בלאט 1 פון 2

אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:50 pm
דורך mevakesh
  אנהייב שמונה עשרה  איז דא צוויי ברכות  אתה קדוש און אתה חונן

אויבן אויף איז דאס פשוטע ברכות און האט נישט קיין פארבינדונג איינער מיטן צוויטען אתה קדוש זאגט מען אויפן באשעפער אז ער איז הייליג  און אתה חונן בעהט מען אז דער באשעפער זאל חונן דעת זיין דעם מענטש

באמת ווען מען קריכט אריין טיפער איז דא א פארבינדונג צווישען די צוויי און נישט נאר א פארבינדונג נאר א שטארקע פאראדוקס

מיר זענען אויפגעוואקסן מיט אסאך הייליגע זאכן גאט איז הייליג תורה איז הייליג שבת איז הייליג און אזוי ווייטער

אבער וואס באדייט בכלל ווען מען זאגט אויף עפעס אז עס איז הייליג?

לויט ווי איך פארשטיי הייליג איז דאס ווען מען זאגט אויף א זאך אז אויף דעם פרעגט מען נישט עס איז למעלה מטעם ודעת

כדי א מענטש זאל קענען עקזיסטירען און וואקסן אויף דער וועלט דארף מען האבן געוויסע זאכן וואס עס איז א מציאות אן קיין פארוואס סתם ווייל אזוי

און דאס איז לאו דוקא ביי מאמינים אפילו אין די מאדערנע וועלט ווי אלעס דארף האבן א הסבר איז אויך דא  זאכן  וואס דאס איז הייליג אן קיין קלארע לאגיק די קלארסטע דוגמא צו דעם איז מאראל כמעט יעדער גראדער מענטש  אין די מאדערענע וועלט נעמט אהן מאראל אלס א הייליגע זאך אפילו עס איז ממש נישט דא קיין לאגישע הסבר אויף דעם

נאר איינמאל עס איז דא א יסוד פון א הייליגע מציאות קען מען אנהייבען בויען מיט לאגיק

פון די אנדערע זייט איז קלאר אז אין דער וועלט מיז מען נוצן לאגיק

אפילו דער עקסטרעמסטער רעליגיעזע מענטש וועט אויך מודה זיין אז מען דארף נוצן לאגיק ווייל אויב נישט דארף מען נישט דער וועלט און עס איז ממש נישט דא קיין בחירה

דער פראבלעם ווערט נאר אייביג ביז ווי איז דער קדושה און ווי פונקטליך הייבט זיך אהן דער דעת?

ביי אונז האט זיך די קדושה אויסגעצויגען גאר ווייט

דער באשעפער איז הייליג

תורה שבכתב איז הייליג

תורה שבעל פה איז הייליג

דער אריזל איז הייליג

דער בעש"ט איז הייליג

דער גר"א איז הייליג

דער חתם סופר איז הייליג

דער רבי\ראשעשיבע איז הייליג

דער לבוש(קראקס..) איז הייליג

טוהן א שידוך ביי די אכצן איז הייליג

וועלכע סייז קאפל מען גייט איז הייליג

גיין אין קאנטרי איז הייליג

לייגן משומר איז הייליג
מען קען אהנגיין אזוי מיט א רשימה פון דא ביז קאנארסי אויף וואס איז אלץ הייליג דער איינציגסטע זאך וואס איז דערווייל נאכנישט הייליג איז צו מען זאל קויפען א באגעבא
אנטשולדיגט דאס איז שוין אויך הייליג...
צוריק צו שמונה עשרה זעהט מען אז מען האט טאקע אתה קדוש אבער מען דארף גראד נאכדעם אתה חונן  און פונקט ווי דער אתה חונן אהן דעם אתה קדוש איז כפירה

דאס זעלבע איז פארקערט אתה קדוש אהן דעם אתה חונן אויך כפירה

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:58 pm
דורך moshav zekeinim
wow אויף אזא יסודותדיגער רעיון האב איך מיך נישט געראכטן. איך מיין אז דאס איז זייער מדויק. געוואלדיג געוואלדיג

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:wow אויף אזא יסודותדיגער רעיון האב איך מיך נישט געראכטן. איך מיין אז דאס איז זייער מדויק. געוואלדיג געוואלדיג

מושב זקנים: הני מילי. ווען איז דאס געזאגט געווארן. ווען מ'האט נישט קיין קאמפלעקס אז די אייגענע אמונה איז א געפעלשטע. און זי האט געגנב'עט אלע גוטע זאכן און נאכגעמאכט אנדערע אמונות און קאנווענשן'ס. און ממילא זוכט מען ארויס ראיות וועלכע זענען אפילו אקעיגן לאגיק אז אונזער רעליגיע איז נישט קיין אויטענטישע. דאס איז ליידער א מחלה ביי די מערסטע פון די זעלבסט-אויפגעקלערטע במחנינו. אנשטאט צו קוקן פארקערט. אז אונזער רעליגיע איז מכח איר עלטער און קוואליטעט די העכערע, און אויטענטישע, שעמט מען זיך מיט איהר. און מ'זוכט מידות טובות וועלכע זענען פארהאן אין חאמוראבי'ס אדער אין די כשדיים'ס געזעץ און היסטאריע ביכער. אדער גאר אין די פראטעסטאנטישע רעליגיע.

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:11 pm
דורך חייקל
מבקש, איך הער דיין תורה און ס'קען גאר זיין ס'איז אפילו על פי אמת. אבער דאכט זיך הייליג מיינט גאר עפעס אנדערש, לכל הפחות אין די תורה און נישט וויאזוי מען איז עס מגדיר אין סאסייעטי.
און די תורה ואוו ווייט איך פארשטיי מיינט הייליג ,"קדוש", א ענין פון "מיוחד" .
איין קליינע ראיה, ס'איז דא אסאך צו רעדן דערוועגן ואכמ"ל, איז ביי א חתונה זאגט דער מאן/חתן " הרי את מקודשת לי ..." וואס מיינט דעס? איך גלייב ס'איז דא אסאך דרשות וואס מ' קען זאגען אויף דעם, אבער על פי פשטות זאגט די חתן "דו כלה וועסט זיין אויסדערוועלט צו מיר פון אלע אנדערע פרויען", וואו ס'ווייזט זיך מער קלארער ארויס און די ברכת הקידושין אליינס. און נאך מ'האט געמאכט א קנין דורך די קידושין טוט מען מעשים וואס ברענגט ארויס "יחוד".

די חז"ל זאגען "אם אין דעת הבדלה מנין" כדי צו קענען מקדיש זיין דארף מען קענען מבדיל זיין, און צו קענען מבדיל זיין דארף מען דעת. און לכא' דאס איז די קשר צווישען בר' אתה קדוש און בר' אתה חונן.
און די תורה שטייט ביי אלע ימים טובים וכדו' "מקרא קודש", וואס מיינט דעס? ואוו געשמועסט מיינט עס, מאכטס/באשטימטס דעם טאג פאר א עבודה מיוחד. איינמאל די טאג איז באשטימט טוט מען פעולות צו ארויסברענגען און וייזען די יחודות פון דעם טאג. מ'טוט זיך אן א הייליג שטריימעל, 40 אינטשעס לכה"פ, (די הייעכקייט ווענדט זיך מן הסתם וואו הייליג מ'פיהלט זיך :) ) און א הייליגע בעקיטשע, קאפעל וכו.....

איך האף כ'האב קלארער געמאכט און נישט מער מבלבל געווען (פארקערט פון הבדלה)

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 9:27 pm
דורך נולד מאוחר
Mevakesh, זייער שיין און אמת

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:22 pm
דורך moshav zekeinim
איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:25 pm
דורך mevakesh
moshav zekeinim האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

וויי איז מיר באלד וועל איך ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע ווייל דו האסט ליעב מיין ארטיקעל...

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:32 pm
דורך moshav zekeinim
חייקל, אמת אז דער שורש קדוש איז לאו דוקה דער הייליגער שלייער, אבער דאכט זיך אז אין די תפילה איז עס שוין יא דאס . בכל אופן גיט דער רעיון א קלארקייט צווישן דעם היינטיגן מושג פון קדוש, און דעת.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:34 pm
דורך moshav zekeinim
mevakesh האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן מיין הנאה פון דעם רעיון, עס איז ממש א קוש צו געבן.

וויי איז מיר באלד וועל איך ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע ווייל דו האסט ליעב מיין ארטיקעל...


the damage is done דו ביסט שוין אין די הענט פון די סטרא אחרא

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:35 pm
דורך געוואלדיג
סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:46 pm
דורך קאצקע ציקער
אביסל צוצילייגן צו דיין רשימה פון הייליג.

ג'יין אין קאנטרי שבת נחמו איז הייליג
טשילן מוצאי שבת נחמו איז הייליג

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:52 pm
דורך mevakesh
געוואלדיג האט געשריבן:סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

אודאי נאר א ווערטל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:37 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:סארא שטותים, א גוטע ארטיקל למאי נ"מ ווער אלס האט הנאה.

געוואלדיג: נאר צו פארשטערקערן דיין נקודה. למשל אויב איינער עסט חזיר, ר"ל. מיינט נאכנישט אז ער קען נישט הנאה האבן פון א געשמאקן טשאלנט און קישקע... :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:37 am
דורך שלום על ישראל
ווער קען ביטע ברענגן דא די בילד אז מ׳טאר נישט ארויסנעמען די סמארטפאן אויפן שטח פון די הייליגע קעמפס. כ׳מיין ׳הייליגע קעמפס׳?!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:48 am
דורך געוואלדיג
.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
ס'פאסט נישט צו לייגען א קאווע שטיבל לאגא אויף אזא צעטל. ביטע נעם עס אראפ. דאנקע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:13 pm
דורך געוואלדיג
עלעבריר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:15 pm
דורך ונבנתה העיר
א געוואלדיגער געדאנק.

ומבואר בכ"מ אז קדוש מיינט מובדל. וכידוע ווייסט טאקע קיינער וואס הייליג מיינט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:47 pm
דורך יעקב מענטש
אני בעניי בינעך נישט אזוי קלאר וואס דער פ"ה מיינט ארויסצוברענגען.

ביי אונז אידן - אנדערש ווי ביי די 'מאראלישע' אומות - מיינט הייליקייט עפעס וואס די תורה אדער חז"ל זאגן אז דאס איז הייליג, ס'איז עפעס וואס איז מנותק (אדער ווייניגער מקושר) פון די גשמי עולם הזה און איז נאנטער צו רוחני, וויאזוי קענסטו אפי' מדמה זיין דאס פארהייליגט-קייט פון די תורה, און רבותינו הקדושים נבג"מ צו די איינגערעדטע, אלץ-טוישענדע, אומבאגרינדעטע, מאראלן פון די גוים ?

די סיבה פארוואס ביי אונז זענען די זאכן פארהייליגט האט צו טאן מיט אונזער אמונה, אז דו גלייבסט נישט בה' ובתורתו, האסטו טאקע נישט קיין שום שווארצע סיבה פארוואס צו דערקלערן דעם חת"ס אלץ הייליג, ס'איז טאקע די זעלבע ווי די אלע גויאישע מאראלן, איינמאל דו גלייבסט אין תורת משה, און דו פארשטייסט אז דאס איז דער דבר ה', איז עס גאנץ אן אנדערע מעשה.

און די סיבה פארוואס אונז גלייבן איז גראדע העכסט לאגיש, נעמליך די 'היסטארישע' פאקט פון מעמד הר סיני....

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:57 pm
דורך mevakesh
איך מיין נישט צוצוגלייכען מאראל צו אונזער תורה נאר לגבי דעם אז עס איז א הייליגע מציאות וואס מען פרעגט נישט אפ (טאקע צומאל צוליב אונזער אמונה און מסורה ) און אז עס קען נישט זיין אז יעדע שריט אין לעבן איז אן קיין לאגיק נאר בלויז הייליג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:54 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:עלעבריר

וואס מיינט דאס? אבער כ'האף דו פארשטייסט פארוואס כ'האב עס געפרעגט... (עניוועי, ר' שש האט שוין ארויפגעלייגט איינס אן קיין וואטערמארק).

Re: אתה קדוש קעגן אתה חונן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:45 pm
דורך חייקל
מבקש, וואס די נאסט געשריבען בלייבט אויף וואס ס'איז. בשעת'ן ליינען דיין ארטיקעל איז מיר אדורך געגאנגען דיע געדאנק האב איך עס געשריבען אלץ אן תגובה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:09 pm
דורך זבולון
איך מיין אז עס איז נישט קיין סתירה פון חייקל׳ס צו מבקש׳ס ווערטער. קידושין און הקדש איז מלשון אז עס איז מיוחד און מובדל, און דאס זעלבע איז מיט די קדשה וואס איז מיוחדת לזנות, (אזוי ווי רש״י שרייבט אויפן ארט).

ווען עס קומט צו געטליכקייט, און מיר זאגן אתה קדוש, מיינט מען צו זאגן אז געטליכקייט איז מובדל פון אונזער השגה. (און דא וועל איך שוין לאזן [tag]ונבנתה העיר[/tag], ער זאל ערקלערן די מדריגות פון קדושה, פארוואס מיר זאגן נישט אתה ושמך קדוש, ווייל די קדושה פון אתה און די קדושה פון שמך זענען באזונדערע מדריגות אין קדושה. עפ״ז קען מען בדרך אפשר אויך אפטיילן צווישן די קדושה פון די באגעבו און די אנדערע, ואיכ״מ).