בלאט 1 פון 1

דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:21 pm
דורך moshav zekeinim
לויט ווי די חרדים טוען זיך אויף, זענען זיי כמעט ריין פון דראגס, זנות, און אנדערע פינסטערע גאסן אקטיוויטעטן, בעת "די גוים" זענען פיל מיט די זאכן לאין שיעור מער וואו ביי די לויטערע חרדים.

צו די שאצונגען זענען אמת צו נישט קען איך נישט וויסן, אבער דאס איז יא זיכער, אז עס איז נישט אזוי אפן ווי ביי די גוים, און עס איז פארהאן א גרויסער טייל פון חרדים וועלעכע האבן קיין מידערסטע שייכות מיט די סארט זאכן.

ד.ה. אז חרדים קענען זיך כאטש אויפטון אז ביי זיי זענען פארהאן געזעלשאפטן וואס זענען ריין פון גאסליכע איבלען. ריכטיג, אבער איך בין מסופק צו עס איז אן אויפטהו, אפילו לשיטתינו, פארוואס?

ווייל אויך די מוסלעמענער וועלט טוט זיך אויף דערמיט, און אויך ביי זיי איז עס היבש אמת ביי א גרויסער טייל פון זייער באפעלקערונג, און פונדעסטוועגן וועט אונז נישט איינפאלן זיי אויסצולויבן כלפי דעם מערב גוי, ווייל מיר ווייסן זייער גוט אז אונטער די אלע איידלקייטן ליגט א סך קנאות דתית און אונטערדרוקונג. מיר גלייכן סוף כל סוף מער דעם גוי וואס דראגס און זנות איז ביי אים נפוץ אבער לאזט דעם מענטש לעבן און זיך אויסדרוקן.

Re: דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:57 pm
דורך סאשי פיש
אשכול #1

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:00 pm
דורך שמיטשיק
וואס איז די ספק אין די אויפטוה? ביי אונז ווערט מען א קאפ קורצער פארן נישט פאלגן שאריא?

ביי אונז איז דא ווייניג פון די שמוציגע סחורה וועגן מ'דריקט עס אונטער?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:23 pm
דורך moshav zekeinim
איך גלייך נישט צו חרדים צו מוסלעמענער, איך ניץ נאר די מוסלעמענער אלס ביישפיל אז א דראגס ריינער געזעלשאפט איז נישט שטענדיג בעסער ווי א געזעלשאפט וואו מען קען גרינג צוקומען צו דראגס.

אבער אזויפיל יא, עס איז א לעקציע כלפי די חרדים, אז איידער מען ווערט נתפעל פון די חרדישע ריינקייט פון גאסן איבלען, זאל מען בודק זיין צו עס איז נישט יצא שכרו בהפסידו.

Re: דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:35 pm
דורך אהרן
מושב'ל און דאס אז די אמעריקאנע געזעלשאפט מאכט אויך געזעצען -מיט עונשים- צו באגרעניצען די דערמאנטע איז אויך איסלאם? וואס האקסטו אין קאפ?

בד"וו מעגסט דיך אביסל רעכענען מיט אונז, מיר פאסטען היינט און דיינע קאפ דרייענישן האבן א שטערקערע עפעקט אפשר ווארטסטו עט ליעסט ביז נאך הבדלה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:52 pm
דורך moshav zekeinim
אמעריקא׳ס איינצוימונגען קען זיך אבער נישט פארגלייכן צו די מוסלעמענער און חרדישע איינצוימונגען. אין די פרייער וועלט צוים"ט מען נישט אזוי שטארק אוממאראלישקייט, אבער ווען איך באטראכט וויאזוי די איינגעצוימטע געזעלשאפטן קוקן אויס אין אנדערע הינזיכטן און וויפיל ליידן עס קומט ארויס דורך צופיל שליטה, ווער איך שוין נישט אזוי נתפעל פון זייער איינגעצוימטקייט, און עס איז מיר שוין ליבערש א מילדער איינגעצוימטקייט אין די זאכן ווען צוזאמען מיט דעם געניס איך פון פונדאמענטאלער פרייהייט.

Re: דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:27 pm
דורך קל וחומר
יאפ, עבדא בהפקירא ניחא ליה.
אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.
ביי אראבער איז דא ווייניגער זנות??
זיי האבן דאך גענומען ט' קבין.

די סיבה פארוואס מיר האבן נישט די אלע זאכן האט נישט מיט 'רעליגיע', ס'איז א דירעקטע תוצאה פון א סטאבילע סארט חינוך וואס מיר שענקן אונזער קינדער. עכ"כ ווירקט דער חינוך, אז אפילו זיי קענען בלויז די מינעמאלע לימודי חול (לדאבוננו) זענען זיי גאנץ שיין מצליח אין מסחר באופן כללי, יחסי.

Re: דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:05 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
יצה שכרו בהפסדו...?
וואס איז די הפסד וואס די האסט אין מיינד..?
אדרבה קימ אריין קלאר און לאז וויסן ,
give it to me straight..!!

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:45 pm
דורך moshav zekeinim
דער הפסד איז דער הצלחה אין מסחר פון וואס קל וחומר רעדט.
איינס פון הונדערט איז מצליח און ער בלאזט א באלאן פון חרדישע הצלחה. און בכלל איז נישט געלט אלעס וואס מען דארף אדרעסירן באטראכטנדיג אן הצלחה פון א געזעלשאפט.

חרדיזם קרענקט אונטער און ער פרייד זיך מיט עפעס א מצלח וואס האט דורכגעשווערצט צו מצליח זיין אן עדזשיקעידן, און מיט לפנים׳דיגע מענטשליכקייט פון א טייל פונעם געזעלשאפט וואס איז אויך נאר א תוצאה פון אביוזיוו אונטערדרוקונגען.

Re: דער חשיבות פון א געזעלשאפט אן דראגס און זנות, עד היכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:48 pm
דורך אהרן
מושב איך האב צו דיר איין בקשה,
Live and let live.
א דאנק.