בלאט 1 פון 1

משיח? בית המקדש? גאולה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:51 am
דורך וואלווי
עס קומט יערליך ארויף א נושא וואס איז נישט אזוי באטעמ'ט צו רעדען דערפון.

איז דא בנמצא א מנין מעמבערס פון קאווע שטיבל אדער ערגעץ אנדערש וואס גייען דע קומענדיגער זונטאג עכט קלאגען אז עס איז נישט דא היינט א בית המקדש?

איך רעד נישט פון מענטשען וואס נער'ן זיך און יענעם. איך בין נייגעריג צו היינט איז עכט דא דורך שניטליכע יודען שומרי תורה ומצוות וואס גלייבען אין באשעפער און ווילען טוהן גוטס וואס האבן באמת א פראבלעם, אן זיך דארפן קאנווינסען דורך זאגען א טעלעפאן בוך פון קינות איינגעקנייטשט דורשטיגערהייט, אז מ'איז נישט מקריב קרבנות בזמן הזה ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארען צוויי טויזענט יאר צירוק. איך מיין נישט די ענין פון אמונה אין ביאת המשיח, איך מיין דוקא די געדאנק אז עס באדערט איינעם בכלל.

אמת, מענטשען האבן פריוואטע צרות וואס אפשר די גאולה וועט אויסהיילן. אודאי איז דא דא כללית'דיגע צרות פון גלות ליידען און דעס שטערט טאקע א יעדען איינציגע יוד נישט קיין חילוק ווי פרום ער איז. אבער איז דא מענטשען וואס וועט באדערען טאמער נאכדעם ווי אנטעסמיטיזם וועט זיך אויפהערען און פריוואטע פראבלעמען וועט נעלם ווערען וועט משיח נאך אלס נישט דא זיין און די בית המקדש וועט בלייבן ווייטער מכוון דארט אויבען ווי עס איז יעצט?

איין לימוד זכות איז אז דאס גופא איז א חלק פון די פראבלעם וואס אידישע קינדער מאכן מיט אלס חלק פון חורבן הבית. מ'האט אוועק גענומען איינע פון די יסודות פון יודישקייט אין עבודת השי"ת עד כדי כך אז עס באדערט נעבעך קיינעם נישט.