בלאט 1 פון 1

משלי שש - פרק ג'

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:04 am
דורך אדנירם
[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה - עבר הווה ועתיד.


פרק ג': האדם, מידותיו, ואלקיו.[/center]



א. דער נביא זעט דעם עתיד אין גאט'ס רייד, דער חכם עדיף מנביא זעט דעם עתיד אינעם הווה.
ב. ווען גאט איז בייז בלאזט ער; ווען איינער בלאזט שווייגט ער.
ג. דער דורכשניטליכער אומגלויביגער גלויבט אז ער גלויבט נישט.
ד. אין נאמען פון רעליגיע, זענען צענדליגע מיליאנען געשטארבן אין די לעצטע פאר טויזנט יאר; אין נאמען פון אטעאיזם [נאציזם און קאמוניזם], זענען צענדליגע מיליאנען געשטארבן אין די לעצטע זיבעציג יאר.
ה. 'עצביהם כסף וזהב מעשי ידי אדם' - מיינט, אז מיר טוען וואס מיר ווילן, און מיר הענגען עס אן אויף גאט.
ו. סיי גאט און סיי די מאראל לאזט נישט א מענטש זיין א רויבער. דער וואס רויבט נישט נאר צוליב גאט, וועט טרעפן וועם צו בארויבן לויט זיין גלויבן; דער וואס רויבט נישט נאר צוליב מאראל, קען שנעל טוישן זיין מאראל; גוט איז דער וואס גלויבט אין גאט און שפירט מאראל.
ז. דער מאראלישער דייטש האט געזאגט 'ביטע, היער', ביים שיקן פרויען און קינדער צו זייער טויט.
ח. רעגן איז א וועג פון גאט צו ווייזן פארן מענטש, ווי ווייניג ער וויל אנערקענען דער וואס געבט אים לעבן.
ט. צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית קומט כסדר פאר א שלאכט, אויב עס איז דא אזא זאך ווי א נפש.
י. דער מאלפע האלט זיך אויך פאר די קלוגסטע באשעפעניש; צו זיין מזל קען ער זיך כאטש איבערצייגן זיין טעות דורך אנטרעפן א מענטש. צו אונזער שלעכטע מזל, רעדן מיר זיך טאקע איין.
יא. ווען פיש וואלטן גערעדט, וואלטן זיי געזאגט 'לאמיר מתקן זיין די נשמות פון די רבי'ס'.
יב. שקר החן והבל היופי, א בפירוש'ע אסמכתא ליב צו האבן שיינקייט אין דעם עולם השקר.
יג. ליגנט איז נישט בקום ועשה, נאר א העדר פון אמת.
יד. דורכאויס היסטאריע, האט 'די רעליגיע פון רחמנות און ליבע' [קריסטנטום] פארשניטן מער לעבנס ווי סיי וועלכע אנדערע רעליגיע.
טו. די שיטה פון פאליטעאיזם [געצנדינעריי] איז נאר באגאנגען א פיצעלע טעות; זי האט פאלש אפגעלערנט דעם 'שערי היחוד והאמונה' פונעם תניא.
טז. רבי'שע קעדילעק'ס מיט בליצערלעך, זענען ווי קינדער מיט א 4 סלייס קאפל.
יז. צומאל וויל א שלעכטער זיין די איינציגסטער מענטש אויפן וועלט; צומאל וויל ער דווקא נאך מענטשן אויפן וועלט, ער זאל האבן וועמען צו פייניגן.
יח. דער אינטערנעט האט געברענגט מענטשן פון די גאנצע וועלט נאנט איינער צום אנדערן; אבער דער אינטערנעט האט דערווייטערט מענטשן פון די גאנצע וועלט - פון זיך זעלבסט.
יט. דער לינקער אנארכיסט מיטן רעכטער סופרעמעסיסט זענען ווי הודו מיט כוש; זיי שטייען ביי די צוויי עקן און דערפאר זענען זיי אזוי נאנט.
כ. א מענטש איז א מישלינג פון א בהמה און א קאמפיוטער.
כא. א יעדע קרומע סברא שטייט שוין אין א פילאזאפישע בוך; אויב קענסטו די בוך ביזטו א פילאזאף, אויב נישט – ביזטו א קרומער מענטש.
כב. עס איז נישטא קיין מער סוביעקטיווער באשלוס, ווי צו מיינען אז מ'קען עפעס באטראכטן גענצליך אביעקטיוו.
כג. ליבשאפט איז ווי א גלעזל הייס וואסער; צומאל דערווארימט עס און צומאל כאפט מען א ברי.
כד. הער שטענדיג אנדערע מיינונגען, ווייל אלע דיינע מיינונגען קומען פון אנדערע.
כה. צוויי פליגן לאכן צווישן זיך, פונעם אומגליקליכן מענטש וואס קען נישט פליען.