בלאט 1 פון 1
א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'קומט מיר אמאל זיך צו באגעגענען מיט מענטשען וואס זענען שטארק פארווייטאגט אויפ'ן סיסטעם, אזש זיי לאזען אלס אפ, כולל משפחה אידישקייט און גאט. לויט וואס איך שמועס מיט זיי זעט מיר אפט אויס אז ווען די מענטשען וואלטען געהערט געוויסע זאכען ביים אנהייב, וואלטען זיי אזוי ווייט נישט פארקראכען. איך שרייב דא אפ דער שמועס וואס ליגט מיר אין די לונגען וואס איך האלט איין ווען איך שמועס מיט די חברה. ס'וועט ערשיינען אינ'ם חודש'ליכע וועקער במשך די נעקסטע פאר מאנאטען, והא לך די ערשטע טייל:
ר"א: שלום עליכם ר' נחמן, וואס מאכט איהר?
ר"נ: ב"ה, מ'שטופט דורך.
ר"א: וואס הער איך פון דיר אזעלכע רייד? ווי אויך זעסט דו אויס שרעקליך אומעטיג . וואו איז דער פרייליכע נחמן וואס איך געדענק פון אלס בחור?
ר"נ: אז דו באמערקסט איז שוין ביטער. לעצטענס דרייט מיר אין געדערעם כל מיני שאלות ומחשבות, איך ווייס נישט וויאזוי זיי אויסצודריקן. מיין גאנץ לעבן שטייט פאר מיר אז איך ווייס נישט וואס איך האב געטוהן און וואס איך גיי טוהן, פארוואס טוה איך וואס איך טוה, וואס וועט זיין מיט מיר? איך דערקען זיך שוין נישט.
ר"א: איך זע שוין און איך הער שוין. ס'איז גאר אן עלענדער געפיהל, מ'שטייט אליינס מיט די אלע שאלות און ענינים. אסאך מענטשן גייען אדורך די פלאנטער.
ר"נ: וואס הייסט? קודם זאגסטו אז מ'איז עלענד, און נאך דעם זאגסטו אז פיהל מענטשן גייען דאס אדורך?
ר"א: האסט גוט אנגעכאפט דער ענין. ביז יעצט ביסטו געווען א חלק פון א געזעלשאפט. ביסט געגאנגען אין חדר מיט יעדן, און אין ישיבה מיט יעדן. געלערנט ווען יעדער לערנט, געדאוונט ווען יעדער דאוונט, געזינדיגט מיט יעדן און תשובה געטוהן מיט יעדן, חתונה געהאט ווען יעדער האט חתונה. די קישן פאר דיין לעבן איז געווען דיין סביבה פון ארום און ארום, זיי האבען דיר געהאלזט, געהאלטן און ערלעדיגט. אין כולל ביסטו געגאנגען ווי יעדן, צום ארבעט ביסטו געגאנגען מיט יעדן, און דיין קליידונג איז פונקט ווי יעדנ'ס, אויפן האר.
יעצט ביסטו געוואויר געווארן אז דו האסט מחשבות אין קאפ. ביז היינט האט קיין מחשבה נישט געהאט קיין דריסת הרגל, אלס איז געווען נחלת הכלל.
היינט האסטו אנגעהויבן א נייעם רייזע אין לעבן, דער רייזע פון שכל. דיין שכל לעבט אליינס, זי מישט זיך נישט מיט אנדערע. זי פארשטייט און דערהערט, קלערט און ווארפט ארויס, פארגרייזט זיך און גלייכט זיך אויס, און אלס אין איהר אייגענע ג' על ג'. קיין אנדערע האט נישט קיין צוטריט דארט, קיינער קען דארט עפעס טוהן, נאר דו אליינס.
פיהל מענטשען גייען אדורך דער רייזע, אבער יעדער איינער רייזט אליינס. דער עלענדער געפיהל וואס דו האסט יעצט איז דער אומבאקאנטשאפט דיינער מיט די מציאות, דאס אז קיין אנדערע קענען נישט מיטטיילן דיינע געפיהלן, און די גאנצע אחריות איז אויף דיינע פלייצעס.
ר"נ: דאס איז א נקודה למחשבה, איך האב קיינמאל נישט אנגעקוקט מיין לעבנ'ס טויש מיט אזא בליק.
ר"א: לעבנ'ס טויש? וואס האט זיך געטוישט? ביסטו דען שוין נישט ר' נחמן דער פינף און צוואנציג יעריגער יונגערמאן, ארבעט אלס אקאונטענט, און איז א טאטע פון פיהר קינדער?
ר"נ: איך ווייס אליינס נישט וואו איך שטיי. מיין דרויסנדיגע לעבן איז געבליבן די זעלבע, אבער אינעווייניג בין איך אינגאנצען צומישט. איך ווייס נישט וויפיהל לענגער איך וועל עס קענען אנהאלטן.
ר"א: אוי אוי אוי, איך פיהל טאקע דיין פיין. מ'דרייט זיך צווישן מענטשן און מ'מיינט אז אלס איז אינדערערד, מ'איז פאראורטיילט צו א לעבן פון ווייבערישע גלויבונגען מיט קטנות'דיגע הנהגות, קיין וועג ארויף איז נישט דא, אלס ציהט אראפ. מ'מיינט אז א לעבן מיט אידישקייט גייט נאר מיט א פארמאכטן שכל, און מ'האט אזוי מורא פאר די אחריות, פאר די פרייז פון זיך אויפבויען אזויווי מ'וויל.
און די ספיקות דרייען זיך: אפשר יא אפשר נישט, ווער זאגט איך בין גערעכט, ווער זאגט מיר אז מיין שכל ארבעט ריכטיג? מ'האט נישט דער צוטרוי צום שכל, כאילו ער האט די כוחות צו שאפן א מענטש פון א דומם.
ר"נ: פון וואנעט קענסטו מיינע מחשבות?
ר"א: ווייל יעדער איינער וואס האט אנגעהויבן דער רייזע איז געפארן דורך די פראבלעמען, ער פיהלט אט די פיין, און מאכט מיט די אלע ספיקות. ביסט נישט דער איינציגסטער, ביסט אבער אליינס.
ר"נ: דו זעסט אויס ווי ס'האט דיר גארנישט אין לעבן פאסירט. דו זעסט מיר אויס ווי א טיפישע פופציג יעריגער איד, א שטאפענעם הוט מיט א לאנגע רעקל, די זעלבע שווארצע ברילן און א האלב ווייסע בארד. דו מאכסט חתונה די קינדער, און דו פראוועסט וואכנאכט'ס ביי די אייניקלעך. ביסט געבליבען דער זעלבער ווי דיין טאטע האט געוואלט. ווי זאגסטו מיר אז דו האסט דורכגעמאכט די רייזע?
ר"א: דא וועל איך דיר מגלה זיין א סוד. דער רייזע איז אין קאפ, און נאר אין קאפ. ברגע ס'הייבט אן ארויסצושפאצירן פון קאפ, דארף מען חושד זיין אז מ'פארט שוין פאלש.
דער ערשטער טריט אין די רייזע איז א געפארפולע, מ'מיינט ווער ווייסט וואס. איי וואס קען מען טוהן צו פארמינערן די פראבלעם? אז מ'דערמאנט זיך פון אנהייב וואס איז דא דער ציל, און מ'שטעלט זיך דערמאנונגען אויפן וועג, כדי מ'זאל נישט פארקריכן! די בוזשעווענדע וועלט זוכט צו פארקריכן ביי א יעדע זאך, ובפרט איינער וואס וויל פארגעסן פון די היימישע גאס און לעבן אליינס. די וועלט שלעפט מיט א מורא'דיגע כח, און זי טרעפט אלס נייע וועגן זיך אריינצושמוגלען.
ווען א מענטש טינקט זיך אין מקוה מיט יעדן, ער עסט קאשע מיט יען און ער שמועסט מיט יעדן, זעט ער אלס דורך די ברילן פון יעדן. זיין אחריות איז צו יעדן. ער מעג נישט טוהן - צו טראכטען - אנדעריש פון יעדן. און ווער איז דער רשכבה"ג כ"ק אדמו"ר מ'יעדעם'? געווענליך נישט קיין גרויסע חכם, נישט קיין קליינע נאר, און נישט קיין ענדע צדיק. א פלעינע מענטש מיט אלע פירושים, א גראבע בעל תאווה מיט א נידריגע בליק, און ער שטעלט דער גאנג פאר אלעמען, צו איהם האט מען אן אחריות.
יעצט אז מ'הייבט אן א נייעם וועג, איז די אחריות צום שכל, מ'דארף היטן דעם שכל, נוצן דעם שכל, בויען דעם שכל, און זיך אונטערווארפן אונטערן שכל. ווען מ'לאזט זיך וואוילגיין, טוהן נאר לויטן אינסטינקט, איז מען גאר געפאלן אין די רייזע. ווען די רייזע איז איינס מיט שכל, האט עס נישט קיין שום פשט אז ס'וועט פיהרן צו א געמיינעם בהמה לעבן.
דיין שכל איז א דיאמאנט, נאר ביזדערווייל איז עס בכלל נישט אויסגעשלייפט געווארן. יעצט האסטו דער געלעגענהייט דאס צו מאכן גלאנצן. פאמעליך, טריט נאך טריט, נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, קלאר אדורכטוהן יעדע שטאפל אין לעבן, וואס ס'מיינט, פארוואס מ'עקזיסטירט, וואו זוכט מען אנצוקומען, וואו האלט מען אין דער וועג. די זענען שאלות וואס נעמט פיהל התבוננות. אויב מ'לויפט און מ'שפרינגט, ווייסט מען אז מ'דינט נישט דעם שכל, מ'דינט נאר די תאווה פאר תירוצים.
ר"נ: זאגסט מיר אז דאס לעבן ווערט שווערער מיט די נייע לעבנסשטייגער?
ר"א: שווערער? יא. אבער מיט א טיפערע באדייט, מיט א ברייטערע פארנעם. אנגעהויבן פון יעצט, האט יעדע שוועריגקייט א פשט, יעדע שטרויכלונג קומט מיט איהר לעזונג. מ'דארף נישט פיהלן ווי די וועלט איז אזוי געפארפול, אז מ'דארף איהר משחד זיין מיט סופערסטיציע'ס און מיסטיציזם. מ'פארשטייט שוין אז צרות האבען א סיבה, איינער שטייט אונטער די גאנצע מעשה, און ער האט דיר אינזין.
שוין, איך זע אז איך האב דיר געגעבן אויף וואס צו טראכטן. מ'וועט אן אנדערע מאל ווייטער שמועסן. לאמיר זאגן אין א וואך ארום וועט מען זיך טרעפן אין ביהמ"ד פאר מנחה ערב שבת.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך שיינע שמועס.
הלואי ווען מ'לערנט ווען די סארט קריטיקל טינקינג אין די מוסדות, אז יונגעלייט זאלן זיך נישט אזויפיל מוטשען. אבער דא עקא, מ'לערנט עס נישט אויס, און אלס יונגערמאן האט מען טענות אויפן תורה צוליב די מוסדות' חטאים... ווי ערווענט אין הערליכן ארטיקל פון ליטוואק.
איך קוק ארויס אויפן המשך!
Re: א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'גייט דורכגייען די טענות אויף די חינוך ווי אויך אנדערע נקודת אין די שמועס אין די המשכים. Stay tuned
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקען די עלענדקייט פון די מענטשהייט. מצד אחד זאגען אונז חז"ל אז לא טוב היות האדם לבדו מיינט אז מ'קען נישט זיין אליינס ווייל אזוי וועט מען זיך אליינס פארגעטערען, ומצד שני געוויסע איבערלעבענישען מוזען זיין אליינס. א ווייב איז גארנישט ווערט פאר דעם, און א"א חברותא איז נאר א טעכנישע הילף, נישט קיין לעזונג. עפעס איז דא אפצולערנען אבער איך ווייס נאך נישט וואס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:00 pm
דורך קאמענטירער
מורא'דיגע ארטיקעל פיל מיט תוכן זייער זיין אראפגעשריבען שכח פארן שרייבער וכל הנלוים אליו
יעצט מיין מיינונג איז, אז צומישטקייט איז נישט קיין קידושין מיט א יונגערמאן, צומישט קען מען זיין אין יעדער טריט און שריט און לעבן, נאר פערצופאל די צומישטע נקודה פון א 25 יעריגע יונגערמאן, איז מעגליך אז גאר אסאך אדער יעדער גייט אדורך, פיין איך מוז זאגען אז סאיז מעיזשאר א סופער ארבעט מיטען אראפ לייגען -בדרך שאלה ותשובה- די מצב און די חלק פון ארקענען די סארט צומישטקייט, ווי זאגט דער וועלט אז וויסען אז מהאט א פראבלעם איז שוין האלב פראבלעם געלעזט, יעצט וועט מען דארפען ווארטען אז די אנדערע חלקים זאלען ווערן געסאלעווט ''לאקינג פאיערד!!!
Re: א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:34 pm
דורך חייקל
ליטוואק, אן עכט גיטע ארטיקעל וואו שש און קאמענטירער האבען שוין ארויסגעברענגט.
אבער די ווייטאג איז אז מ'גייט עס אדורך נאך מ'האט שוין א ווייב און עטליכע קינדער ווען ס'איז שוין אין אסאףפך פעלער צו שפעט אנצופאנגען טראכטען און ס'איז שוין ענדערש צו בלייבען א נער. סימפלי ווייל נאך אלע טראכטערייען, און מרעדט אז מ'איז שוין אנגעקומען צו די ריכטיגע מסקנות קען מען שוין אסאך נישט טוישען וד"ל.
וואו אויב מען טראכט פאר מ'האט חתונה וכו' קען מיט די ריכטיגע מסקנות מאכען wise chices אין לעבן.
יישר כח ליטוואק
Re: א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וויבאלד די ארטיקל גייט אין פארזעצונג, העלפט עס שטארק ווען דער עולם דערמאנט זייער הערות. צומאל וועט מען צוקומען דערצו אין קומענדיגע ארטיקלען.
ר' חייקל, ביסט מעגליך גערעכט אז ס'איז בעסער נישט צו טראכטען, אבער איך גלויב נישט אז מענטשען האבען א ברירה דערצו. דער וואס טראכט מוז טראכטען.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Re: א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:27 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
What a grand idea..!
לבי אומר לי אז דאס איז א ״כוזרי השני״ אין די מעיקינג...!
כה לחי..!
Re: א שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן (דער וועקער #3)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:54 pm
דורך חייקל
ליטוואק, אמת אז מ'טראכט שוין אדער מ'איז שוין געווארען aware אז די הארץ קוועטשט עפעס איז שוין too late און אין בריריה נאר דורך גיין דעם פייער, ווייל בלייבען און שלאגען מיט זיך איז א שאול תחתית פאר זיך.
אבער, ווען מ'רעדט וועגן די נושא דארף נעמען אין באטראכט מיין הערה.
יישר כח
חלק ב' (דער וועקער #4)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[center]א שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן[/center][center]חלק ב'[/center]
ר’ אביגדור: אה! ר' נחמן! גוט דיר צו זען נאכאמאל. נאר דו זעסט מיר נישט אויס צופיהל בעסער ווי יענע וואך.
ר’ נחמן: א גרויסע דאנק פאר די זאכן וואס דו האסט מיר געזאגט יענער וואך. ס'האט זיך מיר טאקע ארומגעדרייט אין קאפ א גאנצע וואך. איך האב זיי איבער געקייעט און איבער געטראכט, און ס'האט מיר געגעבען א שטיקל טרייסט.
ר’ אביגדור: אויב אזוי, פארוואס איז דאס נישט קענטיג אויף דיין פנים?
ר’ נחמן: איך מוטשע זיך מיט א נייעם זאך. אבער דאס איז נישט קיין ספקות און נישט קיין מחשבות, נאר אן אויסגעווענליכער כעס.
ר’ אביגדור: כעס?! בלב כסילים ינוח, ס'פאסט נישט פאר דיר. וואס רעגט דיר אזוי אויף?
ר’ נחמן: טאמער ס'איז טאקע אזוי, טאמער דער מענטש איז אזוי אויסגעשטעלט צו רייזן אליינס, טא פארוואס האט מיר דאס קיינער אויסגעזאגט פאראויס? פארוואס בין איך אזוי נתחנך געווארן, אז אלס טוט זיך אין שטיבל אין מקוה צווישן די משפחה און צווישן אנדערע מענטשן? פארוואס האט מען מיר געצווינגען זיך צו שטופן און שטיין אויף די פארענטשעס פון כ"ק אדמו"ר מ'יענעם'? פארוואס האבען מיינע עלטערן צו מיינע מלמדים נישט געהאט די מענטשליכקייט מיר צוצוגרייטן פאר די מאמענט, ווען מיין קאפ וועט אליינס ארבעטן? איך מיין אזא שטארקע אויפרייס אין לעבן וואלט געמעגט קומען מיט אביסל צוגרייטונג, פונקט ווי עלטערן לערנען אויס א קינד צוצובינדען די שיך, עסן מיט א גאפל און זיך האלטן ריין.
ר’ אביגדור: א געוואלדיגע טענה האסטו. איך האב נישט קיין תירוץ, קיין וועג זיי צו פארטיידיגן. ביסט גערעכט, זיי וואלטען געדארפט עפענען זייער קאפ און דיין קאפ, דיר צו געבן די כלים זיך צו רעכענען מיט דיין מענטשליכער וועזן, און דאס אויפצובויען. דיין צארן איז ברייט בארעכטיגט. זיי האבן געוואלט עפעס אויפבויען, זיי האבן דיר געוואלט מחנך זיין צו א לעבן פון תורה, און זיי זענען נאכגעגאנגען יעדער אינסטינקט אין דער ריכטונג. ס'איז לייכטער געווען צו לייגן די גאנצע ציבור אין איין גרויסע טאפ און זיי מישן צוזאמען, און אזוי האבן זיי געטוהן, נישט געבנדיג א חלק פאר די שכל זיך צו בויען, וואס דאס וואלט נישט געדינט דער אינסטינקט.
איך וועל דיר עפעס זאגן. ווען איך דאוון אין שול און איך זע איינער וואס זיין תפילין שטייט אים קרום, נישט כנגד עיניו, קוק איך גלייך אויף מיינע אייגענע תפילין צו ס'איז נישט ארויסגעפאלן פון איהר פלאץ. פארוואס? ווייל מיין ערשטע מחשבה איז "טאמער זיינס איז ארויס פון פלאץ, פארוואס נישט מיינס?". דער "רואה סוטה בקלקולה" איז דער ערשטער צו וויסן, זיך שטארק צו היטן פון נאכמאכען די גרייז, און דערפאר "יזיר עצמו מן היין".
ביסט גערעכט, דיינע עלטערען און מלמדים האבען פארנאכלעסיגט א חלק פון דיין אנטוויקלונג אלס מענטש, און דיין בילדונג אלס א בעל דעת. ס'איז אן עוולה זייערע, א נאכלעסיגקייט, און א פעלער. דאס נאכגיין דער צייטווייליגער אינסטינקט אויפן חשבון פון דער אמת איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן.
יעצט ווען דו שטייסט אין א מצב אז דו ווילסט פאררעכטן די פראבלעם, ווילסט זיך משלים זיין אין וואס ס'פעלט דיר פון די חינוך, דו ווילסט זיך אליינס מחנך זיין, מאך זיכער נישט אריינצופאלן אין דעם זעלבן גרוב. מאך זיכער אז דיין ארבעט האט נישט דער פעלער. טוה נאר מיט שכל, מיט א בליק אויף פאראויס, א בליק פון א רואה את הנולד. מאך נישט דער טעות פון טראכטן, אז די איינציגסטע נושא וואס ס'שטייט פאר דיר איז אויסצוראטן דעם טאטנ'ס גרייזן.
ר’ נחמן: ווי קען מען אזוינס טוהן? נאך אזא מין שטארקע עוולה זאל איך מיר איינהאלטן און שווייגן, און נישט צוריקגעבן פאר אזא מין פארברעכן? ס'קומט זיך דען פאר זיי צו שעדיגן און דערנאך פארדינען?
ר’ אביגדור: ביסט נאכאמאל גערעכט, אבער דאס איז נישט מיט שכל גערעדט. דאס איז דיין הרגש, טאקע א פארשטענדליכער הרגש, אבער פארט נאר א מענטשליכער הרגש. טאמער דו לאזט זיך געפיהרט ווערן פון די הרגש דיינער, ביסטו גארנישט בעסער ווי זיי.
ר’ נחמן: אין דעם ביסטו טאקע גערעכט. ס'איז אבער ביטער שווער זיך איבערצוהערשן די הרגש, און זיך אויסקומען מיט די מסקנא.
ר’ אביגדור: יא, אזוי איז דער מענטש. ער זעט וואס עס שטייט איהם אין פנים, און נישט צופיהל ווייטער. דער שניידער זעט נאר דער אנצוג פון א מענטש, און דער שערער זעט נאר די האר. א מענטש וואס נוצט זיין שכל זעט אלס וואס זיין שכל קען באגרייפן, און אז ער זעט עס נאך נישט, מוז ער זיך צוגעוואוינען ביז ער קומט אן צו זיין אן אמת'ער בעל שכל.
ר’ נחמן: איך זע שוין וואס דו צילסט אויפן אמת! אבער למעשה ביסטו גערעכט.
ר’ אביגדור: וואס? ווען? וואס מיינסטו ליגט אונטער מיינע ווערטער? איך רעד פשוט וואס קומט מיר אין באטראכט!
ר’ נחמן: דו ווילסט אז איך זאל אנהייבן צו פארשטיין און מוחל זיין וואס זיי האבן געטוהן. ביסט טאקע גערעכט. טאמער זיי האבן מיר אזוי מחנך געווען צוליב זייער אינסטינקט אזויווי איך וויל נוקם זיך זיין אין זיי צוליב מיין אינסטינקט, פארשטיי איך טאקע פארוואס זיי האבן אזוי געטוהן. וואס פאר א ברירה האבען זיי געהאט, בשעת זיי זענען נישט געווען וואך צו די פראבלעם? זיי האבן דען פארשטאנען פארוואס זיי טוען אזוי? איך בין אבער יא וואך צו די פראבלעם, האב איך נישט זייער תירוץ.
ר’ אביגדור: איך האב דאס טאקע נישט געמיינט, אבער דו זאגסט זייער גוט. כעס בלב כסילים ינוח. ווען א מענטש האט כעס, קען ער נישט טראכטן גוט, ער קען נישט טראכטן גלאט און ער מוז מאכן גרייזן.
מיר מיינען, אז א יעדע זאך וואס מיר טוען איז געבויט אויף אונזער מיינונג, אונזער פארשטאנד. יעדער איינער האט א חשבון וואס איז וויכטיגער און וואס איז ווייניג וויכטיג, און ער פיהרט זיך אויף לויט די לייטער. למעשה זענען די פעולות פון א מענטש אויסגעמישט צווישן נויטיג און וויכטיג, וואס זענען צוויי ערליי זאכען וואס צומאל באגעגענען זיי זיך.
פיהל משלים קענען מיר זאגן אין דעם. ולדוגמא: יעדער איינער וועט דיר זאגן אז זיינע קינדער זענען וויכטיגער ווי זיין געלט. טאמער אבער האלט ער אינמיטן ארבעט, לאזט ער נישט די קינדער שטערן. פארוואס? ווייל יעצט איז די ארבעט נייטיגער. טאמער אבער מ'טוט נאר די נויטיגע זאכן און נישט די וויכטיגע, איז מען פונקט ווי א בהמה וואס ווייסט נישט מער ווי איהר עסן און טרונקן. דעריבער דארף מען זיך זוכן צייט און רואיגקייט צו קענען בויען אן אינערליכן לעבן.
ווען א מענטש לעבט אין א רואיגע מצב, זיין צייט איז רואיג און זיין קאפ איז קלאר, דעמאלס קען ער ערשט טראכטן וואס איז דער וועלט, וואס איז דער מענטש, און מה חובת האדם בעולמו. ווען מ'נעמט זיך אריינטראכטן אין א רואיגער אופן, נישט אן אופן פון רעאגירונג צו א צווייטע זאך, קען מען ארויסקומען מיט א קלארע זאך, ווארום קיין אנדערע זאך מישט זיך נישט אריין מיט דרינגענדע פליכטן, וואס מאכן אזא אנשטעל כאילו זיי זענען וויכטיגער.
און דעריבער איז וויכטיג אין די רייזע זיך צו האלטן רואיג און קלאר, נישט כאפן קיין טריט און נישט פארקריכן מיט רגשי אהבה ושנאה. אזוי וועסטו קענען נוצן דיין שכל ערגעץ אנצוקומען, אזוי וועסטו זיך ארויסדרייען פון דער פלאנטער אין וואס דו געפונסט זיך.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 10:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[center]א שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן
חלק ג'[/center]
ר' אביגדור: נו, ווי גייט עס ביי דיר?
ר' נחמן: ביסט א כישוף מאכער! דו דרייסט מיין קאפ אין פארשידענע ריכטונגען, און א גאנצע וואך ביסטו א תושב ביי מיר אין געוויסן, הגם איך האב דיר קיינמאל נישט געזען דורכאויס די וואך. איך טראכט פון מיינע מלמדים, איך רעג זיך אויף זיי, איך דערמאן זיך וואס דו האסט געזאגט און איך פראביר זיך צו בארואיגן, וחוזרים חלילה. איך האב קיינעם נישט מיט וועם צו רעדן איבער דעם, איך האב פרובירט צו דערמאנען א האלבע ווארט צו מיין ווייב, און זי קוקט מיר אן כאילו איך בין געפאלן פון די לבנה. די מחשבות דרייען זיך ארום און ארום. אבער מיט די צייט בין איך טאקע מער און מער איבערגעצייגט אז דו ביסט גערעכט. מיט צארן און האס קומט מען אין ערגעץ נישט אן. ניטאמאל קען מען א געלונגענע נקמה אויספירן. דעריבער מוז איך זיך באהערשן און דאס אפלאזן.
ר' אביגדור: זייער פיין. איך בין אביסל עלטער ווי דיר, און איך האב געזען פארשידענע מענטשן אין מיין לעבן. נקמה און כעס טוט דאס מערסטע וויי פארן מענטש וואס האט זיי, נישט פאר די ציל פונעם נקמה. דער נוקם ליידט מער ווי דער וואס אין וועמען ער האט זיך נוקם געווען. און דאס איז אלס ווען די נקמה איז יא געלונגען. אין די ברייטע וועלט זאגט מען א מימרא: "פיינט האבן א מענטש איז אזויווי פארדינגען א פלאץ אין קאפ פאר א צווייטן פריי פון אפצאל". דער אנדערע ווייסט גארנישט אז דו האסט איהם פיינט, און ער ליידט גארנישט דערפון!
דאס איז אבער א זייטיגקייט. דער עיקר האט מען געשמועסט וועגן דער שכל און איהר ערוועקונג. וויסן זאלסטו אז חז"ל רעדן אויך פון דער ענין ברמיזה. ס'ווערט דערמאנט א מושג 'מיום עמדי על דעתי', אדער אויף יאשיהו המלך 'בן שמונה שנים הכיר את בוראו'. לדעתי מיינט עס נישט אנדערש ווי דיין פלאנטער. זיי זענען געקומען צו די הכרה אז 'מלומדה' איז נישט דער וועג, און זיי האבן אנגעהויבן נאכגיין די שכל און בלויז די שכל, און דינען דער באשעפער מיט די שכל.
ר’ נחמן: דו זאגסט מיר אז די הייליגע תנאים זענען אדורך וואס איך מוטשע זיך דערמיט, און זיי האבען זיך געספראוועט מיט מיינע נושאים? אז יאשיהו - וואס האט נאר איין זינד געטוהן אין לעבן - האט דאס אויך אדורכגעשוויצט?!
ר’ אביגדור: ניין, זיי האבן עס נישט מיטגעמאכט. נאר דאס האט זיי אויפגעבויט. דאס איז נישט געווען זייער יצר הרע, נאר זייער יצר טוב.
ר’ נחמן: דו דרייסט נאכאמאל מיט מיינע געפילן. יעדעס מאל וואס איך הייב אן טראכטן ווער איך אנגעפילט מיט אזעלכע שולד געפילן און נידריגקייט, ס'ווילט זיך זינדיגן עפעס א פעטע זינד נאר צו קענען פטור ווערן פון די שולד. און דא זאגסטו מיר אז דאס איז א ציגל אין די געביידע פון אט די צדיקים?
ר’ אביגדור: ווען א מענטש איז מחליט צו לעבן אין אן אופן אז זיין עיקר דין וחשבון איז מיט זיין שכל און זיין פארשטאנד, איז ער דאס בעסטע וואס מענטשהייט פארמאגט. אזא מענטש וואס איז נישט קיין בהמה וואס לויפט נאך איהרע צייטווייליגע ווילונגען, ער איז נישט קיין גראביאן וואס ווייסט נישט און טראכט נישט ווייטער ווי זיין מאגן, זיין קערפער שלעפט נישט זיין מח נאר פארקערט, האט גאר ארויסגעברענגט דער קרוין פון די מענטשהייט; דער שכל. און ווען די תנאים און צדיקים האבען געעפענט זייער שכל און זיך אקעגן געשטעלט די קערפער, האבען זיי באוויזן גדולות ונצורות, און פאר אזא אויסקום קען מען האפן ביי דיר אויך. נאר אויפן וועג קען מען זיך אנטרעפן אין פארשידענע שטערונגען. דער מענטש קען ווערן פארדרייט און אפגעשטעלט פון כלערליי שטרויכלונגען אונטערוועגנס, און דארט איז דער געפאר פאר אזא איינער.
פון די הויך קען מען פאלן, פון די פאדלאגע פאלט מען נישט!
איינער וואס לעבט נאר ווי א בהמה, האט נישט וואו צו פאלן ווייל ער איז שוין אונטן. דער וואס שטייט שוין הויך, ער קען נאך פאלן אויך.
ר’ נחמן: איך הער, איך וועל די זאכן מוזן איבערטראכטן אין מיין פרייע צייט. אבער וויאזוי קען מען וויסן צו מען פארקריכט? ווען מ'הייבט אן צו רייזן, מיינט מען אז מ'צילט צום ריכטונג פון העכערקייט, אבער ווען מ'פארקריכט קען זיך נאך דוכטן אז מ'איז נאכאלס אויפן רייזע.
ר’ אביגדור: ס'איז דא א באקאנטע משל וואס מ'פארציילט פון איינעם. א מענטש וואס גייט פארשן אין גרובן און היילן, קען זיך דאך פארלירן אינמיטן וועג. וואס טוט ער? ער לייגט אויפן וועג שטיינער ביי א יעדע פאר טריט, און אזוי ווען ער וויל ארויסגיין פונעם הייל, דארף ער נאר נאכגיין די שטיינער. אזוי אויך בנידון דידן. ווען מ'גייט אויפ'ן וועג, דארף מען לייגן דערמאנונגען יעדע שטיק צייט: וואס זוך איך? צו וואס ציל איך? ווען איינער כלומר'שט זוכט חכמה, און ער ציט זיך אוועק פון זיין סביבה ווייל ער האלט זיי פאר אומ-חכמה'דיגע מענטשן, אבער דערווייל איז ער אריין אין אנדערע תאוות און געמיינהייטן, איז עס ווייל ער האט פארגעסן וויאזוי ער האט אנגעהויבן. דאס כסדר'דיגע זיך דערמאנען איז דער סוד נישט צו פארקריכן, און צוריקצוקומען טאמער מ'פארקריכט יא.
נאך א נקודה צו דערמאנען איז, אז די זאך איז בעיקרו און ברובו א פנימיות'דיגער זאך. דער עיקר חלק פון דיין טויש אין לעבן מוז זיין פנימיות'דיג. ווען דו זעסט אז די טוישונגען פאסירן שנעלער אין חיצוניות ווי אין פנימיות, אדער אפילו ווען ס'איז שטאטער, אבער נישט פילפאכיג שטאטער, ווייסטו שוין אז עפעס פארקריכט דא. צו האלטן אויג און קאפ אז די פנימיות איז דער עיקר, און די חיצוניות איז נישט מער ווי אן אויסדרוק נאך כמה השתלשלות'ן פון א פנימיות'דיגן טויש, איז פון די עיקרים פון וואס מיר רעדן דא.
הגע בעצמך, וואס זענען דיינע עיקר טענות און אנטוישונגען פון דיין היינטיגע לעבן?
ר’ נחמן: אז אלס איז פאלש און פלאטשיג. מ'רעדט ווערטער וואס מ'גלויבט נישט, מ'לייגט א דגוש אויף מינדערוויכטיגע זאכן און מ'פארגעסט פון די פנימיות פון די זאך.
ר’ אביגדור: אט אזוי! זייער פיין אראפגעלייגט! אויב אזוי, דארף דער לעזונג דערצו זיין פארקערט, מיט א תשובת המשקל. במקום אז מ'זאל זיך פארלייגן אויף חיצוניות, דאף מען זען זיך צו פארלייגן אויף פנימיות. במקום מ'טוט וואס מ'פארשטייט נישט, זאל מען מאכן זיכער אז היינט פארשטייט מען גרונטליך וואס מ'טוט. במקום אז מ'פארלאזט זיך אויף די פילע מענטשן ארום וואס גלויבן א געוויסע וועג, גייט מען היינט נאכפארשן און נאכגיין די אלע הנחות קדומות, נישט זיך בייגן צו אלס וואס דער אדער דער גאס ציט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע זאך.
זייער שיין, וויכטיג און אקטועל! א דאנק ליטוואק פארן באשרייבן דעם ענין בטוב טעם. יפוצו מעינותיך חוצה...
אגב, דער פאלגענדער ווארט האט מיר מורא'דיג געכאפט - כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין די ברייטע וועלט זאגט מען א מימרא: "פיינט האבן א מענטש איז אזויווי פארדינגען א פלאץ אין קאפ פאר א צווייטן פריי פון אפצאל". דער אנדערע ווייסט גארנישט אז דו האסט איהם פיינט, און ער ליידט גארנישט דערפון!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:19 pm
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, דער פאלגענדער ווארט האט מיר מורא'דיג געכאפט - כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין די ברייטע וועלט זאגט מען א מימרא: "פיינט האבן א מענטש איז אזויווי פארדינגען א פלאץ אין קאפ פאר א צווייטן פריי פון אפצאל". דער אנדערע ווייסט גארנישט אז דו האסט איהם פיינט, און ער ליידט גארנישט דערפון!
Me 2
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 6:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא קען מען טרעפען די מקור.
נאך א גירסא איז "האלטען טענות אויף יענעם, איז ווי טרינקען גיפט כדי יענער זאל שטארבען"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 7:17 pm
דורך נעגעל וואסער
איך האב זייער הנאה געהאט פון די סעריע, פון די ערשטע צוויי בין איך אליינס געווארן אביסעל א צומישטע אינגערמאן.. אבער חלק איז געווען קולע אל השערה.
לוקינג פארווארד פאר חלק ד' בקרוב!
חלק ד'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' אביגדור: נו, בין איך געווען א תושב ביי דיר אין קאפ די וואך?
ר' נחמן: אוי ווי! ס'ווערט אבער רואיגער. איך זע אז ס'איז שוין דא א פלאן. איך מערק יעצט אז מיין געפאר א גאנצע צייט איז, 'שלא תמות כדרך שמת פלוני'. איך האב געזען אנדערע וואס זענען געווארן אויבער-חכמים און אלעס פארלוירן. זייער אמונה, זייער רואיגקייט, זייער משפחה און זייער עוה"ב. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן דרייען ביי מיר, האב איך שוין געמיינט אז איך בין אויף יענער וועג, און באלד וועל איך שוין אריינפאלן ווי זיי זענען געפאלן.
איך האב שוין געמיינט אז איך האב נאר צוויי אפציע'ס; אדער אנטלויפן פון אלעס און אריינפאלן אין שאול תחתית, אדער לעבן מיט די פאלשקייטן וואס איך אנערקען שוין איר פאלשקייט.
דו זאגסט מיר אבער אז ס'איז דא א גאנג, ס'איז דא א וועג וויאזוי מ'קען עס אדורכלעבן, טוט עס מיר עטוואס בארואיגן. מ'קען געניסן פון ביידע וועלטן, הן נוצן די שכל און הן בלייבן ביי א רואיגע לעבן, וויסנדיג וואס צו טון.
ר' אביגדור: נאכאמאל, נישט אדורכצולעבן, נאר אויפצולעבן, ווי איך האב געזאגט פאריגע וואך. נישט אז מ'קען דורכמאכן די צרות, כאילו זיי זענען עפעס אן אוישוויץ וואס מ'דארף האלטן די אטעם און די נאז מיט א קאפיטל תהלים, נאר איינזען אז דאס איז א תכלית פאר זיך, א חלק פון די געשמאק פון לעבן.
ר' נחמן: מ'האט שוין א שטיק צייט צוריק ארומגעשמועסט איבער דעם ענין. וואס איז לגופו של דבר, וואס טו איך יעצט? וויאזוי גייט מען ווייטער?
ר' אביגדור: פון ווי זאל איך וויסן? איך בין עפעס דיין שכל? פרעג דיין שכל וואס זי באגערט און ארבעט דערמיט.
ר' נחמן: דו ווילסט מיר שוין נישט העלפן?
ר' אביגדור: ניין, איך קען דיר נישט העלפן. איך קען נישט פירן דיין שכל, איך קען נישט טראכטן פאר דיר. פון דעם ביסטו דאך אנטלאפן, פון דעם וואס אנדערע טוען דיין טראכטן פאר דיר.
ר' נחמן: גערעכט, גערעכט. ס'איז דאך אבער פיל לייכטער זיך צו פארלאזן אויף אנדערע. עפעס עצות קענסטו מיר יא געבן, וואו זאל איך כאטש זוכן?
ר' אביגדור: דאס אפשר יא. מ'האט דאך גערעדט יענע וואך, אז מ'זאל זיך בעיקר באציען אויפן פנימיות, און נישט די חיצוניות. נאך א טריט אין די זאך, איז טוישן וואס ווייניגער בפועל. ווען מ'לויפט צום 'טוישן', קען מען זיך פארגרייזן און מאכן די 'טויש' פאר דעם עיקר. דעריבער איז עס ראטזאם אז מ'זאל אלעס טוען צווישן די ראמען פון די יעצטיגע לעבן.
למשל, דו דאוונסט דאך יעדן טאג, יא? נעם די דאווענען און בייג עס פאר א שכל'דיגע עבודה. לא ברוח ה' ולא ברעש ה'. נישט פלאקערן און נישט פייערן, נאר אויפלעבן די שכל אין וואס מ'טוט. ווען מ'שטייט אויף צופרי, איז דער ערשטער זאך 'מודה אני לפניך'. מ'קען אין דעם אריינטראכטן, אויף וואס דאנקט מען, צו וועמען דאנקט מען, ווער דאנקט? וואס איז דא געשען מיט די שלאף און דאס זיך אויפוועקן? וואס און פארוואס האט מען מתקן געווען די תפילה. מ'וואשט זיך נעגל וואסער, וואס טוט מען דא? א מחלוקת רשב"א און רא"ש, פארוואס, וכהנה וכהנה. מ'לייגט צו מחשבה צו אלץ וואס מ'טוט.
ר' נחמן: ווילסט מיר מאכן פאר א בעל תשובה? נישט די שאלות שטערן מיר און נישט די ענינים נאגן מיר אין קאפ, נו, וואס האב איך פון אריינטראכטן אין די זאכן?
ר' אביגדור: ווען דו קומסט פרעגן ספעציפישע שאלות אויף א געוויסער ענין, פארשטיי איך אז דאס נאגט דיר. אבער אזוי ביסטו געקומען מיט א כלליות'דיגע שאלה וואס טוט מען מיט די שכל, און אזוי האסטו מיר געזאגט פאריגע וואך. איך זע אז אלס וואס איך טו איז מיט א מחשבה און א פארשטאנד, איך וויל אריינלייגן א פארשטאנד אין מיין לעבן. דעריבער איז די תשובה אז מ'געוואוינט זיך צו מיט די פשוט'ע זאכן, מיט די זאכן וואס מיר קענען שוין, און אזוי קען מען גיין ווייטער.
ר' נחמן: איך פארשטיי נישט אזוי גוט וואס איר רעדט, איך בין אבער גרייט צו פרובירן.
ר' אביגדור: איך הייס דיר נישט וואס צו טון, ס'איז אן עצה, א ווינקל, פון וואנעט אנצוהויבן. טאמער דו טרעפסט א בעסערע וועג פאר דיר, איז דאס דיין וועג.
איך האב אפשר א צווייטן עצה פאר דיר. דו לערנסט דאך א שיעור יעדן טאג, יא? נוץ דעם שיעור פאר דיין קאפ. ווען דו לערנסט אן אחרון, א קשיא, צו א פלפול אויף א סוגיא, פארלאז זיך נישט אויפן ספר וואס דו לערנסט. טראכט אריין אין דעם, וואס איז שווער געווען פארן מחבר פונעם ספר, וואס זוכט ער צו פארענטפערן, וואס האט זיך געטוישט מיט זיין תירוץ, וויאזוי וואלסטו פארענטפערט זיין קשיא, וואס איז דער נפ"מ צווישען זיין תירוץ און דיינס? און די עיקר שאלה וואס איז נוגע דיינע מוטשענישן איז: וואס איז דער עבודת ה' אין די הלכה? וויאזוי איז דאס א מיטל צו דינען דעם אייבערשטן אדער ווערן נענטער צו אים?
די אלע שאלות זענען ערוועקונגס מיטלען פאר די שכל צו טון איר'ס און ארויסהאבן די גרונטליכקייט פון א זאך. זיי זענען אויך וועגן וויאזוי צו מאכן טיפער די גאנצע שייכות מיטן בורא עולם. אזוי ווערט א יעדע ריר, יעדע מצוה, און יעדער ענין נישט סתם א פרומקייט צו אן אינוועסטמענט פאר א פארבארגענעם עתיד, נאר א פראקטישער פארדינסט אין פארשטאנד.
ר' נחמן: דאס איז שוין מער אן עצה לרוחי. מ'האט אלץ באמערקט, כאילו פון די זייט, די געוואלדיגע שכל וואס ליגט אין א סוגיא, אבער מ'האט עס מיר קיינמאל נישט געוויזן. איך האב אלס געמיינט אז דאס איז מדרכי המשכילים און איך האב זיך נישט ערלויבט דערצו.
ר' אביגדור: דו הערסט וואס פאר א נארישקייט דאס איז? אז אריינטראכטן אין תורה איז גאר אנטקעגן די תורה?! דו ביסט אבער נישט פאראנטווארטליך פאר סיי וועמען, נאר צו דיין שכל. טאמער דאס איז לרוחך, לייג זיך אריין אין דעם. געדענק אבער, דער שכל קען מען נישט אפנארן, דער שכל מוז האבן אמת און נאר אמת. זאג נישט אויף עפעס אז דו פארשטייסט איידער דו פארשטייסט עס באמת. גיי מיט דיין מהלך וה' יצליח דרכך! .
איך האב נאך וואס צו שרייבען צו דער יונגערמאן, און טאמער ס'וועט נישט ווייטער קומען דער וועקער, וועל איך עס דא ארויפשטעלען. ווען איך ענדיג וועל איך אי"ה ארויסשטעלען א פי.די.ף. פון די גאנצע סעריע.