בלאט 1 פון 1
א פרומער אינגעל
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
וואס טוט מען מיט א אינגעל וואס ווערט דזשעלעס פון די פרומערע שכנים וקרובים? נעכטן האט ער געבעטען וואלענע ציצית און היינט וויל ער פרומערע ברילן און מארגן גייט ער וועלן א גרעסערע קאפל, און באלד גייט ער דרייען א קאפ אז ער וויל א בעקיטשע פאר שבת...!
ס'טוט מען דא?
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 3:24 pm
דורך ירח בן יומו
קודם כל מוז איך דיר זאגן אז איך פיל דיין צער. פון רעדן מיט פראפעשינילס איז מיר אויסגעקומען אז מ'דארף צוגייין צו די זאך מיט זיידענע הענטשקעס.
מ'דארף אים ארויס ווייזן ליבשאפט (אנקאדשינעל) און עקסעפטן. מ'דארף שטארק רעספעקטן זיינע באשלוס'ן. קיינמאל טאר מען נישט אוועק מאכן זיין פראזענליכקייט, עס קען שטארק בעקפייערן.
אפילו אין פאל וואס מ'האט מורא אז די אנדערע קינדער וועלן ווערן נאכגעשלעפט, מוז מען עס צולאזן און שלינגן.
די ביזט נישט בעל הבית אויף דיינע קינדער, די ביזט נישט בארעכידיגט ארויף צו צווינגן דיין לייפסטייל וואס די האסט זיך אויסגעוועלט אויף דיינע קינדער.
אין א סייד נאוט, תפילה שאט קיינמאל נישט.
--------------
אאאפס, מ'רעדט דא פון א קינד וואס וויל ווערן פרומער. אראפ מיט'ן קאפ. מ'דארף עס אונטערהאקן באצייטענס.
Re: א פרומער אינגעל
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 3:34 pm
דורך גראף
וויל אויסזעהן מער חסידיש איז אקעי - פאר יעצט. די פראבלעים קען זיך אן הייבען אלס טינעיזשער ווען ער הייבט אן צו באגרייפען אז די מלמד און מנהל האבען פארקויפט אסאך ב....
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 3:49 pm
דורך שלום על ישראל
בן אדם האט געשריבן:וואס טוט מען מיט א אינגעל וואס ווערט דזשעלעס פון די פרומערע שכנים וקרובים? נעכטן האט ער געבעטען וואלענע ציצית און היינט וויל ער פרומערע ברילן און מארגן גייט ער וועלן א גרעסערע קאפל, און באלד גייט ער דרייען א קאפ אז ער וויל א בעקיטשע פאר שבת...!
ס'טוט מען דא?
רוף די מוסד אז דו ווילסט נישט אזעליכע קינדער אין די מוסדות מיט דיינע קינדער...
ערנסט גערעדט, דארפן קינדער זיך לערנען אז יעדע מידה האט שטאפלען, און יעדער דארף וויסן זיין מקום און לעוועל אויף די וועלט, באזירט אויף זיין בעקגראונד (עלטערן, חסידות, וכו').
עס זענען פארהאן בעסער מענטשן ווי אונז און ערגערע פון אונז. ד.ה. עס זענען פארהאן קהילות מיט בעסערע מנהגים און אפילו אפשר מנהיגים פון אונזערע קהילה, און עס זענען פארהאן אידן צוויישען אונזערע קהילה וואס זענען ערליכער און ערענסטער פון אונז. דאס זעלבע איז אויף די נעגיטיווער דירעקציע. אין די זעלבע צייט, דארף מען איבער'חזר'ן די "עליונים למטה תחתונים למעלה", אז נישט יעדע זאך וואס קוקט אויס בעסער איז העכער ווי די וואס קוקט אויס ווייניגער. (נאכמער, א קינד דארף וויסען אז די מכל מלמדי השכלתי גייט אהן אויף יעדער בר נש אויף דער וועלט, און אפשר אפילו אויף בעלי חיות.)
איצט, אז מ'רעדט פון ווערן פרומער, דארף מען געדענקן צוויי זאכן:
(א) פרום קען [אסאך] אמאל זיין א דירעקטער רעזולטאט פון שוואכקייטן אין אידישקייט. נישט אז עס מיינט נישט קיין סאך, נאר עס קען ווייזן אויף "אסאך ווייניג".
(ב) עס שאדט נישט צו נאכגיבן אויף געוויסע פרומקייטן אויב עס קומט פון איינע פון די מחנכים אינעם קינד'ס לעבן (א שטייגער ווי א מדריך, מלמד, עלטערן וכדומה), ווי לאנג עס קומט נישט מיטן על מנת לקנטר, צו self righteousness.
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 3:50 pm
דורך זבולון
וואס איז שלעכט?
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:19 pm
דורך [NAMELESS]
יישר כח @ירח, זאגסט זייער גוט.
שלום, גערעכט. אבער דאס קען מען נישט געהעריג מסביר זיין פאר קינדער, מ'דארף טרעפן 'זייער' שפראך.
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
זבולון האט געשריבן:וואס איז שלעכט?
ווער זאגט ס'שלעכט? כ'בין סתם א רשע...
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:22 pm
דורך שלום על ישראל
בן אדם האט געשריבן:יישר כח @ירח, זאגסט זייער גוט.
שלום, גערעכט. אבער דאס קען מען נישט געהעריג מסביר זיין פאר קינדער, מ'דארף טרעפן 'זייער' שפראך.
חוץ אויב דו רעדסט פון א דריי-יעריגס, קען מען עס פיין מסביר זיין פאר א יונגל, ע"פ דרכו. אפשר פעלט א געזונטע קשר? (כ'זאג נישט; כ'פרעג נאר. נאטינג פערסינעל.)
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
דער קינד זעט זיך אסאך מיט די סארט קינדער (בלית ברירה), צו אין חדר, אדער שכנים אויפ'ן גאס וכדו' און ער וועט נישט אננעמען א נעגעטיוו אימעדזש, און אפילו אן נעגעטיוויטי, אבער נאכאלץ וויל ער נישט זיין אנדערש ווי זיי נאר ער וויל זיך פילן פונקט ווי זיי.
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:37 pm
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:קודם כל מוז איך דיר זאגן אז איך פיל דיין צער. פון רעדן מיט פראפעשינילס איז מיר אויסגעקומען אז מ'דארף צוגייין צו די זאך מיט זיידענע הענטשקעס.
מ'דארף אים ארויס ווייזן ליבשאפט (אנקאדשינעל) און עקסעפטן. מ'דארף שטארק רעספעקטן זיינע באשלוס'ן. קיינמאל טאר מען נישט אוועק מאכן זיין פראזענליכקייט, עס קען שטארק בעקפייערן.
אפילו אין פאל וואס מ'האט מורא אז די אנדערע קינדער וועלן ווערן נאכגעשלעפט, מוז מען עס צולאזן און שלינגן.
די ביזט נישט בעל הבית אויף דיינע קינדער, די ביזט נישט בארעכידיגט ארויף צו צווינגן דיין לייפסטייל וואס די האסט זיך אויסגעוועלט אויף דיינע קינדער.
אין א סייד נאוט, תפילה שאט קיינמאל נישט.
--------------
אאאפס, מ'רעדט דא פון א קינד וואס וויל ווערן פרומער. אראפ מיט'ן קאפ. מ'דארף עס אונטערהאקן באצייטענס.
ירח בן יומו: איך האב נישט געהאט קיין הוה אמינא פון די ערשטע מינוט אז דו ביסט נישט סארקאסטיש...

נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
קען זיין ער האט עס געמיינט סארקאסטיש, אבער די ווערטער וואס זיין קיבארד האט געטייפט זענען גראדע אמת לאמיתו
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם: עפעס האסטו געטון א טובה פאר א רעבי'ן אז ער האט דטיר געגעבן אזא מין ..."ברכה"...
ערנסט גערעדט: לפענ"ד דארף מען נאכגעבן פאר'ן קינד זיין השתוקקות צו זיין מער ערליך, וכו'. נאר ס'דארף גיין בהדרגה, פארשטייצעך. אויך איז עס א גוטע געלעגנהייט צו זאגן פאר'ן יונגל אז צוזאמען מיט'ן שטערקער'ן לבוש דארף מיט קומען א מער ערנסטקייט לפי הדרגתו.למשל, אויב ער באקומט א וואלענעם טלית קטן, דארף ער דאווענען מיט מער ערנסטקייט און לערנען בעסער אין חדר. נאר בשום אופן נישט אפקילן איהם און זאגן למשל, אזוי ווי דערוואקסענע שמועסן, אז היינטיגע צייטן האט עס נישט קיין ערך. ווייל דאס קען איהם ח"ו אפקיהלן צום גאנצן צוגאנג צו אידישקייט...!
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 4:55 pm
דורך נולד מאוחר
זבולון האט געשריבן:וואס איז שלעכט?
יעדע פרימקייט איז אויף די חשבון פונעם מענטש , אויב זענען מיר קאנווינסט אז די פרימקייט גייט נישט פארבעסערן די וועלט , די מענטש אדער גאט , איז דאס סתם לבטלה און סתם געפאניגט
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 5:00 pm
דורך ווייל אזוי
בן אדם האט געשריבן:וואס טוט מען מיט א אינגעל וואס ווערט דזשעלעס פון די פרומערע שכנים וקרובים? נעכטן האט ער געבעטען וואלענע ציצית און היינט וויל ער פרומערע ברילן און מארגן גייט ער וועלן א גרעסערע קאפל, און באלד גייט ער דרייען א קאפ אז ער וויל א בעקיטשע פאר שבת...!
ס'טוט מען דא?
קודם גיב א שבח והודאה פאר'ן אייבערשטען אז ס'איז נישט פארקערט .
און נאכדעם קוקט אויס אז ער איז א קלוגע אינגעל (נאכדערצו דיינ'ס א זוהן) רעדט צו איהם שיין און זאג איהם וואס אידשקייט איז, און קענסט איהם זאגן אז ביי דיין טאטע אינדערהיים האט מען אנגעטוהן וואלענע ציצית נאר נאך די בר מצוה וכו' אבער נישט פרעגן "וואס דארפסטו א טלית קטן ס'שוויצט סתם".
טוה עס אויף א קלוגע וועג.
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 7:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט דא אויסגעמישט צוויי עניינים. וואלענע טלית קטן איז א חומרא אין הלכה, און ס'איז טאקע פרומער. ברילען מיט אנדערע שטותים זענען שטותים, און דאס צוזאמשטעלען איז די ערשטע סבה פארוואס דאס קינד איז צומישט.
לדעתי, טאמער דער קינד נויגט פרומקייט, זאל מען עס מעורר זיין אויף א גלאטער וועג. אז ער וויל נאך עפעס אין לעבען, טרעף איהם א מלמד צו לערנען עפעס עקסטער, זיי איהם מחזק צו קומען פרי צום דאווענען און זיך באקענען מיט'ן פירוש המלות, וכדו'.
דער ציל איז אז ער זאל זיך נישט צוגעוואוינען צו דעם אז מער פרום מיינט נאר מער קרעציג. ער זאל וויסען אז ס'איז דא א פנימיות צו דער זאך.
טאמער ס'איז בלויז אן ענין פון חברים, אז ער וויל שטימען מיט זיי, זוך איך אויך אן עצה. מיין זוהן וויל לאנגע פאות ווייל איך האב חסידישע שכנים. איך זאג איהם אז ס'איז נעריש אויף א ליטווישע אינגעל, אבער ס'שטערט איהם נאכאלס. וואס טוט מען?
נשלח: זונטאג יולי 31, 2016 8:42 pm
דורך זבולון
נולד מאוחר האט געשריבן:זבולון האט געשריבן:וואס איז שלעכט?
יעדע פרימקייט איז אויף די חשבון פונעם מענטש , אויב זענען מיר קאנווינסט אז די פרימקייט גייט נישט פארבעסערן די וועלט , די מענטש אדער גאט , איז דאס סתם לבטלה און סתם געפאניגט
זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז געוואנדן אין די סירקומסטענסעס.
אויב איז עס א תוצאה פון ברעינוואשינג, לאמיר זאגן אז מיין 12 יעריגער יינגל וועט ווערן קאנווינסד פון א מיסיאנער אין די נוצרישע גלויבונג, וועל איך נישט בלייבן רואיג, און איך וועל אים נישט געבן די פרידעם אוו טשויס, אין פאקט - אין מדינת ישראל איז דא א געזעץ אז אויב איינער רעדט איין א קליין קינד צו טוישן זיין גלויבונג קען באקומען א טורמע אורטייל דערפאר. ווייל עס איז אנגענומען אז עס איז גרינג צו איינרעדן א קליין קינד און אים ברעינוואשן.
אבער, אויב זעה איך אז מיין זוהנ'ס נפש ציהט צו פרומקייט צוליב זיינע אינערליכע נאטורן, איך זעה אז ער שעפט חיות און סיפוק דערפון, וועל איך אים לאזן נאכגיין זיין פעשן, אינדערצייט וואס איך וועל אים געבן צו הערן אז ער דארף אויך מחשיב זיין איינער וואס טראגט נישט קיין וואלענע ציצית, און איך וועל אים פראבירן דעוועלעפן קריטיקל ט'ינקינג, ער זאל אליינס קענען טראכטן און מחליט זיין צו ער טאנצט סתם נאך יענעם, אדער עס איז אן אמת'ע געפיהל.
עס איז סתם געפייניגט?! וואס עפעס? אויב איז עס ביי אים מיט אן אמת'קייט, פיהלט ער א מורא'דיגע סיפוק דערמיט, עס איז לפחות נישט ווייניגער ווי עני אינטערטעימענט. אין פאקט - איך זעה מעשים בכל יום, מענטשן וואס לעבן און קוועלן, זיי האבן סיפוק פון אויספיהרן יעדן פרומקייט. און געווענטליך ביי די סארט מענטשן גייט עס נישט צוזאמען מיט דזשאדזשמענט אויף אנדערע, ווייל זיי טוהן עס אמת'דיג פאר זיך און נישט צוליב אנדערע. עס איז גארנישט שלעכט דערמיט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 12:39 am
דורך שבת אחים
.