בלאט 1 פון 1
כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:27 pm
דורך סמבטיון
איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:44 am
דורך אביסעל שכל
באבאבער רב זצ"ל האט אמאל געזאגט צו זיינע חסידים, אז מען זאל זיך נישט אננעממן פאר זיין כבוד, דער וואס וועט זיך אננעממען פאר זיין כבוד איז ער נישט מוחל בזה ובבא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:51 am
דורך אביסעל שכל
ווען ער פלעגט קומען צו א שמחה וכדומה איז יעדער גיווען צופרידן געגעבן יעדן ריספעקט אפילו א קליין קינד. סאיז א גרויסע זאך סדא אזאך פערזענליכקייטן וואס מאכן זיכער בטעות אלעמאל איינעם צו באליידיגן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:57 am
דורך אביסעל שכל
ער האט זיך אוועגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אנדערע.זעהר אסך מענטשן בפרט זיינע חסידים האבן נהנה גיווען עצה ותושיה.
און ער האט געפענט מוסדות התורה בכל קצבי תבל נאך פאר סאיז גיווען א ביזנעס.
זיין חדר אין קרוין הייטס איז גיווען זעהר גרויס און חובות האט ער גיהאט איבערען קאפ.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:01 am
דורך אביסעל שכל
און ער איז נישט גיווען פרום. ער איז גיווען ערליך. כידוע האט ראפשיצער רב געזאגט אז פרום ר"ת פיהל רשעות ווייניג מצוות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:05 am
דורך אביסעל שכל
סהאט עם ווייניג איטרעסירט וואס אנדערע פרומער וועלן טראכטן אויף געוויסע זאכן וואס ער האט זיך געפירט.
ער האט געטוהן וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:13 am
דורך אביסעל שכל
הוא היה אומר אז כידוע די יצר הרע וועט מען שחטן ווען משיח וועט קומען. פארוואס? ער האט דאך געטוהן זיין שליחות. די סיבה איז ווייל ער זאגט אן עבירה איז א מצוה. נו אז די יצר הרע לייגט פאר זיין מצוה און די יצר טוב לייגט פאר זיין מצוה וועם זאל די מענטש פאלגען? ער זאל זעהן וועלכע מצוה ציהט עם מער און יענץ זאל ער נישט טוהן!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 8:55 am
דורך שמעון וואלף
קען זיין אז ער האט עס געזאגט אבער דאס שטייט שוין פון פריערדיגע (די בני יששכר ברענגט עס כמה פעמים).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:47 am
דורך געוואלדיג
יישר כח [tag]אביסעל שכל[/tag] פאר שרייבן אפאר קורצע שטריכן פונעם צדיק.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 06, 2016 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:23 am
דורך [NAMELESS]
שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו
כ"ק אדמו"ר מבאבעוו
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:47 am
דורך ברוך שאמר
עס מיז ג'יין מיט ליצנות???
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 7:59 pm
דורך newkave
שלום שטיסל האט געשריבן:שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו
שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 1:03 pm
דורך סקרן
פארוואס פיהלען די סאטמארע געThreatened ווען מ'רעדט גרויס אויף באבובער רב כאילו ס'מאכט קלענער סאטמאר רב
און די באבובער פיהלען די זעלבע פארקערט
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 8:19 pm
דורך אישתישבי
ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 10:14 am
דורך נקודת-אמת
אישתישבי האט געשריבן:ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.
הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:32 am
דורך שמעון וואלף
newkave האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו
שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.
איינס איז יא געבליבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 8:12 am
דורך אישתישבי
נקודת-אמת האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.
הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...
אייביג איין זייטיג.....
ווייל דער באבאווער האלט אז ר' שלמה איז געוועהן א גאון הגאונים.....
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 2:45 pm
דורך בן ישי
סמבטיון האט געשריבן:איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.
היינט די יארצייט.
עפעס א שיינע מעשה?
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 4:11 pm
דורך בן ישי
שיין