מיין באזוך אינעם נאטיוו אמעריקאנער מוזעאום
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 9:22 am
דער מוזעאום איז א קליינטשיגער. עס געפונט זיך אין אן הייזקע ביים עק פון שטאט, ארום גענומען מיט א שיינער פארק.
איך קום אריין און א עלטערער ווייסער מענטש מיט א בארד נעמט אונז אויף, און דער שמועס הייבט זיך אן איבער דעם אייראפעאישן לעבנס שטייגער אינעם מיטל אלטער. ער איז טאקע א ווייסער אבער די נאטיוו אמעריקאנער איז פיל מער געשעצט ביי אים:
"ווי אפט פלעגן זיך די אייראפעיער וואשן מיינסטו? איינמאל א יאר, אין חודש מאי! און דאס איז געווען אן זייף.
"שפעטער ווען דער פייפ סיסטעם איז אינסטאלירט געווארן אין הייזער, אבער אנהייצן די וואסער איז געווען א באזונדערער עבודה, האט מען זיך נוהג געווען די גאנצע משפחה האט זיך געבאדן מיט די זעלבע וואסער. דער סדר איז געווען אז דער טאטע וואס איז געעווען דער שמוציגסטער איז אריין די ערשטע, און דערנאך די מאמע, און דערנאך אלע קינדער צוזאמען.
"די וואסער איז געווארן שווארץ פון אזויפיל שמוץ, האט מען דעריבער געפילטערט די וואסער, אבער נישט פאר ריינקייט, נאר צו מאכן זיכער אז דער בעיבי איז נישט דערטראנקען.
"דער אמעריקאנער אינדיאנער האט זיך אבער געבאדן יעדן טאג, און געווען פיל ריינער.
"די אייראפעיער האב געהאט א מנהג אז ווען מאן אין א פרוי זענען געגאנגען אין גאס, איז דער פרוי געגאנגען נאנט צו די בנינים און דעם מאן ווייטער פון די הייזער, פארוואס? ווייל די אייראפעיער איינוואוינער פלעגן ארויס גיסן דעם הכנה שיסל אויף די גאס, און טאמער איז עס געלונגען אויף איינעם׳ס קאפ איז עס געפאלן אויף דעם מאן וואס איז געשטאנען ווייטער, און דער צארטער פרוי איז באשיצט געווארן. אבער בנובף צו דעם פלעגן רייכע פרויען שטענדיג גיין מיט א שירעם...
"פארפומען זענען געמאכט געווארן פון סקאנק מוסקאט געמישט מיט רויזן, און דאס פלעגן ניצן מענער כדי צו פארדעקן זייער ריח, אבער פרויען האבן אויך געניצט פארפומען, בעיקר כדי נישט צו שמעקן דעם מאן׳ס ריח וואס איז געווענליך געווען ערגער ווי דעם פרוי׳ס. שידוכים פלעגן טאקע פארקומען בעיקר אין מאי, דער באדע סעזאן, ווען די חברה האבן נישט אזוי גע׳סרח׳עט, אבער צום חתונה וואס איז פארגעקומען אום סעפטעמבער האט מען שוין געדארפט פערפומען מיט רויזן...