על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]א.[/center]
ווען דער ברייט-ביינערדיגער דארפסמאן, דער תמימות'דיגער - אבער פארגרעבטער - איד נטע, האט געעפנט זיין טיר, איז ער געווארן בלייך פאר שרעק, הענט און פיס האבן אים אנגעהויבן ציטערן ווי אין א קאנוואלסיע, און ער האט קוים באוויזן ארויסצושטאמלען פון מויל די ווערטער: "ביטע, לאזט מיין פאמיליע פארבלייבן אין שטוב". אבער ער זעלבסט האט געוואוסט בשעת מעשה, אז זיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן.

בליץ שנעל האבן אריינגעשטורעמט די זעלנער פון פריץ פון דערפל יאטשיניק, און גענומען נטע מיט זיין ווייב און צוויי קליינע קינדער, גרונם און געצל, אין 'גרוב' אריין - - -

[center]***[/center]

מיר גייען דא צוריק מיט צוויי הונדערט יאר, ווען פריצים האבן פארפיגט אויף פילע גיטער, כאדם העושה בתוך שלו, מיט אומבאגרעניצטע רעכטן. זיי האבן פארמאגט פילע גערטנער, קרעטשמע'ס, בראנפן ברענעריי'ס, ווינט מילן, ארענדע'ס, א.א.וו. וואס זיי פלעגן פארדינגען פאר פריוואטע מענטשן, געווענליך – פאר אידן, און נאך א יאר האט מען געדארפט באצאלן פארן פריץ דעם חוב. אין א גוטע יאר האט דער קרעטשמער און ארענדער געלייזט א שיינע מטבע פון די עוברים ושבים, גענוג צו שפייזן די פאמיליע, שכירות געלט פארן פריץ, און נאך אפאר דאלער פארן חתונה מאכן די קינדער.

אבער צומאל פלעגט זיין א ביטערע יאר, וואס מענטשן פלעגן זיך נישט אפט באווייזן אין קרעטשמע, און עס איז נישט אריינגעקומען גענוג געלט צו קענען באצאלן די שכירות. דאן האט זיך עס געוואנדן אינעם פריץ זעלבסט, איז ער געווען א פיינער מענטש, האט ער געקענט צואווארטן אביסל מיט פארשטענדעניש, אבער אויב איז ער געווען אן אומציוויליזירטער חיה [ווי אסאך פריצים אין יענע תקופה], דאן איז געווען ביטער ווי גאל.

אסאך פריצים האבן פארמאגט א 'גרוב', וואו זיי פלעגן אריינווארפן דעם ארענדאר צוזאמען מיט זיין גאנצע פאמיליע, און דארט האבן זיי געדארפט אויסלעבן ביטערע יארן פון צושטופעניש, הונגער, און א חברותא פון מייז, ראטן, לייז און זשומענדע פליגן, וואס האבן זיכער געמאכט אים צו מאכן געדענקן 24 שעה אין טאג 'וואו' ער געפונט זיך.

אונזער נטע, אדער ווי מ'האט אים גערופן אין דערפל 'נאטקע', האט געווענליך פארדינט שיין, אפילו גאר שיין, אזש ער האט פארמאגט א הערליכע הויז וואו ער האט געהאט מכל טוב וטוב. אבער דאס יאר האט זיך אראפגעלאזט א שניי במשך דעם גאנצן ווינטער, די וועגן זענען געווען פארפרוירן און קיין מענטשן האבן זיך נישט באוויזן. דער פריץ, א נערוועזער און נישט ווייניגער שלעכטער, האט געווארנט נאטקע'ן, אז ער דארף שוין אט-אט אפצאלן די שכירות געלט פארן יאר, און אויב נישט – האט ער אים צוגעפירט צום 'גרוב', און נישט ארויסגערעדט קיין ווארט. די שרעקעדיגע רמז, איז געווען מער פון קלאר.

ווען די צייט אויס אויסגעלאפן, האט אים דער פריץ געלאזט רופן און געזאגט, אז ער האט גרויס 'מיטלייד' מיט אים, און דערפאר ציט ער אויס דעם אפצאל דאטום מיט נאך צוויי וואכן. "אבער אין צוויי וואכן, זונטאג צופרי, וועלן די זעלנער דיר שוין צופירן וואו אהין דו באלאנגסט, דיר מיט דיין גאנצע משפחה" – האט ער אויסגעפירט א שארפע דראאונג.

[center]***[/center]

נאטקע איז ארומגעלאפן אן א קאפ, ער האט אפילו געזוכט צו פארקויפן מעבל פון זיין הויז, ער האט געקלאפט אויף טירן בעטנדיג אן הלוואה, ער האט געהאפט אז עס וועט זיך אראפלאזן א מבול פון אדורכגייער, אבער נאך צוויי וואכן, ווען די זעלנער האבן געקלאפט אויף זיין טיר, האט נאטקע געוואוסט אז דאס איז עס, "געים אווער", ער – מיט זיין גאנצע פאמיליע – גייען יעצט אדורכגיין שבעה מדורי גיהנום.

ער האט אבער נישט געוואוסט ווי ביטער.

אנקומענדיג אינעם נייעם פאלאץ, דער פיצעלער גרוב, האבן אים צענדליגע מייז און ראטן מקבל פנים געווען מיט א הילכיגע ברוך הבא, די לייז האבן גלייך מחליט געווען צו ווערן ממש מקושר מיט די נייע געסט, און די בייסנדע פליגן האבן געקלאפט די פליגלען זשומענדיג/זינגענדיג שירות ותשבחות אין ריכטונג פון זייער פארברייטערטע פאמיליע.

נאטקע האט געשפירט אז ער גייט אראפ פון זינען, אבער קוקנדיג אויף זיין ווייב איז ער ערשט איינגעפאלן. זי איז נעבעך געשטאנען א בלאסער, נישט וויסנדיג וואס צו טון נעקסט, מאכנדיג קוויטשערייען מיט יעדן פארביילויפנדן מייז. טרערן זענען געפלאסן פון נאטקע'ס אויגן, וואס האבן זיך אויסגעמישט אויפן נאסן ערד מיט זיין אידענע'ס טרערן. ווידעראום די צוויי קינדערלעך, דער אכט יעריגער גרונם און פינף יעריגער געצל, האבן גראדע פרובירט צו עקספלארירן די ניי-אנטפלעקטע וועלט פון שרצים וואס האבן זיך געיאוועט אין זייער ריכטונג.

דעם ערשטן אינדערפרי, האט דער שומר פונדרויסן אראפגעלאזט אן עמער וואסער און אפאר רעפטלעך ברויט, ווארנענדיג די 'נאטקעס' אז זיי זאלן זיכער מאכן איבערצולאזן אויך פאר שפעטער, ווייל דאס איז זייער איינציגסטער מאלצייט פון היינט און ווייטער, טאג-טעגליך. נאטקע האט אויס רחמנות פאר זיין ווייב און קינדער, געפאסט דורכאויס'ן טאג, ווילנדיג אז די איבעריגע פאמיליע מיטגלידער זאלן האבן עטוואס מער צו עסן.

דאס האט קיין סאך נישט געהאלפן. נאך אפאר טעג איז זיין ווייב נישט גוט געווארן, און האט אנגעהויבן באקומען פיבער ל"ע. קיין נארמאלע עסן איז נישט געווען, די מינימאלע געברויכן אויך נישט, פון די אנדערע זייט – א ברייטקייט פון כל מיני שרצים השורצים עלי אדמות, די לייז האבן געביסן שטיקער, און זי איז נישט געווען געמאכט צו קענען אויסהאלטן אזעלכע טערמינען. נאכן זיך מוטשענען פאר דריי וואכן, האט זי ליידער אויסגעהויכט איר נשמה, צו די דערשיטערנדע אויגן פונעם שוין איינגעבראכענעם שארבן – דעם אמאליגן ברייט ביינערדיגן 'נאטקע', און די קליינע דארפס קינדער, גרונם און געצל.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ב.[/center]
אפאר ביטערע חדשים זענען אריבער אויף נאטקע'ן. איך זאג נאטקע, ווייל זיינע קינדער האבן זיך שוין מער-ווייניגער איינגעארדענט אינעם גרוב. זייענדיג יונג פול מיט לעבנסלוסט, האבן זיי שנעל פארגעסן פון זייער אמאליגער היים וואס איז געווען אויסגעשטאטעט מיט אלעם גוטן, און אפילו פון זייער געטרייער מאמע ע"ה. זיי האבן שנעל געהאט אנדערע דאגות: וויאזוי מ'פארטרייבט די קליינליכע שרצים, די מייז און ראטן וואס מאכן נערוועז, די בייסנדע פליענדע אינזעקטן וואס זויגן דאס בלוט, און די לייז וואס שניידן שטיקער לייב.

גרונם און געצל האבן ניטאמאל פארשטאנען פארוואס דער טאטע קרעכצט אזוי אפט. "עס איז בכלל נישט אזוי שלעכט" – פלעגט דער אכט יעריגער גרונם ערקלערן פארן קליינעם געצל, "מ'קען זיך שפילן מיט די זיסע קליינע מייזעלעך, מ'קען נאכלויפן די ראטן, ס'איז א מחיה!". נאטקע האט זיי פרובירט צו דערמאנען פונעם שיינעם הויז וואו זיי פלעגן וואוינען, די געשמאקע עסן וואס זיי פלעגן באקומען, אבער די קינדער האבן גארנישט געדענקט. פון זייער שטאנדפונקט איז יעצט אויך נישט געווען געפערליך – חוץ פון די הונגער וואס האט שרעקליך גענודזשעט, און זיי פלעגן ארומגיין גאר שטארק אויסגעהונגערט.

נאך א שטיק צייט, ווען די מייז זענען שוין נישט געשטאנען די יונגווארג אין וועג, האט דער קליינער געצי גענומען א מייז און אים גע'הרג'עט. נאך פאר וואו-וואס-ווען, האט ער אריינגעביסן אינעם עקלדיגן שרץ, און געגעסן זיין פלייש. דער טאטע, א ריכטיגער דארפישער עם הארץ, האט נישט פארשטאנען די גדול האיסור פון עסן שרצים, ער האט געקלערט אז א קינד מעג, ס'איז דאך א סכנה. אזוי צו אזוי, האט ער זעלבסט זיך געעקלט און נישט געקענט צורירן דערצו. אבער דער קליינער געצי האט געשפירט אינעם מייז אלע גוטע טעמים.

וירא עכבר כי טוב, און פון יעצט און ווייטער איז צוגעקומען צו גרונם און געצל'ס מעניו גוטע מעדנים, מייזן פלייש און ראטן פלייש. עס האט זיי שוין גארנישט געפעלט, די בור איז גאר געווארן א באליבטע פלאץ וואו צו וואוינען, וואו עס איז אייביג דא פלייש די והותר. ממש א מחיה! נאטקע האט נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטון, זיינע אייגענע קינדער ליבן דעם גרוב ווי ער ליבט זיין אלטע שיינע הויז. זיי בענקן אפילו נישט צום עבר, עס איז זיי פונקט גוט דא.

ער פלעגט באוויינען זיין גורל ביינאכט, אין פינסטערניש פון נאכט, במסתרים תבכה נפשי. פאר די קינדער האט ער נישט געקענט וויינען, זיי האבן ניטאמאל פארשטאנען אויף וואס מ'דארף קלאגן. אבער ווי די מאמר החכם 'צייט פארהיילט וואונדן', איז די געפערליכע פיין פון נאטקע'ן געווארן שוואכער, ווערנדיג צוביסלעך צוגעוואוינט צום ביטערן מצב.

[center]***[/center]

א קיילעכיג יאר איז אריבער. א יאר פון פיין און טרויער. אינעם יארטאג פון ווען ער איז אריינגעווארפן געווארן אינעם גרוב, איז פון פריש אריבער אין זיין זכרון אלעס וואס האט פאסירט ביז יעצט. ער איז דער ברייט ביינערדיגע נאטקע, ער האט א הערליכע הויז, לעבט אין רייכטום, ער קען נישט אפצאלן די ארענדע, ער ווערט אריינגעפירט אין גרוב, זיין ווייב גייט אויס ווי א ליכט, ער האט קוים צו עסן און טרינקען, די שרצים מאכן מטעמים פון אים. טייכן טרערן זענען געפלאסן פון זיינע אויגן, ווען די אלע סצענעס האבן זיך איבערגעשפילט אין קאפ.

אויפהייבנדיג זיינע טרערן פארלאפענע אויגן, האט ער זיך געטראפן שטיין קעגן צוויי פארוואונדערטע פאר אויגן: גרונם און געצל, האבן אים אנגעקוקט מיט א מינע ווי איינער זאגט "וואס איז געשען מיט טאטי?". נאטקע האט זיי גערופן אין א זייט, און אויסגע'משל'ט פאר זיי אז א לאנגע צייט צוריק האבן זיי געוואוינט אין א שיינע הויז, און זיי האבן פארמאגט - - -

"טאטי", האט דער קליינער געצי אים איבערגעהאקט, "איך ווייס שוין וואס דו גייסט זאגן, אבער איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט. איך בין זייער באקוועם דא, איך האב גוט צו עסן, איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף וויינען און וואס איך זאל באדויערן". גרונם האט מיטגעשאקלט מיטן קאפ, ער איז גראדע שוין געווען אכט יאר אלט ביים אנקומען אין גרוב, און ער האט נאך יא עפעס געדענקט פונעם גלאררייכן אמאל, אבער ס'איז אים אויך יעצט געווען באקוועם, ער האט מיט זיין קינדערישן שכל נישט געקענט משיג זיין די טיפקייט פון זיין בראך.

[center]***[/center]

נאטקע איז פלוצים געווארן ערנסט. זיין פארקנייטשטע שטערן איז געווארן שטייף, זיין איינגעפאלענע פנים האט באקומען שטארקייט, און מיט אן אויסגעגראדטן רוקן האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער: "קינדערלעך טייערע, איך ווייס אז ענק פארשטייען נישט וואס איך רעד, פארוואס איך וויין, און פארוואס איך וויל בכלל אז ענק זאלן געדענקן אז אמאל איז געווען בעסער. לאמיך ענק זאגן אזויפיל: אמאל איז ענקער לעבן געווען טויזנט מאל בעסער ווי עס איז יעצט!".

"טראכטס אריין. אמאליגע צייטן ווען ענק וואלטן געזען א מייז וואלטן ענק זיך געעקלט, עס וואלט אין ענקער וויסטער חלום נישט איינגעפאלן עס אויפצועסן. איך קען ענק נישט מסביר זיין מיט וואס ענקער לעבן איז ענק נישט גוט דא, אבער אזויפיל קען איך ענק יא זאגן, אז אט די מייז וואס ענק האבן אזוי שטארק ליב אינעם גרוב, דאס איז די סיבה פארוואס צו וויינען. ווייל אמאל פלעגן ענק עסן זאכן וואס זענען אסאך בעסער און געשמאקער. אלזא, די שטערקסטע סיבה פארוואס צו וויינען איז, דאס אליינס אז ענק כאפן שוין נישט ווי עקלדיג א מייז איז בעצם צו עסן!".

"איי, וואס גייט עס מיך אן? אויב ענק זענען צופרידן מיטן מייז, עסטס דאס מיט אפעטיט! פארוואס וויל איך אז ענק זאלן באוויינען ענקער סיטואציע? איך וועל ענק מסביר זיין: אויב ענק וואלטן געווען אינדרויסן פונעם גרוב, וואלטן ענק פארשטאנען אין וואספארא ביטערע מצב ענק געפונען זיך יעצט. כדי צו אנטלויפן פון גרוב דורך סיי וואספארא אופן, דארפן ענק כאטש וועלן זיך ארויסזען פון דאנעט. אויב עס איז ענק צו באקוועם און געשמאק דא צו זיין, וועלן ענק אייביג פארבלייבן אין דעם פארשאלטענעם גרוב!!!".

דריי פאר אויגן האבן געגאסן טרערן. דריי פאר אויגן האבן ארויסגעקוקט פאר א בעסערן עתיד. איינער וויסנדיג און געדענקנדיג, און די אנדערע צוויי – גלייבנדיג זייער באליבטן טאטן.

יא, זיי האבן האפענונג. זיי האבן נישט פארגעסן.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ג.[/center]
די גמרא אין מסכת ברכות (דף ו' ע"ב) דערציילט אונז אן אינטרעסאנטע מעשה: "רבי אלעזר חלש, על לגביה רבי יוחנן. חזא דהוה קא גני בבית אפל, גלייה לדרעיה ונפל נהורא. חזיה דהוה קא בכי ר' אלעזר, אמר ליה: אמאי קא בכית וכו', אמר ליה: להאי שופרא דבלי בעפרא קא בכינא, אמר ליה: על דא ודאי קא בכית, ובכו תרוייהו".

אין אידישע איבערזעצונג: ר' אלעזר איז קראנק געווארן, איז ר' יוחנן ארויף צו אים אין שטוב. ווען ר' יוחנן האט געזען אז ער וואוינט אין א טונקעלע הויז, האט ר' יוחנן אנטפלעקט זיין ארעם, און עס איז געפאלן א ליכטיגקייט אין שטוב. האט ער געזען אז ר' אלעזר וויינט, האט ר' יוחנן געפרעגט פון ר' אלעזר פארוואס ער וויינט וכו', האט אים ר' אלעזר געזאגט, אז ער וויינט אויף ר' יוחנן'ס שיינקייט וואס וועט עווענטועל ליגן אין די ערד. האט אים ר' יוחנן געזאגט, אז אויף דעם איז טאקע פאסיג צו וויינען, און זיי האבן צוזאמען געוויינט. רש"י ערקלערט שוין, אז ער האט געווארפן א ליכטיגקייט וויבאלד ר' יוחנן איז געווען זייער שיין, ווי עס ווערט געברענגט אין מסכת בבא מציעא (דף פ"ד ע"א).

אויבנאויף איז די מעשה זייער אומפארשטענדליך, פארוואס האט ר' אלעזר באוויינט ר' יוחנן'ס שיינקייט, פארוואס האט ר' יוחנן מסכים געווען אז דאס איז טאקע א גוטע סיבה פארוואס צו וויינען, אזש זיי האבן ביידע געוויינט.

איינע פון די ערקלערונגען דערויף איז, אז ר' יוחנן איז געווען משיפורא קרתא דירושלים, און ווי ר' יוחנן זעלבסט האט מעיד געווען איבער זיך (שם): "אנא אישתיירי משפירי ירושלים". די פשט דערפון איז לויט ווי חז"ל דערציילן, אז אין די צייטן ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען, זענען די אידן אין ארץ ישראל געווען הערליך שיין אין אויסזען, עד כדי כך אז ווען זיי זענען פארטריבן געווארן קיין רוים, האבן די רוימישע פרויען געגלוסט די הערליכע אידישע מענער, שוין נאכן גיין אין גלות (עי' באריכות מסכת גיטין נ"ח ע"א)! אבער נאכן אדוכמאכן ביטערע צייטן אין גלות, זענען זיי ליידער פאר'מיאוס'ט געווארן. רבי יוחנן איז אבער פארבליבן פון די שיינע לייט, וואס האבן דערמאנט אביסל אין די שיינקייט וויאזוי די אידן האבן אויסגעזען בזמן שביהמ"ק היה קיים.

דערפאר, ווען ר' אלעזר האט געזען זיין שיינקייט, האט ער זיך דערמאנט אין די שיינקייט פון כלל ישראל אין די צייטן פון ביהמ"ק, און האט באדויערט די פאקט אז די שפעטערדיגע דורות - נאך ר' יוחנן'ס פטירה - וועלן ניטאמאל פארשטיין ווי שיין די אידן זענען געווען אמאליגע צייטן, און דערפאר האט ער געוויינט. ווען ר' יוחנן האט דאס געהערט, האט ער געזאגט 'על דא ודאי קא בכית', אויף דעם איז טאקע ווערט צו וויינען, און זיי האבן ביידע געוויינט.

זיי האבן געוויינט אויפן חורבן, און זיי האבן געוויינט איבער דעם וואס די שפעטערדיגע דורות וועלן ניטאמאל וויסן וואס צו באוויינען.

[center]***[/center]

מענטשן וואונדערן זיך אפטמאל, וואס איז פשט פון וויינען אויפן חורבן ביהמ"ק? פון זייער שטאנדפונקט איז די מצב נישט געפערליך אין 'גלות אמעריקע', ווילאנג מ'הרג'עט נישט קיין אידן. עס איז שווער צו באוויינען עפעס וואס מיר האבן פארלוירן כמעט 2,000 יאר צוריק, און מיר ווייסן אפילו נישט וואס דאס איז.

נאכמער, מיר זענען אזוי פארגרעבט, אזוי אויסגעמישט מיטן גוי, אז אויבנאויף קוקט גאר אויס אז עס איז פיל געשמאקער און בא'טעמ'טער צו זיין אין זייער געגנווארט. מיר שעצן זייער קולטור [פון די העכערע קלאס מענטשן], מיר קאכן אין די אמעריקאנע פאליטיק כאדם העושה בתוך שלו, מיר קוקן ארויף א גוי'אישן וויסנשאפטלער, מיר שעצן חכמת יוונית, און מיר זענען זייער באקוועם מיט אונזער מצב. וואס האבן מיר צו באוויינען?!

אבער איינמאל אין יאר, זעצן מיר זיך אראפ אויף די ערד, און מיר דארפן זיין באבלות. מיר טרויערן נאך עפעס וואס מיר פארשטייען נישט פארוואס מיר זאלן טרויערן דערויף. אבער איין זאך דארף אונז באגלייטן: מיר זאלן כאטש גלייבן, אז אין די צייטן פון ביהמ"ק, ווען כלל ישראל זענען געווען אין הייליגסטן לאנד שרויים על אדמתם, ווען עס איז געווען א השראת השכינה, ווען אידן האבן געזען ניסים ונפלאות אויף מער אן אפענעם פארנעם, ווען דער רוחניות'דיגער שטאפל איז געשטאנען אויפן העכסטן פארנעם, דאן איז געווען פיל געשמאקער פון היינט.

און אויב מיר פארשטייען עס נישט, זאלן מיר וויסן אז די געשמאקע פלייש איז ראטן פלייש, עס איז נאר געשמאק פאר דער וואס איז געבוירן אין גרוב, אבער דאס זעלבסט איז די סיבה פארוואס מיר זאלן וויינען. לאמיר זיך פארלאזן אויף אונזערע חכמים, וואס האבן קלאר געמאכט פאר די קומענדיגע דורות, אז אמאל איז כלל ישראל געשטאנען אויף אזא הויכע מדריגה, אז מיר האבן זיך געעקלט פון דאס וואס מיר שעצן היינט, אזויווי מ'עקלט זיך פון ראטן פלייש. צוליב דעם דארפן מיר וויינען, אז מיר ווייסן שוין נישט אז אונזער הנאה באשטייט פון עפעס וואס מיר וואלטן ממאס געווען אין א צייט וואס מיר האבן זוכה געווען צו א השראת השכינה, א סנהדרין, און תורה ריזן.

[center]***[/center]

ביי די חתונות איז איינגעפירט 'מנהג אמעריקע', אז אינמיטן טאנצן מאכט מען א הפסקה, און מ'ברענגט ארויס די 'שמאוגער'ס באורד', וואס באשטייט צווישן אנדערן פון מעלאנעס, הייסע מזונות, און אייזקריעם. די עסן איז זייער געשמאק און צוציענד, און מ'זעט טאקע יעדעס מאל פון פריש ווי דער עולם כאפט זיך צו, כאילו די חתונה איז באשטאנען פון די סעודת המפסקת ערב תשעה באב.

ווען א צדיק וועט זיצן אויפן אויבנאן, וועט ער קיינמאל נישט עסן פון די זיסווארג. מאנכע 'אויבנאן אידן' וואלטן געוואלט עסן, נאר זיי שעמען זיך. אבער עס איז דא א געוויסער עלעמענט פון אמת'ע אויסגעארבעטע אידן, וואס זענען הימל מענטשן. זיי עסן נישט די זיסווארג, נישט ווייל זיי ווילן 'ארבעטן' אויף זיך, נאר ווייל זייער לעבן באשטייט פון פיל זיסער'ס: דביקות בה', תורה לשמה, עבודת התפילה, צדקה וחסד, א.א.וו. ווען מ'לעבט אין אזא וועלט, ווערט אן אייזקריעם אויטאמאטיש פאר'מיאוס'ט אין זייערע אויגן. 'זיסווארג' מיינט ביי אזא איינעם גאר עפעס אנדערש.

מיר האלטן נישט ביי די מדריגה, אבער אויב מיר ווילן דאס פארשטיין, קענען מיר דאס אילוסטרירן אויף זייער א פשוט'ן וועג. אויב אינמיטן עסן די אייזקריעם, הערט ער אז א ספעציפישער גדול בישראל – פון וועם ער האלט עולמות – איז אקארשט אריינגעקומען אין זאל, וועט ער אויפן פלאץ אפלאזן דאס לעפל, און לויפן זען דעם צדיק.

אויב וואלט צאנזער רב זי"ע אראפגעקומען פון הימל פאר א האלבע שעה, און מ'זאגט עס אים אינמיטן שלאף, וואלט ער זיך ארויסגעריסן פון בעט פלינקערהייט, צו זיין פון די וואס וועלן האבן די זכיה צו 'זען' דעם צאנזער רב. יא, מיר האבן ליב גשמיות, אבער מיר 'פארשטייען' כאטש אז רוחניות איז בעצם פיל געשמאקער, אפילו מצד די הנאה שבו.

דאס איז וואס מיר באוויינען אום תשעה באב, און דאס איז די טרויער אין די דריי וואכן, בין המצרים.

[center]***[/center]

עס ווערט דערציילט, אז נאפאליאן קייסער איז אמאל אדורכגעפארן א שטעטל, און ער האט ארויסגעהערט א ביטער געוויין פון אידישן שול. האט ער מחליט געווען אריינצוגיין הערן פארוואס זיי וויינען אזוי שטארק. אריינקומענדיג אין שול זעט ער א ציבור אידן, זיצן אויף די ערד איינגעבויגן, און וויינען איבער געוויסע טעקסט ביכער.

ווען נאפאליאן האט א פארוואונדערטער געפרעגט וואס דא גייט פאר, האט מען אים ערקלערט אז ארום 2,000 יאר צוריק האט מען חרוב געמאכט די ביהמ"ק. נאפאליאן האט נישט פארשטאנען וואס ביהמ"ק מיינט, ער האט געמיינט אפשר האט מען זיי באראבעוועט געלט וכדומה, אבער די אידן האבן אים געזאגט אז זייער עיקר געוויין אז איבער א פשוט'ער בנין וואס איז געשטאנען אין ירושלים, וואס איז חרוב געווארן, און זינט דאן באוויינען דאס די אידן יאר יערליך אינעם יארטאג פון ווען דאס האט פאסירט.

אינגאנצן פארגאפט האט נאפאליאן אויסגערופן: "איך פארשטיי נישט פארוואס זיי וויינען, וואס גייט זיי אן איבער עפעס א בנין פון 2,000 יאר צוריק? העכסטנס זאלן זיי בויען א נייע. אבער אזויפיל קען איך יא זאגן, אז א פאלק וואס באוויינט נאך 2,000 יאר עפעס וואס זיי האבן פארלוירן 2,000 יאר פריער, אזא פאלק וועט נאך איין טאג צוריקבאקומען דעם בנין!".

יא יא, כדי ארויסצוקומען פון גרוב, מבור הגלות, דארף מען כאטש וועלן ארויסקומען![/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ד.[/center]
אין א צייט ווען מיר באוויינען דעם חורבן ביהמ"ק, דארפן מיר אויך באוויינען אלע אנדערע צרות – בעיקר רוחניות'דיגע צרות – וואס כלל ישראל איז אריבער, און גייט אריבער, ביזן היינטיגן טאג. עס פאדערט זיך א טיפע גרונטליכע חשבון הנפש. א דורכדרינגליכע, מעסער שניידענדע, און בעיקר – אויפריכטיגע קלארשטעלונג, וואו מיר האלטן אויפן וועלט, אלס יחיד ווי אלס כלל.

ווען מיר טראכטן אריין אין אונזער מצב היינט צוטאגס, זעען מיר גארנישט חוץ אפגרונד. די תהום שטייט פאר אונז מיט אן אפענעם מויל, גרייט איינצושלינגען יעדן איינעם. ניין, דער תהום שטייט נישט 'פאר אונז', דער תהום שטייט אונטער אונזער פיס מיט אן אפענעם מויל. אין סך הכל איז אונזער האר נאך פארקניפט אין די ביימער, ווי ביים מעשה פון אבשלום בן דוד. דערפאר פאלן מיר נישט אריין אין תהום. אבער דער מצב איז קלאר ביטער.


אונזער חינוך סיסטעם פאר אונזערע טייערסטע אוצרות, ארבעט זיך עפעס נישט אויס ווי עס דארף צו זיין. די ישיבות לייגן צוגרינד בחורי חמד יאר יערליך, אין א מגיפה וואס פארערגערט זיך פון יאר צו יאר. די מחנכים זענען דא מער אויף מחנך צו זיין די עלטערן [וויאזוי די מאמע פון קינד זאל גיין אנגעטון, וואספארא קאמפיוטער דער טאטע פון קינד מעג האבן, און וויפיל דזשעל מעג זיין אריינגעמישט אין די פיאות], ווי אויף מחנך צו זיין די קינדער זעלבסט.

ווען עס קומט אריינצולייגן תורה און יראת שמים אין אונזערע באליבטע קינדער, זעט מען עפעס נישט קיין פירות. שוין אפגערעדט פון די פארמערטע צאל אפגעפארענע אדער סתם 'באמעס', וואס דאס איז בפשטות דער גרעסטער חורבן היינט צוטאגס, וואס יעדער האלט מיט איר פארערגערונג מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, חוץ מזה קומען אויך נישט ארויס אויסגעאיידלטע יונגעלייט מלאים בתורה והשקפה נכונה, נאר אומוויסנדע יונגען וואס פרייען זיך צו אנטלויפן פון ישיבה, און פון אלעס וואס עס האט געפרעדיגט אזויפיל יארן.


עס איז קלאר אז די ביז יעצטיגע מהלך האט באנקראטירט, עכ"פ אין א וועלט פון טעכנאלאגיע ווי היינט צוטאגס. מ'דארף געוויס טוישן אסאך פרטים און אפילו כללים, וויאזוי צו רעדן, אויסלערנען, און מדריך זיין, אונזערע יונגלעך און בחורים. מ'דארף געוויס לייגן די דגוש אויף פרינציפן וואס זענען ביז יעצט מער ווייניגער איגנארירט געווארן. עפעס דראסטיש דארף געשען, אז מיר זאלן נישט זיין א צועק לשעבר [וואס מיר זענען שוין יעצט אויך, אין א געוויסן הינזיכט], ועל דא ודאי קא בכינא.

אוודאי וואלטן מיר זיך געפריידט, אז רבנים און עסקנים וואס זארגן זיך אזוי פארן כלל, זאלן זיך אפגעבן מיטן גרעסטן פראבלעם וואס מוטשעט אונזער צוקונפט, פון איר רוחניות'דיגן קוק ווינקל. אבער הלל הזקן האט שוין געזאגט (מסכת אבות), אז "אם אין אני לי מי לי", און ווי חז"ל זאגן: "במקום שאין איש, השתדל להיות איש".

[center]***[/center]

אינעם יעצטיגן נומער פון "דער וועקער", וועלן מיר ערוועקן דעם דעת הקהל צום אויבנדערמאנטן פראבלעם. פון גאס איז אריינגעקומען א מייסטער ארטיקל וואס פאדערט, מאנט, און שרייט: 'רבותי, עס איז צייט פאר חשבון הנפש! עס איז צייט צו טוישן בעפאר עס פארבלייבט אונז נאר איבער צו באוויינען ח"ו!'. מיר האפן טאקע אז דאס וועט אויפשאקלן די גאס, און טוישן דעם ביז יעצטיגן צוגאנג, און נישט אז מ'זאל דארפן זאגן אין יארן ארום אז 'דער וועקער' האט שוין 'דעמאלס' געוואוסט וואס עס וועט פאסירן ה"י.

אינעם לענגערן ארטיקל שילדערן מיר דעם פראבלעם, און נאכדעם וויאזוי מ'קען דאס פארבעסערן [טאקע ווייל עס איז נישט קיין קונץ צו קריטיקירן, אן געבן נייע געדאנקן וואס יא צו טון]. און ווי מיר ווייסן שוין, אז "כדי ארויסצוקומען פון גרוב, דארף מען כאטש וועלן ארויסקומען!".[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס דארף מען צו לייגן צו די נייע קינות'ן וואס איז נתחדש געווארן די לעצטע פאר יאר פון כ"ק אדמו"ר ר' אדנירם מ'קאווע שטיבל ווי ס'וועט ווערן געזאגט מיט גרויס בכיות על חורבן דורינו
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א געוואלדיגע ארטיקל, און אז מען זעט אזא טאלאנט ווי אדנירם, על דא ודאי קא בכינא
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

אשרי הדור ש׳אדנירם הוא מכותביה ,
שש איז א שטאלץ פאר אינזער שטיבל ,
כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה..
!..A Lonely Man of Faith
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

באמת א הערליך שטיקל [tag]אדנירם[/tag]! האסט מיר געפירט צו א העכערע וועלט ווען כ'האב געליינט די ארטיל.
אדנירם בתפארתו.

א באזונדערע יישר כח פארן אריין לייגען אין די וועקער, איך האב עס דארט געליינט, די בילדער האט גאר אסאך צוגעגעבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער האט געשריבן:א געוואלדיגע ארטיקל, און אז מען זעט אזא טאלאנט ווי אדנירם, על דא ודאי קא בכינא

[tag]פליקער[/tag], וואס באוויינסטו מיר? כ'וויל קענען מיטוויינען [ווי ביים מעשה מיט ר' אלעזר ור' יוחנן].
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אדנירם האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:א געוואלדיגע ארטיקל, און אז מען זעט אזא טאלאנט ווי אדנירם, על דא ודאי קא בכינא

[tag]פליקער[/tag], וואס באוויינסטו מיר? כ'וויל קענען מיטוויינען [ווי ביים מעשה מיט ר' אלעזר ור' יוחנן].

יא יא
אמר ליה: אמאי קא בכית וכו', אמר ליה: להאי שופרא דבלי בעפרא קא בכינא, אמר ליה: על דא ודאי קא בכית, ובכו תרוייהו".
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך טמיר »

אבער די הערליכע מאמרים בלייבן דאך קאי וקיים! עס ווערט נישט בלי בעפרא!
קם ר' שש ונשקיה ברישיה. אמר: על דא ודאי קא חדינא נפשאי
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מו"ר רבי אלימלך בידרמן שליט"א געבט א דרשה פאר אפאר שעה אין א ציה, אין ארץ ישראל, וואס מ'קען הערן דורך לייוו הוק-אפ.

פאראיאר האב איך פארלאזט אפאר טרערן ביים אויסהערן דעם דרשה.
בייגעלייגטע פיילס
מודעה תשעה באב.jpg
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קול מבשר האט געקראכט.
ק\פ
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אינטערסאנט ער רעדט נאך יעצט ס'איז שוין זיבען אזייגער צופרי דארט אין ארץ ישראל.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך יעלה ויבא »

ישר כח הרב שש שליטא.
ס׳דער ערשטע מאהל אין מיין לעבען וואס איך האב געוויינט ביי די קינות

lead, follow, or get out of the way
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך טמיר »

אונטערעסאנט, איך האב שוין געזען אסאך ערליכע אידן זאגן קינות און נישט פארלאזט טרערן, דוקא די ק"ש אידן זענען אין דעי מדרגה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: על דא ודאי קא בכית! (דער וועקער #3)

שליחה דורך קל וחומר »

ס'האט נישט מיט עהרליכקייט, אז מ'איז אויסגעקאכט אין די אידישע היסטאריע איז מסתבר אז ס'איז גרינגער זיך אריינצולייגן אין די מצב.
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך פעינטער »

הערליך ארויס געברענגט.
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

א דאנק שש, דער געדאנק איז נישט קיין נייער אבער די וועג וויאזוי דו האבסט ארויסגעברענגט און ממחיש געווען דעם געדאנק איז אויסטערליש, אבל דא עקא איך האב פונקט געהאלטן אינמיטן בייסן א סענדוויטש....
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

הערליכע געדאנק און גוט אראפגעלייגט. ייש"כ.

כ'האף אז איך וועל כאטש קענען אריינקלערן אין דעם נקודה, אז מיר זענען שוין אזוי מגושם אז עס טוט אונז ניטאמאל וויי...


בד"וו, אפשר לייגט מען דא ארויף דעם פידיעף פון די מעשה וואס איז געדריקט געווארן אין אלטן וועקער?
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט