מלכים אין די עולם החי והצומח

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

מלכים אין די עולם החי והצומח

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך בין נאך סטאק מיט דעם פארצייטישן קוק אז עס מוז זיין א בעסטע, א גרעסטער, א שטערקסטער, און א מלך פיגור.

דער געדאנק פון א מלך פיגור האב איך גענומען פון דעם לייב פענאנעמען, קודם האב איך געמיינט אז דער לייב איז באמת דער מלך פון די חיות, אזויווי אין די פאריטאלן און משלים, אבער צוביסליך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין אז זיינע באוועגונגען און אויסזעהן געבן אים א חשוב'ער איינדרוק וואס דערמאנט מענטשליכער מלכות.

דאס זעלבע איז מיט די נשרים (eagle, vulture), זיינע באוועגונגען דערמאנט מלכות.

אין גמרא ווערט דער שור פאררעכנט אלס מלך הבהמות, דאס איז שוין ווארשיינליך נישט צוליב א מלכות׳דיגער התנהגות, נאר צוליב זיין שטארקייט, גרויסקייט, און ניצבארקייט, ווייל איך וואלט ענדערש געזעהן אין א פערד א מלכות׳דיגקייט ווי אין אן אקס.

אלזא, איך האב מיר שוין צוגעוואוינט אז זאכן דארפן פארמאגן א מלך, וואס דאס מיינט די חשובסטער און ארויפגעקוקסטער, אמאל צוליב זיין גרויסקייט, אמאל צוליב זיין שטארקייט, אמאל צוליב זיינע תנועות, אמאל צוליב זיין ניצבארקייט, און אמאל צוליב אלעס צוזאמען.

אין דער אידישער ליכט האב איך געליינט אלס קינד אז דער עפל איז דער מלך פון די פירות, און אין יפה בעיתו האב איך געליינט אז דער סאלמאן איז דער מלך פון די פיש. אלזא דער תורת המלכים איז מיר גוט אריין אין קאפ, און איך האב אנגעהויבן זיכן מלכים אויף יעדער גרופע בעלי חיים און צמחים, געוואלט האב איך לכתחילה אז זיי זאלן זיין ביבלישע מינים, ווייל ווי אויפגעקלערט איך בין שוין דאן געווען האב איך נישט געקענט ארויב קריכן פון דאס באטראכטן דעם געפינטלטן תנך אלס דער שליט אין לעגיטימאציע.

טאקע דערפאר האב איך צו ערשט פארטוישט דעם יפה בעיתו׳ס סאלמאן אלס מלך מיטן לויתן פיש, און ווען איך האב אנגעהויבן זיכן א ראציאנאלער לויתן האב איך מחליט געווען אז זאל דאס זיין דער וואהל פיש, און טאמער איז דער וואהל נישט קיין פיש דאן איז דער שארק אויך גוט אלס לויתן, אבי עס זאל זיין תנך׳יש און שטימען מיט די אגדות וואס איך האב געהערט אין חדר אלס קינד.

אבער אזויווי ראציאנאליטעט איז מיר שטענדיג געווען אזוי חשוב ווי דער לעגיטימער חותם פונעם תנך און באגלייבטקייט צוצו אידישע אגדות, האב איך אנגעהויבן זיך צו ספק׳ן צו דער לייב ווערט טאקע מיט רעכט פאררעכנט אלס מלך החיות, ער איז נישט דער גרעסטער, און אויך נישט דער שטערקסטער בעל חי, און אין מציאות אפילו נישט אזוי געוואגט און מלכות׳דיג. דער טיגער וואלט זיך לדעתי פונקט אזוי פארדינט דער נאמען מלך החיות, און אפשר נאך מער ווי דער לייב. בארואיגט האט מיר דער דעה אז דער שרעקעדיגער אריה דבי עילאי פון גמרא איז טאקע דער טיגריס.

היינט ווען דער אנדען קאנאדאר איז דער גרעסטער פליענדער פויגל, ווערט דעם נשר׳ס מלכות באדרויעד, אבער איך האב מיר בארואיגט אז דער וויקיפידיה רופט דעם קאנדאר דער נייער וועלט וואלטור.

און יעצט לאמיר פראבירן צו געבן א ליסטע פון אנדערע מלכים:

דער מלך פון די שרצים reptiles וואלט איך געקרוינט דעם קראקאדיל, דער דעם קאמברו שלאנג.

דער מלך פון די אינסעקטן, וואלט איך געזאגט איז דער מארישקע.

דער מלך פון די פליענדע אינסעקטן איז דער בין.

דער מלך פון די שטיינער איז דער דיאמאנט.

דער מלך פון מעטאל איז גאלד.

דער מלך פון די ביימער איז דער ארז.

דער מלך פון די פרוכט איז אין מיינע אויגן דער מילגראם, אבער אן עפל אלס מלך איז אויך נישט אוועק צו מאכן.

דער מלך פון ירקות איז דער טאמאטע.
דער מלך פון געטראנקען איז וויין אדער קאווע.

איר קענט מיר ווייטער ארויס העלפן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום עליכם מושב הישן.

דיין אלטע פעדער מיט אינפארמאטיווע ארטיקלען זענען זייער וועלקאם (הגם געוויסע ליינס דא וואלט איך נישט געשריבן, ווער ביזטו צו יא אדער נישט גלייבן חז"ל, אז ס'שטימט נישט טראכט אז דער חסרון איז אין דיין הבנה ווי איידער די 'טעות' פון חז"ל, אבער עפטער אלל דעליווערסטו חומר) איך האף ביזט אינצווישן געגאנגען אין מקוה...
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

סייענטיפיקלי איז דער טאמאטע א פרוכט
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

סייענטיפיקלי איז וועטשטעבל נישט קיין קאטעגאריע בכלל, דאס איז א קיטשען טערמין פאר געוואוקסן וואס פארט זיך מער מיט זאלץ און אויל. ד.ה. שווערערע עסן.

אגב, לויט פילע קעכערס ווערט דער אבערזשין (עגפלענט) פאררעכנט אלס מלך הירקות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

moshav zekeinim האט געשריבן:סייענטיפיקלי איז וועטשטעבל נישט קיין קאטעגאריע בכלל, דאס איז א קיטשען טערמין פאר געוואוקסן וואס פארט זיך מער מיט זאלץ און אויל. ד.ה. שווערערע עסן.

אגב, לויט פילע קעכערס ווערט דער אבערזשין (עגפלענט) פאררעכנט אלס מלך הירקות.

רבי מושב איך שפיר מיך אין א מצב, כאילו איינער איז מיר מכבד מיד א שמעק טאבאק, שמעקנדיג פאנגט זיך אן די סניז פרוצעדור, אבער יענער שלעפט שוין אוועק זיין זילבערנע טאבאק פושקע, און איך בלייב אזוי בין תנור וכריים...
...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

א צווייטער פארשלאג אלס מלך הרמשים (איזעקטן) איז דער היישעריק.

דער מלך פון די בלומען איז כמעט לכולא עלמא דער רויז.

דער מלך פון די שטערן איז לכאורה דער נוגע (ווינעס).

דער קעניג פונעם יאר אינעם אידישן קאלענדער איז יום כיפור.

דער קעניג פון די ימים טובים איז פסח.

דער קעניג פון די פייטני קודש איז ר׳ אלעזר הקלירי.

דער מלך פון די משוררים איז ר׳ יהודה הלוי.

דער מלך החזנים איז יאסעלע רויזענבלאט.

דער מלך פון די קאמפאזיטארן איז בעטהובען.

מלך פון די אינסטראמענטן (וועסטערן) איז דער פיאנאו, און זיין קווין איז דער פידל וואס ווערט אויך גערופן (דורך שלום עלכם) די מאמע פון מוזיק כלים.

דער מלך הפרשנים איז לכאורה רש"י.

דער מלך פון מאכלי שבת איז לכאורה חלה אדער לאקשן קוגעל. (טשאלנט איז דער חייל המלך).

מלך פון אידישע ליטעראטור איז שלום עלכם.

מלך פון די אידישע בעלי המשל איז דער דובנער מגיד.

דער מלך פון אור אלטע פעריטעל משלים איז לכאורה דער גריכישער אסופוס.

דער מלך פונעם גוף איז דער קאפ.

דער מלך פון אידישע בדחנים איז הערשל אסטראפאלער.

דער מלך פון אידישיסטישע טעאטער קאמעדיסטן איז שמעון דזשיגאן.

דער קעניג פון ספרי מוסר איז לכאורה דער חובת הלבבות.

דער קעניג פון די פהיר מאשינען vehicle אויף די יבשה איז דער באן. אין די לופט איז דער פליגער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

און ביי מיר אינדערהיים בין איך מלך
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט