בלאט 1 פון 3
זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:46 pm
דורך קאמענטירער
מיין חבר פרעגט מיך וואס איך זאג צו דעם אז היינט זענען שוין דא רבנים וואס זענען זינגערס ווי הרב טוסיג אדער הרב שמעלצער.. אזוי אויך זענען דא גאר חשובע יודען און בנש''ק'לעך וואס גיבן זיך אפ אין נגינה, ווי הרב יואל ראטה אדער הרב מענדיל ראטה, און אזוי אויך פארמאגט די באקאנטער שטערן אין עולם הנגינה הרב ווערדיגער אן אייגען שול'כעל, הפנים אסאך וואס טוען היינט אין נגינה זענען אויסערגווענליכע רוחניות'דיגע טלאנטפולע מענטשען לכאורה איז עס אכשרא דרא?
האב איך אים גענפערט אז איך האלט אז סאיז ירידת הדורות ווייל אמאל זענען געווען רבנים וואס זענען געווען אין צוגאב צו זייער רבנות, זענען זיי געווען פרפעסארען א דר. היינט וואס איז מעןשוין א זינגער?..
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:34 pm
דורך קלוגע יודל
עס איז נישט קיין נייע זאך, משפחת זינגער זענען שוין רבנים אין אלכסנדר שוין איבער 30 יאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:01 pm
דורך moshav zekeinim
שלמה קארלבאך.
אין די היימישע וועלט איז עפעס אזוי איינגעפירט אז דער בימת המנגנים האט נישט קיין שייכות מיט דער בימת הרבנים, אין חב"ד האט מען עס יא צוזאמענגעשמאלצן. דאס נעמט זיך לכאורה פון דעם וואס אמאל זענען די נגני כלי שיר געווען ציגיינער, אבער חזנים, בדחנים, און בעלי מנגנים ביי חתונות זענען יא געווען אויסגעמישט מיטן עולם (איך מיין אז אפילו ביז לעצטנס פלעגט א חזן זינגען ביים אויווען אן טיש), און אין טייל חסידישע מקומות האבן רביס געזינגען, געבדחן׳ט און קאדאטשקעט. זינגעריי ביי א חתונה האט געטראגן א היימישער כאראקטער.
בסך הכל איז צוואנציג יאר צוריק געווארן אזא זאך ווי א זינגער וואס פרעמד זיך אפ פונעם עולם און זינגט מיט די מוזיקאנטן.
יעצט קומט דאס צו א שטיקל באלאנס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:06 pm
דורך שבת אחים
דער סקלענער רבי זצ״ל און ר׳ חיים מאירל וויזניצער זצ״ל האבן קאמפיזירט אסאך באוויסטע ניגונים וואס מ׳זינגט היינט אין אלע חרדישע קרייזן, די מודשיצער וכו׳ וכו׳, נגינה איז א חלק פון אידשקייט, אין אלע רעליגיעס שפילט נגינה און מוזיק א גרויסע ראלע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:13 pm
דורך moshav zekeinim
מען רעד דא פון זינגען אלס אן אפעציעלער ארבעט ביי א חתונה, א פראפעשן וואס איז געבוירן צוואנציג יאר צוריק, וואס האט געהייסן צו בעסעריש, פרעמדליך, אדער וועלטליך, פאר א רבי אדער רב צו טון.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:17 pm
דורך שבת אחים
moshav zekeinim האט געשריבן:מען רעד דא פון זינגען אלס אן אפעציעלער ארבעט ביי א חתונה, א פראפעשן וואס איז געבוירן צוואנציג יאר צוריק, וואס האט געהייסן צו בעסעריש, פרעמדליך, אדער וועלטליך, פאר א רבי אדער רב צו טון.
גערעכט, כהאב נישט געכאפט, יא, דעס איז שוין א חילוק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 5:41 pm
דורך איך אויך
'הרב שמעלצער' ערגעץ האלטן מיר שוין אויפן וועלט.
Re: זינגער'ס-רבנים ירידת הדורות?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען.....
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:06 pm
דורך איך אויך
סתם געהאקט א קאפ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:25 pm
דורך ירח בן יומו
וואו איז הרב ווערדיגער'ס שול?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:46 pm
דורך moshav zekeinim
אין זיין בעיסמענט אין סיגעיט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:03 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען....
איר מישט א ודאי מיט א צווייטן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:14 am
דורך קלוגע יודל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען....
לענ"ד האט ער פארשטאנען צו א ניגון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:22 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב שמעלצער קען רבנות ווי ר' חיים מאיר'ל האט געקענט זינגען....
דו רעדסט אין דער וועלט אריין! דו האסט אמאל געהערט ר׳ חיים מאירל זינגען? ווייסט וואס פארא א שטימע דער איד האט געהאט? ער האט הערליך געזינגען און ער האט קאמפזירט הערליכע ניגונים וואס די גאנצע וועלט זינגט, אריינגערעכענט דיינע פארביסנע ליטוואקס, דו ווייסט נאר מסתמא נישט אז ס׳איז זיין ניגון.
דאס איז די ערשטע קליפ וואס איך האב געטראפן אויף יו-טוב וויאזוי ר׳ חיים מאירל אין די עלטערע יארן מאכט קידוש, הער וואספארא קול די מענטש האט געהאט, ער זינגט טאקע נישט אויף די קליפ אבער אזא קול אויף דער עלטער איז גארנישט אוועקצומאכן, חוץ דעם קענסטו הערן די מתיקות און הרגשות וואס ער האט אריינגעלייגט אין א שהחינו, זיי נישט אזא hater און טוה אנערקענען אז די ליטוואקס האבן נישט קיין איין גדול אזויווי ר׳ חיים מאירל און די אלטע סקלענער רבי אין די חלק הנגינה.
https://youtu.be/WwIP3uPGdKw
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די אלטע טענה אויף פארטיי, אז אמת און שקר ווערען פארדרייט. ס'איז דא טעיפס ווי ר' חיים מאיר'ל זינגט, און ווען מ'הערט זיי אן די נגיעה פון פארטיי, זעט מען ווי ווייניג ער האט געקענט האלטען א ניגון. ס'איז גארנישט בעסער ווי די טעיפס פון ר' משה שמואל שפירא. ווען ער הייסט נישט רבי וואלט איהם קיינער נישט געוואלט אויסהערן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:12 am
דורך שבת אחים
אבי געשאסן. לאמיר הערן די טעיפס?, די גאנצע נארמאלע וועלט האט אנגענומען ר׳ חיים מאירל אלץ א געוואלדיגע בעל כשרון אין נגינה, קומט א ליטוואק פון בודאפעסט אשר לא ידע את יוסף -און ער האט אים קיינמאל נישט געהערט זינגען און זאגט אז ס׳איז דא טעיפס ווי ער קען נישט זינגן, נעקסט קעיס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די גאנצע וועלט איז כולל אלע מיט פארקערטע קאפעלוטשען, ווארום פארטיי מיינט דאך אז די וועלט עגזיסטירט נישט ווייטער ווי די עק פון די טלפון בוך פון אנ"ש.
ס'איז דא טעיפס, איך האב געהערט א טעיפ ווי ער זינגט כבודו מלא עולם און ס'האט א טעם ווי טשאלענט מיט קעיז, ס'קראצט און שלעפט אזש נאר א פארקויפטע חסיד צו אפשר זיין ווייב האבען זיך געקענט איינרעדען אז ס'טוט זיך דא א זינגער. אפשר האט ער פארשטאנען דערצו, דאס ווייס איך נישט, אבער זינגען האט ער נישט געקענט. קען זיין רבנות אויך נישט, איך ווייס נישט. ס'האט נאך קיינער נישט אויפגעוויזען אז יא, אחוץ די אויבענדערמאנטע 'וועלט'.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:32 am
דורך שבת אחים
דעס אז מ'זינגט זיינע ניגונים אין די גאנצע חרדישע וועלט איז א ראי׳ אז ער איז געוועהן א בעל כשרון, זיינע טישן האבן געצויגן אלע מיני מענטשן פון אלע אנדערע קרייזן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
You sound desperate.
איך קען נישט זיין כשרונות, נאר זיין שטימע....
און דיין רעקארדינג איז סתם אן עוולה. ווען דו האסט געזאגט ס'איז קידוש, האב איך געמיינט ער האט פרי שבת געמאכט און ביים רעקארדער איז עס נאך געווען ערב שבת. ווען איך האב געהערט יו"ט, האב איך געמיינט ס'איז שביעי של פסח וואס מ'מעג מאכען פרי. ווען ער זאגט אבער שהחיינו איז קלאר אז ס'איז ליל הסדר וואס מ'מוז, עפ"י דינא דגמ', מאכען שפעט. ווי קענסטו איהם אזוי אפטוהן? ווייל ער קען נישט זינגען קומט זיך איהם נישט אז מ'זאל מפרסם זיין א טעיפ רעקארדירט מתוך חילול יו"ט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:17 am
דורך שבת אחים
א ליטוואק בלייבט א ליטוואק, א עקשן בלייבט א עקשן! קענסט נישט מודה זיין אז ער האט געמאכט שיינע ניגונים וואס צענדליגער טויזענטער אידן זינגן שוין העכער פופציג יאהר ביי זייער שבת טיש? קענסט נישט אנערקענען קיין פאקטן וואס שטימען נישט מיט דיין אגענדע?, אנשטאט דעם ביסטו ביזי מיט קמח ישן און מכלומרשטע חילול שבת פון א רעקארדינג פון פופציג יאהר צוריק

, גוד ביי!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די סבה פארוואס דו סאונדס דעספערעט איז צוליב דעם אז דו האלטסט אין איין פארדרייען די נושא. איך רעד פון שטימע און דו רעדסט נאכאמאל פון זיין פארפאסונג פון ניגונים. פ"וו? ווייל דאס אויפגעבן די גלויבונג פון קינדווייז איז שווער, זייער שווער. די זייטיגע גלויבונגען וואס מ'האט דערפיטערט, קען מען זיך א לייכטע אן עצה געבן. אבער די עיקרי הדת אז ר' חיים מאיר'ל איז דער וועלטס מנגן קען מען פאר קיין שום געלט נישט אויפגעבן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:29 am
דורך שבת אחים
אינטערסאנט אז מ'האט מיך פונקט אזוי געפיטערט אז ר׳ מאטעלע פליעט אין הימל און אז דער ריבניצער און די סקלענער זענען געוועהן מלאכים און שרפים, און אז אלעס שטייט אין די תורה, און אז יעדע זאך וואס געשעט האט א חשבון און אזוי ווייטער, למעשה בין איך גאנץ א קנאפע חסיד פון ר' מאטעלע און איך גלייב נישט אז די ריבניצער האט געקענט מאכן מופתים. עני וועי די שמועס איז געווארן צו באורינג און קינדעריש און איך האב נישט קיין געדולד זיך צו דינגן מיט קיין ליטוואקס ווי דיר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:31 am
דורך [NAMELESS]
אקעי, ער איז אפשר נישט געווען דער זינגער ארויסצוגעבן אלבומס, און ר' שלמה באבובער און פיטסבורגע רבי אויך נישט, אבער א פארגלייך צו ר' משה שמואל? אזויווי ליפא אין רבנות? טוה מיר א טובה... ער האט בכלל נישט געזינגן שלעכט, איך דארף צו האבן עפעס א שיינע רעקארדירונג פון איהם, כ'וועל באלד אויפזוכן.