בלאט 1 פון 1
רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:10 pm
דורך תורה ומדע
א וואונדער אז עס געפונען דא אזויפיעל גנבים און רמאים אין וויליאמסבורג?
דער פראבלעם איז אז דאס חינוך זייערער מאכט זיכער אז די עולם איז סייווי אומאינטליגענט און קען ממילא נישט גיין אין קאללעדש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:35 pm
דורך תורה ומדע
לויט דער לעוועל פון איגנאראנץ פונעם אונגארישען/חסידישען ציבור וועט דער לעוועל פון עניות אין די נעקסטע דור ך זיין פילפאכיג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:58 pm
דורך פלאוויוס
איך גלייב באמת אז "דאס קאפיטאל" האט א שטערקערן כח ווי קול קורא'ס, און לויט די כללים פון קאפיטאליזם וועט דאס שנעלער דערפירן צום חורבן פון חרדיזם, ווי ס'זאל דערפירן צו ארעמקייט.
איך ווייס נישט צי די רבנים ווילן טאקע אנקומען אהין. איך זאג דאס נישט ציניש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:03 pm
דורך תורה ומדע
קען זיין אז עקאנאמישע פאקטארען זענען מער פאערפול. אבער די עגמ"נ פון דער טרענזישאן איז אנפורטונעטלי גאר ווייטאגליך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:12 pm
דורך פלאוויוס
@תורה ומדע, ס'וועט נישט בהכרח דערפירן צו א transition פון יחידים. נישט דאס האב איך געמיינט. איך גלייב אז ס'וועט דערפירן צו א טויש אינעם קאלעקטיוו. חז"ל האבן חושש געווען פון "גזירות שאין הציבור יכולין לעמוד בהן" נישט נאר ווייל ס'איז נישט עטיש צו מאכן אזעלכע גזירות, נאר אויך ווייל ס'איז נישט פראקטיש. דאס דערפירט צו א געזעלשאפט וואס זעט זיך מער נישט אין טערמינען פון רבנישער אויטאריטעט.
איך גלייב נישט אז דער דאקומענט זאל קענען אפהאלטן יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף פרנסה פון זיך איינהאנדלען א פאך אין קאלעדזש (ווער ס'האט אמאל געפילט ארעמקייט אויף דער הויט וועט אויף דעם מעיד זיין... ס'איז נישט שייך עס צו באצוימען מיט קול קורא'ס). ובכן, אפילו ווען ס'זאל שטענדיג בלייבן א גרופע וואס איז זיך מוסר נפש כדי צו פאלגן די קול קורא'ס, וועט אויסקומען אז זיי וועלן דארפן נעמען צדקה ביי די וואס האבן נישט געפאלגט די רבנים, און אזא אויסקום צעווארפט אויטאמאטיש די אלטע נארמען פון דער געזעלשאפט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:35 pm
דורך [NAMELESS]
אומגלויבליך צו וואספארא גרויליגע שפל המצב די פרומע קרייזן דערקייקלען זיך.
נעכטן ליין איך איבער די מצוה פון
ווארפן אייער - וואס מ'לערנט אויס פאר קינדער, פריער ליין איך איבער די מצוה פון
שרייען אויף סאלדאטן און די עבירה פון גיין מיט
שיין געמאכטע פיאות - וואס מ'לערנט אויס פאר קינדער, און יעצט ליין איך איבער דעם איסור
זיך צו לערנען א פאך.
איך מיין אז די צוויי זאכן זענען פארבינדן. אין א פלאץ ווי מ'שטופט איגנאראנץ, חוצפה, אומערצויגנקייט אלס קינד, איז פשוט אז די המשך דערפון איז אן איסור גמור זיך צו לערנען א פאך. א פאך? ח"ו! ביינונז איז דער מנהג צו ברעכן שויבן, שרייען נאצי, און ווארפן אייער, און פארשטייט זיך - נישט גיין מיט צאמגענומענע פיאות ח"ו.
----------
אביסל פאליטיק? עס זעט אויס ווי די צוויי ברידער זענען אין א געיעג צו ווייזן ווער עס קען זיין מער פויבסטליכער פונעם פויבסט, אפירקומענדיג מיט פרישע חידושים נוראים בהלכות אכשר דרא והמסתעף.
אין א מרחק פון א וואך, האט דער קרית יואל'ער מנהיג פון סאטמאר ארויסגעגעבן א פארריקטער איסור אויפן שרעקליכן פירצה פונעם מלבוש שרבים חללים הפילה,
דער טריפה'נער סנוד. און פונקט דאן, האט דער וומסב"ג'ער מנהיג פון סאטמאר ארויסגעגעבן א פארריקטער איסור זיך צו לערנען א פאך.
פאר די צוויי מנהיגים דינט עס גוט, פאר זייערע חסידים ווייניגער. וקוב"ה מאי עביד?! ער פארלאזט טרערן, ער ווייסט אז דער וואס וועט אממערסטנס ליידן דערפאר, איז כביכול ער זעלבסט. וויפיל נאך גייען פאלן צוליב די עקסטרעמיזם וואס ווערט געקארמעט בריש חוצות דורך מנהיגי העדה? וויפיל נאך אידן גייען ליידן צוליב די רשעות אין פארעם פון פרומקייט?!
-----------
און איך זאג איבער מיינס: איר אדמורי"ם ורבנים זאגט 'ובשכר זאת נזכה לקבל פני משיח צדקינו במהרה בימינו', און איך זאג
'דער גורם צום חורבן ביהמ"ק איז דער "חטא הידוע" רח"ל'. אלזא, רבנים, מאכט אייער בדק הבית פריער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:39 pm
דורך תורה ומדע
פלאוויוס האט געשריבן:@תורה ומדע, ס'וועט נישט בהכרח דערפירן צו א transition פון יחידים. נישט דאס האב איך געמיינט. איך גלייב אז ס'וועט דערפירן צו א טויש אינעם קאלעקטיוו. חז"ל האבן חושש געווען פון "גזירות שאין הציבור יכולין לעמוד בהן" נישט נאר ווייל ס'איז נישט עטיש צו מאכן אזעלכע גזירות, נאר אויך ווייל ס'איז נישט פראקטיש. דאס דערפירט צו א געזעלשאפט וואס זעט זיך מער נישט אין טערמינען פון רבנישער אויטאריטעט.
איך גלייב נישט אז דער דאקומענט זאל קענען אפהאלטן יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף פרנסה פון זיך איינהאנדלען א פאך אין קאלעדזש (ווער ס'האט אמאל געפילט ארעמקייט אויף דער הויט וועט אויף דעם מעיד זיין... ס'איז נישט שייך עס צו באצוימען מיט קול קורא'ס). ובכן, אפילו ווען ס'זאל שטענדיג בלייבן א גרופע וואס איז זיך מוסר נפש כדי צו פאלגן די קול קורא'ס, וועט אויסקומען אז זיי וועלן דארפן נעמען צדקה ביי די וואס האבן נישט געפאלגט די רבנים, און אזא אויסקום צעווארפט אויטאמאטיש די אלטע נארמען פון דער געזעלשאפט.
ריכטיג, אבער אלץ עהרליכער איז וואס געהערט נישט צום אונגארישער/חסידישער חדר טוט דאס מיר זייער וויי.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:40 pm
דורך יעקב מענטש
[tag]פלאוויוס[/tag] פון ווי נעמסטו אז די גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה איז נישט עטיש ? מיר קוקט עס אויס ווי ס'איז פון א ריין פראקטישן שטאנדפונקט.
לגופו של ענין, איז מיר זייער אומקלאר וואס פונקטליך זיי מיינען, אויסער גיין אין פאקטישן קאלידזש, זעה איך נישט ווי היימישע אינגעלייט פארפעלן א געלעגענהייט צו נעמן קורסן אויף געוויסע פאכן, אין פאקט האט יו דזשעי או, אן אייגענעם פראגראם פון קלאסן אויף כל מיני ענינים, און די משומר/גדר פילטערס לאזן רואיגערהייט אריבער lynda.com, אינגעלייט נעמן היינט פראפעסיאנאלע קלאסן אויף וויאזוי צו זיין גוטע מלמדים אלץ מיט די גוטהייסונג פון גדולי הרבנים, און די ווענט פון די שוהל האבן נישט גענוג פלאץ פאר אלע פראדוקטיוו/שלום בית/חינוך שיעורים עוועילעבל.
בקיצור איך האב נישט קיין גרינעם אנונג וואס דער צעטל ציהלט. איינער מיט מער אינפאו ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 6:09 pm
דורך יעקב מענטש
בן אדם האט געשריבן:יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)
איך בין נישט אהינגעגאנגען, איך האב ב"ה פרנסה אהן גיין אין קאלעדזש, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער.
וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז, וואס פונקטליך איז יעצט געווארן אסור ?
Re: רבני סטמר קעגען לערנען א פאך ל"ע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 7:21 pm
דורך טרויבן88
יעקב מענטש האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:יעקב, אויב דער קורסעס זענען גענוג פאר דיר דארפסטע דאנקען גאט (צוזאמען מיט'ן רבי'ן)
איך בין נישט אהינגעגאנגען, איך האב ב"ה פרנסה אהן גיין אין קאלעדזש, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אויף ווייטער.
וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז, וואס פונקטליך איז יעצט געווארן אסור ?

איך מיין אז עס איז די ספעשל עד וואס דער איסור איז אדער איז עס טאקע די די היימישע קלאסן וואס מסתם האט מען עס געלאזט ווייל זיי האבן געמיינט אז עס איז א דשזוק אין יעצט אסרט מען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:33 pm
דורך וואלווי
hypocrites זיי אליינס עמפלויען היימישע איינגעשטעלטע וואס האבן דיגריס אין עדיוקעישען אין זייער חיניך סיסטעם בעיקר ווייל אזוי ווערט מען געדעקט מיט גאווערמענט פאנדס!
ס'האט גארנישט צי טוהן מיט לערנען א פאך אדער נישט. ס'איז פשוט שטירען אפ-פאל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:17 am
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:קען זיין אז עקאנאמישע פאקטארען זענען מער פאערפול. אבער די עגמ"נ פון דער טרענזישאן איז אנפורטונעטלי גאר ווייטאגליך.
מיין פרעדיקשן: מ'וועט זיי אנפייפן. (די אונגערישע אזוי-גערופענע רע-בנים מיט די גראבע בייכער, וועלכע פיהרן קארופטע דיני תורות און זיצן על סיר הבשר פון סאטמער. די נעקסטע דור וועט יא גיין לערנען. אזוי ווי א גרויסער טייל טוען שוין היינט, ב"ה...!