בלאט 1 פון 1
פון ווען פאנגט מען אן מחנך זיין?
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:11 pm
דורך קאמענטירער
פון ווען פאנגט מען אן מחנך זיין קינדער?
יעדער וועט גלייך זיך דערמאנען אין די מעשה פון איינער האט אנגעפרעגט א צדיק, פון ווען דארף מען מחנך זיין די קינדער? און די רבי האט גענטפערט אז צום ערשט דארף מען זיך אליין מחנך זיין נאך אלץ בחור,
אקעי אלעס פיין און וואויל אבער באמת, פון ווען דארף איך אנפאנגען צו טראכטען וויאזוי מיין רעספאנס צו מיין קליינעם זאל זיין? לדוגמא האט עס פשט צוטרעינען אז מהאט נישט וואס צו מקנא זיין ביי די זעקס אדער פון די פיר שוין אדער מוז מען צווארטען ביי די צען?
אסאך מאל הערט מען אז, נע וואס קען מען טון ער איז שוין אן ערוואקסענעם בחור'ל, נו אויב קען מען נישט אנפאנגען פרי ווען בלייבט שוין איבער צו מחנך זיין? (גראדע קען זיין אן עקסטערן נושא ''ביז'' ווען מדארף מחנך זיין אבער אין כאן מקומו)
און ווען לוינט זיך צו נעמען חינוך קורסעס? ממש פון אנפאנג אז מזאל זיין גרייט? אדער איז בעסער צו ווארטען ביז די קינד וואקסט אויף און אזוי ארום וויסען אויף וואס צו פאוקעסן ?
נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:12 pm
דורך שלום על ישראל
מיין מהלך:
פראעקטיווע חינוך (ראל-מאדעלינג, ערקלערן דאס קינד), פון ווען ער [קען] פארשטיין. ריעקטיווע חינוך (מוסר) ווען ער וואלט שוין געדארפט צו פארשטיין (פון זיך אליין אדער פון די פארגאנגענע חינוך אויב ער האט עס ארויס).
ביז:
פון צוועלף\דרייצען יאהרגאנג איז מען פוחת והולך.
דאס אלעס איז בכלליות, וחנוך לנער ע״פ דרכו.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:06 am
דורך וואלווי
קאמענטירער האט געשריבן:פון ווען פאנגט מען אן מחנך זיין קינדער?
אסאך מאל הערט מען אז, נע וואס קען מען טון ער איז שוין אן ערוואקסענעם בחור'ל, נו אויב קען מען נישט אנפאנגען פרי ווען בלייבט שוין איבער צו מחנך זיין? (גראדע קען זיין אן עקסטערן נושא ''ביז'' ווען מדארף מחנך זיין אבער אין כאן מקומו)
נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
ניתי ספר וניחזי.
אין שולחן ערוך הרב הל' תלמוד תורה רעדט ער פון די כללית'דיגע חיוב חינוך פון א טאטע הלכה'דיג און נאכדעם רעדט ער פון די יארן וואס עס איז גאייגנט פאר די טאטע צו טיילען זיין השפעה אויפ'ן קינד פון א psychological שטאנדפונקט.
שרייבט ער דארט אז די עיקר חנוך לנער ע"פ דרכו איז פון די 16 ביז די 24. פריער ווי דעם פעלט אין דעת ביים קינד און שפעטער ווי דעם קען דער קינד שוין בועט זיין.
גאנץ קלאר, סיי פון ווען מ'פאנגט אן און סיי ווען מ'ענדיגט. בלייבט נאר צו קלערען ווי אזוי די נאטור איז היינטיגע צייטען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:15 am
דורך וואלווי
קאמענטירער האט געשריבן:אקעי אלעס פיין און וואויל אבער באמת, פון ווען דארף איך אנפאנגען צו טראכטען וויאזוי מיין רעספאנס צו מיין קליינעם זאל זיין?
נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
דיין ריספאנס צו דיין קינד דארף זיין אויסגעהאלטען פון day one. הג"ר שמשון רפאל הירש זצ"ל שרייבט אז מ'דארף אכט געבען אפי' ווי שנעל מ'ענפערט און מ'גייט צו צו א וויינעדיגען קינד. דיין ריספאנס צי דיין קינד מאכט שוין אויס תיכף ומיד ווען ער ווערט געבוירען אלעס האט א שטארקע השפעה. ס'דא א ספר אבני חינוך מלוקט פון רש"ר הירש'ס שיטות און חינוך מורא'דיגע קלארע און פראקטישע געדאנקען. ער לייגט א שטארקע דגוש אויף חינוך און שטוב אז דארט ווערט א קינד מחונך באמת און דעס וואס מ'גייט אין חדר איז סך הכל פאר לימודים. ס'כדי זיך איינהאנדעלען די ספר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:39 am
דורך וואלווי
שלום על ישראל האט געשריבן:מיין מהלך:
ביז:
פון צוועלף\דרייצען יאהרגאנג איז מען פוחת והולך.
פארוואס קלערסטו אז פון 12-13 איז מען פוחת והולך?
ספעיס דארף מען אייביג געבען און ס'דארף זיין על פי דרכו אזוי ווי די זאגסט. אבער ביי 12-13 האלט מען נאך טיף און מיטען וואקסען און מ'קען נאך נוצען אסאך חינוך לכאורה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:18 am
דורך שלום על ישראל
וואלווי האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:מיין מהלך:
ביז:
פון צוועלף\דרייצען יאהרגאנג איז מען פוחת והולך.
פארוואס קלערסטו אז פון 12-13 איז מען פוחת והולך?
ספעיס דארף מען אייביג געבען און ס'דארף זיין על פי דרכו אזוי ווי די זאגסט. אבער ביי 12-13 האלט מען נאך טיף און מיטען וואקסען און מ'קען נאך נוצען אסאך חינוך לכאורה.
עפעס ספעיס אייביג, אבער זעלבסשטענדיגקייט איז א ריזיגע חלק פון ׳וואקסען׳, און ביי די 12-13 איז די צייט עס צו וואקסן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:43 pm
דורך וואלווי
איך וואלט עס נאך אלס נישט אנגערופען "פוחת והולך" און חינוך.
עכ"פ דארפען די עלטערען באגלייטען די קינדער דורך אויס די שטורעמישע טינ-עידזש יארן מיט א באלאנס פון גוטע עדווייס און דער זעלבער צייט פראמאטען זעלבסשטענדיגקייט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 6:05 pm
דורך שלום על ישראל
וואלווי האט געשריבן:איך וואלט עס נאך אלס נישט אנגערופען "פוחת והולך" און חינוך.
עכ"פ דארפען די עלטערען באגלייטען די קינדער דורך אויס די שטורעמישע טינ-עידזש יארן מיט א באלאנס פון גוטע עדווייס און דער זעלבער צייט פראמאטען זעלבסשטענדיגקייט.
דו ברענגסט גוט ארויס די 'הולך' פון 'פוחת והולך'...
די 'פוחת' חלק מיינט אז מ'שטעלט עס צוביסליך אריין אין אויטא-פיילאט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:15 am
דורך וואלווי
קאמענטירער האט געשריבן:נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
פון די גרויס שטילקייט אין דעם אשכול זעט אויס אז מ'דארף מתפלל זיין דא אז די עקר און עקרות דא זאלען געהאלפען ווערען מיט שישים בכרס אחד.
אדער ווי יענער ניק האט געזאגט (איך געקענק נישט ווער) די ורחוק מפינינים'ס זאלען געהאלפען ווערען מיט א טלטול שלא שלא לצורך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:06 am
דורך קאמענטירער
וואלווי האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
פון די גרויס שטילקייט אין דעם אשכול זעט אויס אז מ'דארף מתפלל זיין דא אז די עקר און עקרות דא זאלען געהאלפען ווערען מיט שישים בכרס אחד.
אדער ווי יענער ניק האט געזאגט (איך געקענק נישט ווער) די ורחוק מפינינים'ס זאלען געהאלפען ווערען מיט א טלטול שלא שלא לצורך.
איך פאנג אן צו טראכטען אז די עולם האלט זיך אפשר פאר אומערפארען?...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:39 am
דורך אפשר
וואלווי האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:נו ערפארענע עלטערן קומט אריין און לאזט הערן אייער מיינונג
פון די גרויס שטילקייט אין דעם אשכול זעט אויס אז מ'דארף מתפלל זיין דא אז די עקר און עקרות דא זאלען געהאלפען ווערען מיט שישים בכרס אחד.
אדער ווי יענער ניק האט געזאגט (איך געקענק נישט ווער) די ורחוק מפינינים'ס זאלען געהאלפען ווערען מיט א טלטול שלא שלא לצורך.
דערמאנט מיר ווי איינער האט אמאל געזאגט כ"א כסלו אז די זאלונים דארפן עפענען א קרן יתומים און די ארונים דארפן עפענען נאך א בוני עולם. ווייל די זאלונים האבן דאך 20,000 קינדער אין די מוסדות און כ"א כסלו זעהט מען נאר 2000 עלטערן. פון די אנדערע זייט האבן די ארונים נאר 5000 קינדער אין די מוסדות און פלוצלונג כ"א כסלו זעהט מען 10,000 עלטערן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:15 pm
דורך וואלווי
קאמענטירער האט געשריבן:איך פאנג אן צו טראכטען אז די עולם האלט זיך אפשר פאר אומערפארען?...
דאס איז אפשר נישט אזוי מסתבר, לויט די קאנפידענס פון אסאך דעה זאגערס דא וואלט איך געזאגט אז די עמיראצים דא האלטען זיך פאר דיינים און בעלי מחשבה, די בחורים פאר שלום בית קאנסלערס און מחנכים...