בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 9:06 pm
דורך קאמענטירער
זייער גוט און אקטועל וויאזוי האט נאר דער חכם געזאגט:
נישט וועלן מאכען א דעסיזשען מיינט אז דו האסט אפגעמאכט א דעסיזשען נישט אפצומאכען א דעסיזשען...
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 9:18 pm
דורך יואב
יפה דרשת. פארט אבער, מיינט דאס סך הכל אז זאכן זענען רעלאטיוו. גוט מארגן אמעריקע.
ס'איז אמאל שווער בורר צו זיין ווער אדער וואס איז שלעכט און ווער/וואס ערגער.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 9:45 pm
דורך גאלד
איך בין גראדע פון די הייסע נעווער'ס
פאר מיר מיינט נעווער אז דער קאנדידאט פון מיין פארטיי (דהיינו רעפובליקאנער) וועט קיינמאל אין מיינע אויגן נישט זיין בעסער ווי דער דעמאקראט,
און איך רעד נישט פון הייפיטעטקל קאנדידאטן ווי סטאלין אדער דעוויד דוק, איך רעד פון רעאליסטישע קאנדידאטן,
טראץ וואס איך האב נאך קיינמאל פארפעלט צו וועלן אין פרעזידענטליכע וואלן און אלס געשטימט פארן רעפובליקאנער,
זעה איך נישט וואס זאל מיך היי יאר טרייבן צו די שטים בודקע, באמת נישט,
יעצט פארוואס איך בין א נעווער האב איך שוין דא גשריבן
עיין שם
Re: דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:21 pm
דורך גר ותושב
זה נבילה וזה טריפה!
דאס איז א סטעיטמענט וואס איך האב אמאל געהערט פון א קלוגע יוד בנוגע אן עלעקשענס און איך האב די געפיהל ביי דע עלעקשנס.
מיין געפיהל איז אז מיין וואוט קאונט מילא נישט סך הכל גיין וואוטן פאר איינעם וואס איך האלט נישט פון עים נאר ווייל די אנדערע איז ערגער איז א שאד די צייט.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
טראמפ איז נישט אזוי ווי סטאלין. סטאלין האט יעדער געוואוסט וואס ער וויל טון, אבער מיט טראמפ קען מען נישט וויסן...!
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:36 pm
דורך גאלד
העניך האט געשריבן:אויב דער קאנדידאט פון דיין פארטיי איז אזוי געפערליך, איז דאך די צייט צו קוקן אויף וואס איז יא עוועילעבל. וואס, ביסט א נארישער
פארטיי-מענטש וואס וועט נישט שטימען פאר דער אנדערער פארטיי אפילו מיט מסירת נפש?
אקעי, כ'פארשטיי אז דו האלטסט אז טראמפ איז געפערליך. איז הילערי קלינטאן ערגער פון אים, עפעס בעסער פון אים, אדער גענוי די זעלבע? איך גלייב נישט אז זי איז
גענוי די זעלבע - איז זיי א חכם, אנאליזיר די פראס און קאנס, און מאך א באשלוס.
פרעגסט גוט,
איז צוויי זאכן,
איינס, מאן יימר אז מ'דארף בכלל שטימען, אויב טראמפ מיט הילערי איז אלעס איינס איז דאך סתם אנגעברענגט די צייט מיטן שטימען,
צווייטנס, להוי ידוע איך בין אשטיקל נעווער היללערי אויך, פשוט ווייל זי איז א פעקער שאין כמוהו וואס פארקויפט גארנישט, זי האט קיין שום אטענטישקייט,
אלימלא ווען דער אויסוואל וואלט געווען צווישן טראמפ אין סענדערס וואלט איך געקראכן אויף ביידע פיס צו שטימען פאר סענדערס,
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:39 pm
דורך פרייוויליג
דער אמת איז, אז נעווער מיינט טאקע נעווער כפשוטו. עס איז נישט נאר נעווער כלפי די אפאזיציע קאנדידאט. נאר נעווער מיינט: אויף קיין שום פאל וועל איך נישט אפגעבן מיין שטימע פאר טראמפ/קלינטאן, דאס מיינט אז איך וועל ליבערשט בלייבן אינדערהיים אויב האב איך נישט ליב קיינעם. וואס אן אמת האט זיך די ״נעווער מאוומענט״ געגרינרעט פאר טראמפ. זענען געגאנגען די טראמפ חברה און עס אנגעהויבן צו נוצן אויך קעגן קלינטאן.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:50 pm
דורך ליפא
פרייוויליג האט געשריבן:דער אמת איז, אז נעווער מיינט טאקע נעווער כפשוטו. עס איז נישט נאר נעווער כלפי די אפאזיציע קאנדידאט. נאר נעווער מיינט: אויף קיין שום פאל וועל איך נישט אפגעבן מיין שטימע פאר טראמפ/קלינטאן, דאס מיינט אז איך וועל ליבערשט בלייבן אינדערהיים אויב האב איך נישט ליב קיינעם. וואס אן אמת האט זיך די ״נעווער מאוומענט״ געגרינרעט פאר טראמפ. זענען געגאנגען די סענדערס חברה און עס אנגעהויבן צו נוצן אויך קעגן קלינטאן.
נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:51 pm
דורך ליפא
/
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 7:39 am
דורך הוגה
איך מיין אז דער וואס גייט בשיטה נישט וואוטען מאכט בעצם א שטארקע סטעיטמענט. ער וועלט די אפציע וואס איז מודיע פאר סיי וועלכע קאנדידאט וואס געווינט, אז די מצב איז אזוי שלעכט אז א קבוצה בירגער האבן מחליט געווען to check out. דאס איז נישט א פוילקייט נאר א דירעקטע choice.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 8:49 am
דורך נאסע ליילעך
שיין געשניטן @העניך, טאמס אפ.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 1:24 pm
דורך הוגה
אויב האלט מען אז די לאנג-טערמיניגער אויסקום וועט זיין בעסער ווען מען וואוט נישט, לאזט מען הערן די שטימע דורך נישט וואוטען און דייקא אין swing states.
Re: דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 2:11 pm
דורך אהרן
הוגה, וואס קען זיצן אינדערהיים אויפטוען? מען דארף בוחר זיין הרע במעוטו.
קיין איין פאלעטישן גייט זיך נישט דערשרעקן פון עפעס א שב ואל תעשה מחאה.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 2:54 pm
דורך הוגה
קודם כל, די פארטיי וואס גייט פארלירן גייט פרובירן צו פארשטיין פארוואס זייערע מענטשן (די קרוז שטיצער אדער סענדערס שטיצער) זענען נישט ארויסגעגאנגן וואוטען. צווייטענס, אויב גענוג מענטשן וועלן נישט גיין וואוטען וועט עס שוקן א מעסעדזש. דריטענס, עס איז דא א מקום לומר אז די מענטש זאל מאכן די פאלגענדע חשבון. אויב איז ער א קאנסערוויטיוו: "איך קען מיך נישט ברענגן צו וואוטען פאר טראמפ צוליב וכו', איי אויב הילערי וועט געוואונען וועט זיין ערגער, נו, דעמאלטס וועט זיין אזוי שלעכט אז מען וועט פון דאסניי קענען אנהייבן אויפבויען א שטארקע אמעריקא אדער א שטארקע רעפאבליקאן בעיס". די זעלבע חשבון קען אן אומצופרידענע דעמאקראט מאכן.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 4:36 pm
דורך כלבאשבוע
הוגה האט געשריבן:איך מיין אז דער וואס גייט בשיטה נישט וואוטען מאכט בעצם א שטארקע סטעיטמענט. ער וועלט די אפציע וואס איז מודיע פאר סיי וועלכע קאנדידאט וואס געווינט, אז די מצב איז אזוי שלעכט אז א קבוצה בירגער האבן מחליט געווען to check out. דאס איז נישט א פוילקייט נאר א דירעקטע choice.
אין ישראל טוט מען נאך בעסער, מען גייט יא וואוטען און מען לייגט אריין א ״פתק לבן״ צו מאכן א סטעיטעמענט.
#איך-בין-מיט-דיר, מיט דעי צוויי איז סה״כ א שאלה פון BADvsWORSE#, אונז זעמיר קרח מכאן וקרח מכאן.
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 4:57 pm
דורך כלבאשבוע
העניך האט געשריבן:Bad איז בעסער פון Worse.
That's TERRIBLE!
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:36 am
דורך סימפל
“I don't vote. Two reasons. First of all it's meaningless; this country was bought and sold a long time ago. The **** they shovel around every 4 years doesn't mean a ******* thing. Secondly, I believe if you vote, you have no right to complain. People like to twist that around – they say, 'If you don't vote, you have no right to complain', but where's the logic in that? If you vote and you elect dishonest, incompetent people into office who screw everything up, you are responsible for what they have done. You caused the problem; you voted them in; you have no right to complain. I, on the other hand, who did not vote, who in fact did not even leave the house on election day, am in no way responsible for what these people have done and have every right to complain about the mess you created that I had nothing to do with.”
(George Carlin)
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 2:24 pm
דורך סימפל
העניך האט געשריבן:דזשארדזש קארלין איז געווען א סאטמארער!
איר בין אבער נישט זיכער צו ער האט געהאלטן אז מען דארף זיך ענדערש בוקן צו א צלם...