע די. ען. עי. (דאס איז פשט "אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו שלעולם לא תגיע").

  • אחריות - ווען מיר רעדן פון אחריות, הייסט עס אז מיר גלייבן אין א פרייע בחירה אנושית פאר יעדע מעשה וואס איז געטוהן און וועט געטוהן ווערן עלי אדמות. אויב א מענטש האט א בחירה, און ער האט געקליבן זיין בחירה, איז אנגענומען אז ער איז רעספאנסיבל פאר אלע קאנסעקווענצן וואס קומען ארויס פון זיין בחירה.

    מיר מענטשן זענען אייביג צוגעוואוינט אז יעדע געשעהניש מוז איינער נעמען רעספאנסיביליטי, אויב איז די טארעם אונטערגעפאלן דארף דער אינדזשעניר נעמען אחריות אויף זיינע פעלערן, מיר קוקן אן די גאנצע וועלט אז אלע געשעהנישן זענעו דירעקטע קאנסעקווענצן פון מענשטליכע טשויסעס.

    לדעתי - קען מען עס דעבאטירן, איך בין נישט זיכער אז יעדע אינצידענט איז א קאנסעקווענץ פון א מענטשליכע טשויס, אבער עס איז מעגליך אז מיר קוקן עס אזוי אן, אלס א מיטל זיך צו פיהלן פארזיכערט אז מיר זענען אין קאנטראל אויף די וועלט. אויב קענען מיר נישט קיינעם באשולידגן אין עקסידענטן, דאן זענען מיר אאוט אוו קאנטראל, און דאס ברענגט א פיהל פון אומזיכערקייט.

  • באשולדיגן - באשוליגן מענטשן איז א דירעקטע תוצאה פון אחריות, אז מיר גלייבן אז אנדערע האבן טראגן אחריות אויף אונזערע פראבלעמען, דאן קענען מיר זיי בלעימען בצדק. אבער וואס איז די מטרה פון בלעימען? צומאל קען עס פשוט זיין צו מאכן בעסער פיהלן דעם קרבן אז ער איז נישט שולדיג אין זיינע פראבלעמען. (וואס ווי קינדעריש עס הערט זיך, איז עס צומאל זייער וויכטיג). און צומאל קען עס אויפטוהן נאכמער אז דער שולדיגער וועט זיך נעמען אין די הענט אריין אין פארריכטן זיינע מעשים. און דא קומען מיר צו די קומענדיגע נושא:

  • קריטיקירן דעם סיסטעם - אויב קענען מיר באשולדיגן יחידים אין זייערע בחירות, קענען מיר אויך באשוליגן א גרופע פון יחידים. און דא איז ווייטער דא ביידע מטרות, עס קען מאכן בעסער פיהלן דעם וויקטים, און עס קען אפשר גורם זיין פאר די גרופע פון יחידים צו פארבעסערן זייערע מעשים.

    קען זיין אז עס זענען פארהאן פעלערס אין אונזער סיסטעם? לכאורה יא. און אויב וועט איינער זיך איינ'עקשנ'ן איז נישט, איז דאס אליינס דאס גרעסטע פעלער. אויב לאזט מען זיך נישט קריטיקירן, דאן איז מען אויף גרויסע צרות. אבער די וועלכע ווילן זאגן אז עס איז נישט פארהאן פעלערס אינעם סיסטעם נאר די עס איז א פעלעריגע סיסטעם, זיי וועלן עס שוין דארפן מוכיח זיין.

    אין יעדנס פאל, עס איז דא אסאך פראבלעמען אין יעדע סיסטעם, עס איז נישט פארהאן קיין שלימות, און צומאל איז א סיסטעם צו ווייט פון שלימות, אויב וועלן די רעפאבליקאנער נאר אנווייזן אויף די פראבלעמען פון די דעמאקראטישע מהלך, און די דעמאקראטן וועלן אנווייזן די לעכער אין די רעפאבליקאנער מהלך, וועל איך ארויסנעמען אז עס איז נישטא קיין שלימות'דיגע מהלך אין גארנישט. אבער א מהלך דארף שטרעבן צו אנקומען צו צדק ויושר, און נישט מורא האבן פון קריטיק נישט פון דרויסנדע קריטיק און זיכער נישט פון אינערליכע קריטיק.

  • זעלבסט בארעכטיגונג - דאן קומען מיר אן צו די [tag]געוואלדיג[/tag]ע נקודה, אויב פארשטייען מיר אז עס איז דא אזא מושג פון אחריות, דאן קענען מיר זיך נישט בארעכטיגן אונזערע בחירות דורך באשולדיגן אין אנדערע בחירות.

    לאמיר עס קלאר מאכן. אז דיין טאטע האט זיך אויפגעפיהרט צו דיר עביוסיוו? האסטו אלע רעכטן אים צו באשולדיגן אין זיינע מעשים און אין די דירעקטע קאנסעקווענצן דערפון. זאלסט נישט פיהלן גארנישט קיין שולד געפיהלן אין עפעס וואס איז נישט געווען אונטער דיין בחירה. אבער געב זייער אכט נישט צו גיין א סטעפ ווייטער. מאך נישט קיין אייגענע שלעכטע בחירות, אדער ווארף נישט אראפ די אחריות פון די קאנסעקווענצן פון דיינע אקטן.

    אויב קענסטו בארעכטיגן דיינע בחירות צוליב אנדערע מענטשנ'ס בחירות, קען דאך זיין אז זיי קענען עס אויך בארעכטיגן און ארויפווארפן אויף זייערע עביוזערס, און די טשעין וועט ארויפפארן ביז קין והבל.