בלאט 1 פון 2

אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:30 pm
דורך עדיאל
אידן, זייט מקיים מצות פדיון שבוים!
מ'דינגט נישט אויס קאנטינענטל. מ'קלאפט נישט אויס קיין אפיעל. מ'איז נישט מחייב כופר נפש. מ'בעט נישט קיין צענט.
אוקעי, נישט ממש. 49 צענט פאר א פאסט מארקע בעט מען יא.
פרעזעס אבאמא שטייט פאר זיינע לעצטע טעג אין אמט. ווי איינגעפירט, גרייט ער זיך צו באגנאדיגן א רייע יושבים. די ווייסע הויז הערט אצינד אויס ווייסע קאלנער קעיסעס. מ'דארף נאר בעטן.
מורי ורבותי, עס שמאכטעט א איד אין טורמע שוין פופצען יאר. פופצען יאר! צוויי שמיטות. א האלבער מארטגעזש. יונגעלייטלעך אנע בערד דאן ווייסלען שוין. ס'שוין העכסטע צייט מרדכי יצחק סאמעט זאל האבן א פקידה.
טייערע אידן, נעמט אייך די מיה, און שרייבט אפאר ווערטער צום פרעזעס. אויב איר קענט, שרייבט אביסל א בעסער ענגליש ווי די סעמפל בריוו בילד. און אויב נישט איז אויך גוט. שרייבט נאר פון הארץ צו הארץ.

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:56 pm
דורך קל וחומר
מאך מיר א דיעל; טאמער קומסטע צוריק באשיינען דעם שטיבל כימי קדם וועלן מיר זיין צו דיין זייט מיט אלע דיינע עסקנות און שתדלנות, אויב נישט, וועט עס זיין בבחינת כבולעו כך פולטו.

דיעל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:09 pm
דורך עדיאל
די רצון איז דא.

Re: אבאמא: באגנאדיג מרדכי יצחק'ן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:11 pm
דורך קל וחומר
ווייס ווערסע...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:11 am
דורך שבת אחים
אבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. :cry:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:13 am
דורך town1
דאס איז א גרויסע מצוה ווי עס ווערט געברענגט אין רמב"ם אז "פדיון שבויים קודם לפרנסת עניים ולכסותן, ואין לך מצוה גדולה כפדיון שבויים," (רמב"ם, הלכות מתנות עניים, פרק ח, הלכה י) ווי עס איז באקאנט אז אמאל האט דער הייליגער שפאלער זיידע זי"ע וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער געדארפט ארומפארן איבער שטעט אין דערפלעך צו מקיים זיין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים היינט קען א יעדע איד פאר אפאר נישטיגע סענט מקיים זיין די גרויסע הייליגע מצוה וואס די שכר דערפון איז אין לשער,

https://drive.google.com/file/d/0B_Q4-L ... sp=sharing

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:10 am
דורך ירח בן יומו
שבת אחים האט געשריבן:אבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. :cry:

לעצטע וואך אין די נייעס איז געווען אז אבאמא האט געפארדענט מער ווי די לעצטע 9 פרעזדידענטן צוזאמען!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:58 am
דורך שמעקעדיג
דער פראבלעם איז אז די אבאמא אדמיניסטראציע ווייסט קלאר אז די ארטאדאקסישע אידעלעך זענען אויסגעשפראכן אקעגן דעם שווארצן מוזלעם כוסעין אבאמא, און ענדיגן נישט אקן אויף אים ווען אימער מעגליך, משוגע דארף ער זיין אים צו באגנאדיגן.

מיר אידעלעך שיסן זיך אליינס אין די פוס. אנשטאט מקיים צו זיין די משנה הוי מתפלל בשלומה של מלכות, איז מיר יעדער צווייטער א מבין און א דעה זאגער, און מען פארשפרייט די ראדיקאלע שיטות אין די אידישע צייטונגען און בלאג'ס, און נאכדעם האפט מען אז דער פרעזידענט זאל זיין א משלם טובה תחת רעה... עס ארבעט נישט אזוי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוודאי ווייסען זיי. ווייל זיי זיצען טאג און נאכט אויף ק"ש מיט גוגל טרענסלעיט, און זיי באקומען יעדער וואך דער איד, דער בלאט און די צייטונג. :-D :-D :בייביי:

ס'איז נאר א וויץ. אויפ'ן אמת יינען זיי דער משפחה, ווייל זיי זענען דאך געגאנגען אין קאלעדזש....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:39 am
דורך שבת אחים
ירח בן יומו האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אבאמא איז זייער קארג מיט זיינע פארדאונס דערווייל, זייער שוואכע טשענסעס! כפארשטיי מ׳קען קיינמאל נישט וויסן, פארדעם טאקע קויפן מענשטען די לאטערי, cause hey you never know, בקיצור אבאמא פארדענען סאמעט איז בערך די זעלבע טשענס ווי געווינען די מעגא מיליאנען. :cry:

לעצטע וואך אין די נייעס איז געווען אז אבאמא האט געפארדענט מער ווי די לעצטע 9 פרעזדידענטן צוזאמען!


מקור?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קוק דא פאר די גאנצע חשבון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:10 pm
דורך גיבור
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב, נארמאל וועט א פרעזידענט באגנאדיגן נאר פאר די לייכטע קריימס און נישט פאר אזא הארבע קריים וואס סאמעט איז באגאנגען,
און צווייטנס אויף צו ווערן באגנאדיגט דארף מען אפישיעל אריינגעבן א בקשה מיט א לויער און א גאנצע פראצעס נישט סתם אריינשיקן אפאר בריוועלעך, אפשר פרעגטס סקווער וויאזוי מען טוט דאס, זיי האבן עקספירינעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב

זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:11 pm
דורך יואליש
כ'האלט נישט אז זיין קריים איז עפעס ספעציעל וואס בארעכטיגט אזא אומענטשליכע סענטענס וואס איז ממש א לעבעדיגע טויט שטראף. אין קאנאדא און אין אנדערע אמת'ע ליבעראלע לענדער וואלט ער כמעט נישט געזיצן. הגם אבאמא באדאנדיגט אין גרויסן נישט-ווילדע קרימימאלן, האלט איך אבער נישט אז ער גייט אים באגאנאדיגן, ווייל רוב פאר'משפט'ע באקומען ליידער אבסורד-לאנגע סענטענסעס, און ס'איז ליידער גארנישט ספעציעל מיט אים. די ליין איז צי לאנג.

יוסטיץ רעפארם איז א סיוויל רייטס אישו אין אמעריקע!

דרך אגב, כ'האלט נישט אז אבאמא ווייסט אז חרידים זענען ספעציעלע ארכי קעגנער פון אים. ווען חרידים וואוינען ווען אין א סווינג-סטעיט וואלט ער ווען געוויסט און וואלט ווארשיינליך געקומען כאפן שריים פון די רביס דורכאויס זיינע קאמפיינס, ער וואלט גע'סלאו זשעמט די נייעס אויף קול מבשר צו די שלום עליכם פון סאטמאר און ק-ה רבון עלם פון וויזניץ. עכשיו אז מיר וואוינען אין ניו יארק, קען ער בלויז די חסידים ער באגעגנט ביי די ווייסע הויז חנוכה הדלקת הנרות, און פארגעסט זיי א מינוט נאכדעם.

הילערי קלינטאן גייט זיין די ערשטע פרעזידענט וואס קען גאר גיט די חסידים אין ניו יארק, פון ברוקלין ביז ניו סקווירא ביז קרית יואל. זי קען די מאכערס און די עסקנים און די שתדלנים, אלעס פון אירע יארן אלס סענעטאר פון ניו יארק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:17 pm
דורך קאמענטירער
יואליש האט געשריבן:ער וואלט גע'סלאו זשעמט די נייעס אויף קול מבשר צו די שלום עליכם פון סאטמאר און ק-ה רבון עלם פון וויזניץ.

:like :like 8-) :x א מין אויסקוועטש...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:51 pm
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:
שווער צו גלייבן אז ער וועט באגנאדיגט ווערן און לאו דווקא ווייל ער איז א פרומע יוד נאר ווייל זיין קריים איז צו הארב

זיין פאנישמענט איז 50 מאל הארבער! שוין געזען אז פאר א נארישע גניבה פון אפאר מיליאן דאלער (וואס איז שוין באצאלט) זאל מען באקומען אזויפיל יארן?

נישט אז כ'זיך א גאנצע דיסקוסיע איבער זיינע צדקות, איז עס נישט סתם א נארישע גניבה. ער האט גע'גנב'ט זייער אסאך געלד פון זייער אסאך מענטשן, און דערנאך זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן יוסטיץ סיסטעם. נישט אז די יוסטיץ סיסטעם מעג זיך נוקם זיין, אבער עכ"פ קען מען פארשטיין אז זי ווייזט נישט קיין רחמנות פאר אזא איינעם.

אלס יודען, מעג מען אויך דערמאנען וויפיהל יודן ער האט אריינגעלייגט אין פעקל.

נ.ב. ווער עס וויל וואלענטירן, זאל ביטע ארויסקומען מיט א אויפריכטיגע ביאור הלכות פדיון שבויים בזמן הזה, ווען יא און ווען נישט. אסאך האט זיך געטוישט במציאות פון אמאליגע תפיסות ביז היינטיגע, ווי אויך אמאליגע תופסים און היינטיגע. בכלל איז עס אמאל געווען איבער רעליגיע אדער קולטור, ווען היינט קען מען אפשר זאגן אז אנטיסעמעטיזם איז משחד, אבער עכ"פ שליידערט מען נישט קיין אידען אין תפיסה ווייל זיי זענען אידן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:06 pm
דורך סמבטיון
סא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:08 pm
דורך יואליש
זיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:10 pm
דורך יואליש
סמבטיון האט געשריבן:סא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?


ווען ס'שפילט זיך אפ ביי א גוי אין אייוואו וואלט יענער באקומען די זעלבע הארבע, רשעות'דיגע אורטייל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:13 pm
דורך סמבטיון
קלאר אז נישט!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:15 pm
דורך יואליש
סמבטיון האט געשריבן:קלאר אז נישט!


ווי קלאר?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:32 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
בהתחננו אלינו ולא שמענו און די שבטים האבען דן געווען יוסף למיתה על פי הלכה.

וואס א נפקא מינה ווי שולדיג ער איז; א איד בעט א וועג ארויס פון גיא צלמות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:54 pm
דורך שלום על ישראל
סמבטיון האט געשריבן:סא ווען די מעשה פון רובאשקין שפילט זיך אפ ביי א גוי פון ניו יארק וואלט מען אויך געגעבן דעם זעלבן אורטייל?

פילייכט נישט. פון מיינע ווערטער קוקט אויס אנדערש?

יואליש האט געשריבן:זיין 27 יאר איז נישט אומיוסטיץ ווייל ער איז א איד. ס'איז אלעמאל א פארברעך. ס'איז ארגער פון ווען דער פריץ האט געהאלטן א פויער אין גרוב ביז איימיצער האט אפגעצאלט די פויער'ס חוב. דא איז עס נישט פארבינדן מיטן אפצאלן די גניבה. אמת ער האט געלייגט צופיל שכנים און נאיווע בחורים אין געפאר, אבער כ'ווייס אז יעדע פון זיי וואלטן געטוהן אלעס אין דער וועלט אים ארויסצוזעהן פון תפיסה. ער איז נישט קיין רעפיסט אדער מאלעסטאר וואס איז א סכנה פאר די געזעלשאפט (וועם אבאמא וואלט ממילא נישט געפארדאנט). איך וויל נישט זעהן א וואל סטריט עקזעקעטיוו אדער קאר מאקעניק פון וועסט ווירזשיניע אדער א איד פון ק"י אפשמאכטן א לעבן אין תפיסה פאר א ווייסע-קאלער קריים. זיי ברויכן צאלן רעסטעטוציע און העכסטענס אביסעל הויז-ארעסט און פראבעשאן.

דו ברענגסט אויף די ארגומענט אז וואסע-קאלער פארברעכער זאלן נישט אפזיצן לענגערע טערמינען. כ'בין מסכים, כאטש ס'איז א אלטע פאליטיק. אבער דאס האט נישט מיט זיין רעליגיע