בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
[center]בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות![/center]
[left]פון, [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].[/left]
אן א שיעור ארבעטס אינגעלייט קומען אריין טעגליך אין ביהמ״ד צו דאווענען שחרית.
טאמער מ'טראכט אריין א רגע'לע סארא מין שיינע זאך דאס איז, אינגעלייט רייסן אוועק פון זיך. מ׳וואלט געקענט שלאפן לענגער, זיין פריער אין אפיס. אבער ניין, טויזענטער אינגעלייט קומען אריין אין ביהמ״ד, געבן אוועק פון די שלאף, און דאווענען מיט מנין צום באשעפער.
יעדער וואלט זיך געקענט ארויסדרייען, דאווענען ביים כותל אין אפיס איידער דער סעקרעטאר קומט אריין, אבער ניין, מ'וויל קומען צום באשעפער'ס הויז.
איך בין אריינגערעכנט אין די ציבור וואס קומען טעגליך אריין אין ביהמ״ד, גייען אין מקוה און דאווענען אינעם 7:30 מנין (טאמער עס קומט מיר א מעדאל דערפאר, וועט מען רעדן א צווייטע מאל).
געדאוונט פארן עמוד האט דארט א איד א בן שישים, פיין געדאוונט, געפארן ווי א באן, דער עולם האט מיטגעהאלטן, און פארטיג. לעצטענס האט דער איד אויפגעהערט צו דאווענען אין אונזער ביהמ״ד, און א יעדע טאג גייט צו א צווייטער.
כ'וויל מפסיק זיין א רגע אין מסביר זיין פאר די יושבי בטל, כולל אינגערלייט, ליידיגייער'ס, און רבי'שע אייניקלעך, וואס גייט אדורך יעדן טאג אין די קאפ פון אן ארבעטס-מאן. קיין נפק״מ טאמער ער ארבעט פאר א קאמפעני אדער ער איז סעלף-עמפלויד, יעדער איז אנגעשטרענגט, יעדער האט אינדערפרי א פלאן ווי אזוי אדורך צו רעכטן די טאג, און וואס מ'גייט אלץ היינט ארלעדיגן. אבער... מ׳ווארפט אוועק די מחשבות און מ׳ווארפט זיך אריין אינעם סידור, און מ'האט אינזין ווי די אידן זענען אדורך די ים.
[center]***[/center]
קומט צו גיין א גראבע יונג מיט שווארצע זאקן, מיט אן עטרה אויפן רוקן, אין שרייט "וכן שני כתובים". ער גייט זיין אונזער דרייווער.
דער שטריק וואס זיצט אויף קהל׳ס קאסע, ווייסט נישט פון קיין דאגות, דער עיקר איז אז די ברייטע הוט זאל אים זיצן שיף אויפן קאפ, און די געבלומטע בעקיטשע זאל אנקומען ביז די גרויסע SAS שיך, ער גייט יעצט ווערן הייליג אויף מיין חשבון, ער גייט יעצט ציען די גאל.
ער זאגט הויך יעדעס ווארט פון די קרבנות, שטייט ביים עמוד אין היט עס אפ ווי די שווארץ אפל פון אויג, אין נאך צען לאנגע מינוט קוקט ער ארום טאמער איז דא צען אירע, און שרייט הויך קדיש דרבנן.
הודו ציט ער כאילו עס איז עפעס פסח ביי די סדר, פארקנייטשט זיך די אויגן דארט ווי ס׳מאכט נישט קיין סענס, פאטשט מיט די הענט ווי דער באבובער ביי בואי בשלום, האקט מיטן פיס כאילו ער איז צאנזער רב.
מיין סעל צוקלינגט זיך יעדע רגע מיט רימיינדער'ס וואס כ'דארף אלץ טון היינט, דא א ווענדער וואס דארף די טשעק, אין דא אן אימעיל אז מדארף ארויסשיקן די פעקל מיט UPS. אבער כאכאכא, יעדער דארף שטיין און ווארטן, א מטורף האט געכאפט די ברעטל, ער שרייט "וכרות כמו הברית", שטילע קען זיך שטעלן אויפן קאפ.
כ'מאך א ציצקע מיט די הענט אין זיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז די עולם שטייט און ווארט גרייט ביי ישתבח, אבער דער איד מיט עטרה אויפן פלג גוף התחתון דרייט זיך ארום אין מאכט מיר א פנים, כאילו: "דו געמיינער יונג, לאז מיך אינזין האבן די הייליג ווערטער פון אז ישיר".
ביי הויכע שמונה עשרה האב איך מחליט געווען ס'איז כלו כל הקיצין, איך כאפ אן מיינע סחורה און איך גיי אריין אין פאליש, כ'ענדיג צו אליין און איך לויף ארויס פון ביהמ״ד.
די טאג גייט אדורך ווי געראכטן, געטון דריי פראצענט פון וואס געפלאנט, ויהי ערב ויהי בוקר יום שני.
א טאג שפעטער איז א פרישע טאג. מ'קומט אריין צום מנין, ש'מער ש'ווייניגער דער 300 פונטיגע ליידיגע ז'אק שטייט ווידער ביים עמוד. כ'בין ארויס נאכאמאל דאווענען ביחידות, אבער דא האב איך באמערקט ווי היפש אפאר אינגעלייט פונעם סטעדי מנין, שטייען שוין אינעם פאליש מיט די טלית און תפילין, און שעפשענען צום בורא על עולמים.
אויף מיין פראגע פארוואס זיי דאווענען ביחידות, האבן זיי גענטפערט מיט א פשטות די זעלבע וואס איך קריץ מיטן ציין: טאמער יענער גייט צו, דאווענען זיי ביחידות.
[center]***[/center]
רבותי, רוף מיך קל, רוף מיך פויער, רוף מיך באם, ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן. אבער אידן קומען צו גיין און זענען זיך מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין, און דא קומט א יונגאטש און נעמט מיר צו די געלעגענהייט.
הרב ליידיגגייער. זייט מוחל פארשטייט מיר, איך ארבעט שווער אויף מיין געלט, און כ'האב נישט קיין צייט צו זיפצן ביי איזהו מקומן, איך גיי נישט מאכן א לחיים נאכן דאוונען, און דערציילן מעשיות אויפן קאמינקא'ן באבע'ן. איך האב נישט קיין צייט צו זיצן נאכן דאוונען מיטן ר״ת אין אדורך טון וויפיל געלט מהרז״ל מ'סאטמאר האט געשאפן פאר די אידן אין פראנקרייך, אדער טאמער מהר״א מ'סאטמאר האט יא וואו צו שחט'ן אדער נישט. איך דארף זיין אין די ארבעט און נאכלויפן ווענדער׳ס פאר אפאר נישטיגע דאלער צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש פאר מיין ארימע שטוב.
בשעת דו ליינסט אין לוח הציבור, אז טראמפ איז נעכטן אריין געקומען אין די פאללס פון פאקס ניוז שטערקער ווי הילערי מיט צוויי פראצענט, איז מיר באשערט צו ארבעטן, און האבן די זכיה דיר אויסצוהאלטן, ביים געבן א טשעק פאר מעמדות.
קען זיין טאמער כ'וואלט מיר געקענט וועהלן, וואלט איך געוואלט געבוירן ווערן ביי האלבערשטאם, האגער, אדער טווערסקי, אבער למעשה בין איך געבוירן אין משפחת שטילע.
כ'וויל מעורר זיין די בעלי תפילה: ס׳ליגט אויף ענק א געוואלדיגער אחריות און א חוב קדוש מאוד, טאמער שלעפט איר ארום מיטן דאווענען, זענט איר א חוטא ומחטיא, ס׳איז ווייט פון א געלעכטער, אין דער דור השפל איז דא אינגערלייט וואס דער איינציגסטער קשר מיטן באשעפער במשך די וואך איז די שחרית, נעמט נישט אוועק פון זיי.
איר ווילט קענען שרייען ביים דאווענען? איר ווילט זיין בעל תפילה - און פון א יעדע איד וואס קומט נאך געלט, בעטן טשעינדזש פון א צוואנציגער, און בשעת מעשה זאל די גאנצע מנין זיין אויף hold, ווייל איר קענט נישט דאווענען און טיילן רעשט אויף איין מאל? קיין פראבלעם, דאווענט 11 אזייגער אין ביהמ״ד, דארט קענט איר ציען ביז די חצות אידן וועקן זיך אויף פון שלאף.
אבער זייט מוחל, פליז, נישט אינעם מנין פון די ארבעט'ס אינגעלייט!

כאן המקום להודיע צערי ברבים:
אונזער געשמאקער ניק, הרה"ח גאון הבדחנים מורינו [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] שליט"א האט מחליט געווען אז ער וויל מער נישט שרייבן אויף ק"ש. ער וויל בלייבן ביים תגובה נומער 999, ואל 'שר האלף' לא שעה.
איך האב מיך פרובירט איינצובעטן ביי אים, לקרוע את גזר דיננו, אבער דערווייל האלט ער זיך ביי זיינס, לדאבון לבי [הגם ער האט מיר געזאגט, אז צום 'וועקער' וועט ער נאך יא נאכשיקן גוטע ארטיקלן]. כ'האב אן הרגשה, אז ס'איז נאכנישט פאר'חתמ'ט מיט רויטע טינט - וואס דאן קען מען שוין נישט משנה זיין די גזירה.
אלזא, לאמיך דא מאכן א פעטיציע צום חשוב'ן חבר אונזערן, שטילע, אז ער זאל צוריקקומען צום שטיבל!
ווער ס'איז זיך משתתף מיט מיין פעטיציע, ווערט געבעטן צו חתמ'נען דעם תגובה מיט א לייק, אדער אראפשרייבן א נוסח 'קול צעקה בעיר' פאר זיך [וע"ע שתדלן ביי אבאמא'ן פאר א אידיש קינד אין תפיסה].

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
איין רגע, שטילע האט אריינגעארבעט אויף קעסל כלים און שש קריגט די לייקס נאר ווייל ער ברויך נאך טרעפן פרישע גנוזות פון רוסיה פארן טויזענטסטע תגובה??
--
שש האקט
--
שש האקט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
נאך א דשאוק פון שטילע....
ער גייט פיין אריינקומען. ער קען זיך נישט האלטן 'שטיל' פאר צו לאנג.

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
ער האט אַנעֶ בֵרְה
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
באקומען פון שטילע
[tag][/tag]דער ווערט נישט זאט פון לייקס
פון [tag]שטילע[/tag]
( שא שטיל דעס איז מיין טויזענטסטע תגובה...........)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאנצל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שטילע? שטילע? [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]? הערסט מיר? פארוואס ביזט שטיל? רופ דיר אן.... הערסט? א-יא? העלא? סאיז איך שלום.... הערסט? נא רוף דיר אן...
רבותי ס׳איז גרויסע צרות, דער שטילע האלט נישט ביים ארויפדרייען די אויער מאשינדל, אפשר איז עס גאר די בעטערי.
זיי זאגן אז זייט ער איז דורך די אפעראציע אראפצונעמען די פאדעם פון די מויל האט ער צוטאהן מיט די לינקע אויער, מ׳זוכט א דאננער וואס וויל מנדב זיין א אויער פאר שטילע.
די מומחים זאגן אז יעדער מענטש ווערט באשאפן מיט צוויי אויער׳ן מ׳קען הערן אפילו מיט איינס, די אנדערע קען מען מנדב זיין למי שצריך לו.
אגב מיר ווילן מעלדן אז לאור בקשת הרבים האט מען געפענט נאך א וואטינג לאקאציע אויף די פאטיציע פון שש צו שטילע, סאיז דא אינטער די תגובה... פאר פרייע טרענפארטאציע רופט אובער

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אדנירם: איך וואלט געוואלט ארויסקומען מיט נאך גרעסערע אותיות ווי דער בלאט באשרייבט א יעדע וואך זיינע העדליינס אויפ'ן ערשטן בלאט בגנות הציונים. און דעם רעש וואס ש.ב. מרגליות מאכט א יעדע וואך מיט זיינע ארטיקלען וועלכע זענען דאך כמים קרים על נפש עייפה (פון וואס די נפש איז עייפה זאגט ער נישט) פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני ימ"ש שר"י עפ"ל. נאר ס'איז דא איין פראבלעים. איך ווייס נישט וויאזוי מ'אדזשאסט די סייז און די פאנט...! איך בין א גרויסער עיין הייא. און איך שפיר נאכאלץ אז ווען מיין רבי הגה"ק מהר"א מ'סאטמאר שליט"א רעדט איבער טענעלאגיע, ווי ס'לייגט צו גרונד דאס אידישקייט מיינט ער מיך. און נאר מיך...ע"כ. ההקדמה...!
קול זעקה בעיר. הוי. נפלה עטרת ראשינו (מלשון ומלכינו בראשינו) בעוונותינו הרבים נשארנו דור יתום. יתמי דיתמי. על מי עזבת אותנו. הוי. עזבת אותנו לאנחות ואתה הלכת למנוחות עד מאה ועשרים שנה...!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
- האט שוין געלייקט: 475 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!
א שטיקל עצה איז דא, פאר די אלע וואס ליידן פון דעם פראבלעם, און איך טוה עס אויך ווען ס'פעלט אויס, מ'לייגט טלית ותפילין ביי איין מנין, מ'כאפט זיך אריבער צו א מנין וואס האלט שוין אביסל ווייטער, און עפעס ווערט שוין, פארשטייט זיך אז ס'קען נאר ארבייטן אין א בהמ"ד מיט עטליכע שטיבלאך.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
דער דאס האט געשריבן:א שטיקל עצה איז דא, פאר די אלע וואס ליידן פון דעם פראבלעם, און איך טוה עס אויך ווען ס'פעלט אויס, מ'לייגט טלית ותפילין ביי איין מנין, מ'כאפט זיך אריבער צו א מנין וואס האלט שוין אביסל ווייטער, און עפעס ווערט שוין, פארשטייט זיך אז ס'קען נאר ארבייטן אין א בהמ"ד מיט עטליכע שטיבלאך.
ביי מיר ארבעט עס אין א ביהמ"ד מיט איין שטיבל אויך. און איך טוה עס אויך ווען ס'פעלט אויס, מ'לייגט טלית תפילין און עפעס ווערט שוין...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -