בלאט 1 פון 2

קארני חסידים

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 7:19 pm
דורך shem-tov
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען א חסיד וויל ווערן וויכטיג אין די אויגן פון א גוי מיינט ער אז ער מוז זיין פאני אדער קארני. אז די ווילסט שוין יא ארומגיין מיט דיין הערליכען פרצוף בין האומות, גיי כאטש לערן דיך אביסל אויס דעם הלוך ילך, ווער אן עקספערט אין א געוויסע נושא און האלט דיך צו דיינע פרינציפן וועסטו אפשר ווייט אנקומען.. פארוואס קענסטו נישט זיין א פשוטער דשורנאליסט אדער רעפארטער וואס האבן פרינציפן, וואס טוט זיך זיין דשאב באט העפענס טו בי אן ארטעדאקסישער יוד... למשל נעם יאסי געשטעטנער, אדער פאלאטשעק, אדער דער טורקס, אדער רוב אנדערע חסידים וואס פרובירן גרויס צו ווערן, אלעס פיין און וואויל... אבער פארוואס גייסטו ארום שיסען קארני דשאוקס אדער פארוואס באשייגעצטע א צווייטען ערפארענעם רעפארטער מיט דיינע טוויטס ווי גלייך ער קען דיך פון ערגעץ.. וואס שרייסטו אויף אים אז ער מוז דיר ענטפערן אדער שפאר מיך אויס.. סאיז דאך שרעקלעך סטופיד און נעריש און ווען מען געט א קוק אויפן פראפייל פון די דופידעדו פיאות ממש א גרויל.. גראדע געב איך קרעדיט פאר קארנבלי דער האלט זעך טאקע צו דער זאך און איז שוין למעשה אנגעקומען היבש ווייטער ווי די אנדערע פראפעשאנעל חסידים/רעפארטערס/ פאליטישאנס /קאמידיענס /אנאליטיקער. איך רעד נישט פון גיין מיטן היט און רעקל ווי אלבערט פר"מ אדער פוטשע פלעגט גיין אין רעד פון קלעס

Re: קארני חסידים

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 7:39 pm
דורך סאשי פיש
דער טורקס האט זיך געשלאגען מיט דוד גרינפעלד ווי א קליין קינד אויף טוויטער, עס איז צום באוואונדרען אזא קליינקעפיקייט...!

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 7:47 pm
דורך [NAMELESS]
און דוד גרינפעלד איז נישט א קליין קינד??

Re: קארני חסידים

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 8:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען טורקס נאר פון עמי מאגאזין, און איך האב שטארק הנאה פון איהם

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 8:45 pm
דורך ליפא
וואס איז זיין עכטע נאמען?

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 8:58 pm
דורך קאצקע ציקער
שם טוב פון וואס פונקטליך רעדסטו ברענג פרוף

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 9:55 pm
דורך דער דאס
אברהם יעקב טערקלטויב

Re: קארני חסידים

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 10:15 pm
דורך mevakesh
אונזער שבתל האט אנגעקניפט ווארעמע באציאונגען מיט איהם אין איאוע פאר די קאקוס

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2016 11:37 pm
דורך כלבאשבוע
טורקס איז גראדע גאנץ גוט, ער פאסט נישט אזוי אין די קארני קאטאגאריע.

[tag]סאשי פיש[/tag] גערעכט, ער וואלט זיך נישט געדארפט אזוי צוטון מאכן פון גרינפעלד, אבער דער האט אים געטרעטן אויפן הינעראויג און גענוצט זיין קאנקורענט קארנבלי אים ארויסצונעמען פון די כלים.

געשטעטנער איז א סכנה פאר כלל ישראל, רחמנא יצילנו מענשו שלזה.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 8:08 am
דורך שבת אחים
שם טוב וויל ער זאל נישט גיין מיט קיין היט און רעקל ווי אלבערט פרידמאן, און נישט זיין אזוי קארני ווי געשטעטנער און קארנבלי נאר זאל זיין פונקט אינמיטן ווי ער וויל (מחלט געוועהן) אז ער זאל זיין, הער איך...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 9:20 am
דורך shem-tov
העלאו שבת. וואס מאכסטו

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:01 am
דורך שבת אחים
בארעך האשעם, איך מאך וואס איך עס און איך עס וואס מיין ווייב (כלה)מאכט.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 10:56 am
דורך שמעקעדיג
כלה?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין כלה האט נישט געקאכט דיין עסען ווען דו ביסט א חתן געווען? האסט געגעסען רויע קארטאפעל?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:58 am
דורך קאמענטירער
מיר שטערט זייער שטארק די שפראך דא צוליב עטליכע סיבות

איינס
אז מנעמט דא עטליכע מענטשען און מגעבט זיי א שעכט אפ אין איין תגובה אז דו האסט טענות געב כאטש פאר יעדעם איינעם אן עקסטערן אשכול איך מיין אז א יומען ביאינג קומט זיך אזויפיל

צוויייטענס
איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס די מעשה איז געווען

דריטענס
מיין פערסנעיל מיינונג איז אז די כמעט אלע א.ד. זענען פריוואטע פיגורן, אפילו זיי שיקען טוויטס מייניך אז אין די גאס איז א נארמאלע זאך אז מענטשען זאלען זיך אויסדרוקען זייערע מיינונגען אויף סאושעל מידיא, און מען באקומט נאכנישט דערפאר א פאבליק סטאטוס,

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 12:08 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:כלה?


כלה שברצונה, נעבעך א פרומע מיידל א בעלת תשובה פון מאנהעטן וואס דאוווענט יעדן טאג אז איך זאל תשובה טוהן. לאך נישט.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 12:35 pm
דורך shem-tov
מיך שטערט זייער שטארק דאס וואס כהאב אויבן געשריבן. די בעיבישע יונגעלייט פאר אביסעלע אטענשאן שרייבן אזעלעכע צודרייטע זאכן אנבעליוועבעל. מען האט שוין געהערט אז די גלייכסט טראמפ אדער קרוז יעצט בארואיג דיך טריי נישט נאכצומאכן ראש לימבא, שאן אדער לעווין ווייל די לייגסט דיך שרעקליך צו'נער און מיר אלע האבן דערפון בושות. באמת איז דא נאך א טיפערע פראבלעם...

מארק לעווין, ביל קריסטאל, מיט נאך געציילטע יודישע ציוניסטישע היץ קעפ הערן נישט אויף מיט זייערע העצע קעגן די ריפאבליקאנער פארטיי. ווייל זיי האבן געוואלט קרוז.. איי דאס פאלק האט געוואלט דווקא טראמפ דאס אינטערסירט זיי נישט אלעס ווייל ער אדער זיין בעה"ב קוקט אן טראמפ א שטער פאר די מדינה... ווער האט ענק געפרעגט שווייג שוין שטיל די טיפיש לוזער לעווין דיין קאנדידאט איז אן אומבאלומפערטער פארשוין וואס האט מאוס פארלוירן סטאפ צו העצן, אזעלעכע זאכן פלאקערט אויף אנטיסעמיטיזם שרעקלעך שרעקלעך..

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 12:43 pm
דורך קאמענטירער
כאטש האסט נישט בארירט פונקטליך מיינע קשיות, וויל איך פרעגן פאר אינטערסאנטקייט
ראש לומבאו -היינט פארשטיי איך אז ער רעדט אזוי ווייל מיליאנען הערן אים אויס- אבער וויאזוי האט ער אנגעפאנגען? מנהסם האט אים קיינער נישט געקענט זאגען סטאפ דו קענסט נישט נאכמאכען ראש לימבאו.. אבער סתם רעדן, שימפן, און שרייען דאס קען דאך נחום אויך?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 12:56 pm
דורך shem-tov
סאו די גלייכסט צו אונזערע ראצערלעך צו ראש לימבאו, נישט קיין פראבלעם. כל טוב

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 1:19 pm
דורך קאמענטירער
איך האב נישט אנגעהויבען צו פארגלייכען עפעס, בעסער געזאגט איך האב געפרעגט און נישט געזאגט עפעס, מנהסתם איז די תירוץ אז ער האט זיך צוביסלעך ארויפגעדארפעט, און מיט די צייט איז ער געווארען די מעגא רעדנער, אבער איז דא עפעס וואס מקען אנווייזען אז דאס האט אים געברענגט צו די פלאץ ווי ער איז היינט צוטאגס?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 1:53 pm
דורך יעקב מענטש
turx איז דער בעסטער היימישער קאמידי שרייבער וואס איך האב נאר געליינט.

איך מיין ער וואוינט אין לעיקוואד, ריכטיג ?

איז ער א סקווירער ?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 2:00 pm
דורך שבת אחים
יעקב מענטש האט געשריבן:turx איז דער בעסטער היימישער קאמידי שרייבער וואס איך האב נאר געליינט.

איך מיין ער וואוינט אין לעיקוואד, ריכטיג ?

איז ער א סקווירער ?


ער איז נישט קיין חסיד פון קיינעם, וואוינט אין לעיקוואד, קומט פון א וויזניץ-מאנסי משפחה, זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מאנסי יאהרן צוריק, בערך 20-15 יאר צוריק איז זיין טאטע געגאנגען וואוינען קיין לאס אנדזשעלס ווייל מ׳האט אים אנגעטראגן א גיטע מלמדות-פאסטן וואס ר׳ מאטעלע האט געשטיצט אז ער זאל דארט גיין וואוינען, טורקס איז אויפעוואקסן אין LA, זיינע ברודערס האבן געלערנט אין גיבערס.

Re: קארני חסידים

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 2:49 pm
דורך mevakesh
שבת אחים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כלה?


כלה שברצונה, נעבעך א פרומע מיידל א בעלת תשובה פון מאנהעטן וואס דאוווענט יעדן טאג אז איך זאל תשובה טוהן. לאך נישט.

מזל טוב!
ווען איז די חתונה؟
עס גייט זיין פיקטשערס؟
ר' מאטעלע גייט טאנצן מצוה טאנץ؟