בלאט 1 פון 1

חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
מ'ווייסט שוין לאנג אז אין חצר הקודש גער איז איינגעפירט אז מ'שטאפט בחורים מיט פילן כדי זייער תאוה זאל זיין קלענער. היינט איז ארויסגעקומען א שטורעמישע ריפארט פון א ריפארטער וואס האט אינטערוויאט פסיכילאגן וואס די חסידישע עולם ניצט און קליענטן וואס האבן געניצט די פסיכילאגן, און ס'שטעלט זיך ארויס אז דאס גייט פאר ביי אונז full force. א יונגערמאן וואס האט נישט געטראפען קיין סיפוק ביי זיין ווייב און האט זיך פארליבט אין א פרעמדע ווייבל האט מען געדיעלט מיט עס ווי כאילו ער וואלט געוועהן א תשמיש עדיקט מיט עדיקשאן טעראפי און פילן. די פסיכילאגן אליין זענען מודה אז דאס איז א וועג ווי אזוי זיי דילן מיט קדושה פראבלעמען און צו פארמיידן בחורים פון הוצאת ז"ל.

די שרייבערין פון די ארטיקעל מאכט נישט קיין פסק אויב דאס איז ראנג. פארקערט, זי ברענגט אויך ארויס די דעה אז פינקט ווי געוויסע נישט אידן זענען גרייט צו מאכן סכנה'דיגע פלעסטיק סערדזשערי זיך צו פארשענערן, פארוואס זאל נישט א חסידישע איד מעגן באקומען פילן צו דילן מיט פראבלעמען וואס קומט פון זיין פלאץ אין סאסייעטי אפילו אויב די וועלט זעהט עס נישט ווי א עכטע פראבלעם.

עכ"פ די ארטיקעל איז זייער ברייט און שיין באשריבען, און דאס איז א נושא וואס אונז דארפען דא דורכטוהן. און עס איז טאקע א גוטע פראגע צו ס'איז אויסגעהאלטן תורה'דיג און מאראליש.

כאפטס א בליק און זאגטס א מיינונג
http://narrative.ly/healing-hasidic-mas ... ric-drugs/

Re: חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:06 pm
דורך קל וחומר
ווי איך פארשטיי געבן זיי אין גור נאר פאר בחורים וואס גייען מיט אנדערע. סתם פאר הוז"ל פון ווי זאלן זיי וויסן אז א בחור האט א פראבלעם?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
אסאך מאל איז דער קליענט מסכים צו נעמען די פילן אפילו ער ווייסט אז ס'נישט זיין שולד נאר זיין ווייבס, ווייל ער קען אויך באשטיין פאר דערווייל צו האבן א קלענערע תאווה, אדער קען עס דינען ווי אזא תשובת המשקל אויב ער איז דורך געפאלען.

מ'קען אבער דן זיין צו ע"פ הלכה איז א מענטש מחויב אויסצוגעבן געלט אויף זיך איינצוהאלטן פון אן עבירה (מצוות לא תעשה).

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:00 pm
דורך אהבת ישראל
דע פילען איז נישט אזוי פשוט עס איז דא אויף דעם גרויסע שאלות להלכה...דרס רופט זיך סירוס כימי אין ארץ ישראל דאס מיינט מען מאכט דעם מענטש פאר א צייטוייליגער עקר .אין אזוי האט ער נישט קיין תאוה
ר משה פיינשטיין זצ"ל מוטשעט זיך זייער ארום מיט שוואכע היתירים נאר אין קריטישע פראבלעמען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 10:04 pm
דורך אפשר
אפגעזעהן פון די הלכה'דיגע שטאנדפונקט, איז די עולה לעניות דעתי אז א"ג "עסקנים" זענען מסביר ווי גוט דאס איז און ווי וויכטוג דאס פעלט אויס. עפ"י רוב וואלט א מענטש מדעת עצמו נישט מסכים מיט אזא זאך.

עס איז קלאר אז עס דארף זיין בעסערע וועגן וויאזוי צו באהאנדלען אזאלכע פראבלעמען, און עס זיכער נישט די רצון השם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:02 pm
דורך אביסעל שכל
פוי!!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:ווי איך פארשטיי געבן זיי אין גור נאר פאר בחורים וואס גייען מיט אנדערע. סתם פאר הוז"ל פון ווי זאלן זיי וויסן אז א בחור האט א פראבלעם?

נישט מוכרח ווייל אין גור באגלייט מען די בחור כל אורך הדרך כידוע, אנגעפאנגן ביי די 12-13 מיט א פריוואטע שמועס און אזוי ווייטער, מיסודו הבית ישראל זצ''ל, ממילא ווייסט מען דאס אויך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:אין גור באגלייט מען די בחור כל אורך הדרך כידוע, אנגעפאנגן ביי די 12-13 מיט א פריוואטע שמועס

די לעצטע פאר יאר פאנגען זיי שוין אן ביי די 9 יאר אלט!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
זייער גוט און קלוג. פאר ווער עס ווייסט וואס עס טוט זיך היינט. אין כתה ו' ז' איז שוין דא חורבנות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
אויב זיי טוען עס מיט טעראפיסטן איז זיכער גוט! אבער ס'איז ידוע אז די היינטיגע גערער רבי האלט נישט פון אלע מיני טעראפיסטן און פסיכאלאגן למיניהם. ער ווייסט נאר פון פסיכיאטרי, ד.ה. נעמען מעדיצין. און די דזשאב פון רעדן לאזט ער פאר די ר"י און משגיחים, מנהלים וכדו', און ס'זעט אויס אז אזוי פירען זיי זיך אויך אין די תלמוד תורה'ס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
צו וואס טרעפיסטן?? די בית ישראל'ס מהלך ארבייט פיין, בפרט בעיקר טוען זיי צו פריווענטן אז מען זאל נישט האבן פראבלעמען.
די מהלך איז בערך אזוי, סמוך לפרקו גיט מען א שמועס איבער די שינוי הגוף והמסתייעף, און דערנאך לערנט מען אויס די סוגיא פון היסח הדעת... און מען האלט אן קשר על כל צרה.
און דאס טוען נאר קאמענדאטען אזעלעכע געשטעלטע יונגעלייט וואס זענען געאייגנט פאר די פאך און מען לערנט זיי אויס די מהלך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:37 pm
דורך סמבטיון
ארבעט פיין וואס? גיי רעד מיט די גערע, הער די חורבונות וואס דארט טוט זיך א דאנק דעי פילן וואס מען שטאפט דארט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:47 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין ארויפגעגאנגען אויף בן אדם'ס רייד אויף די בית ישראל'ס מהלך און נישט אויף די היינטיגע נייע מהלך פון פילען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר ווען די בית ישראל אליינס וואלט גערעדט מיט זיי וואלט עס געארבעט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:32 am
דורך סימפל
געווען איינער וואס איז געווען נאטורליך הונגעריג, האט מען אים געגעבן צו עסן גאלע. ער האט דאך נישט ליב קיין גאלע, און פאקט ער האט זיך אייביג ג'עקלד דערפון. אבער וואס קען מען טון ער האט דאך נישט עפעס אנדערש, שוין וועט מען מוזן עסן גאלע. ביסלעכווייז איז אים אריין א מחשבה און קאפ, אפשר זאל איך עסן עפעס וואס איך האב יא ליב, ווי למשל פלייש. איז מען אויף געקומען מיט א געוואלדיגע עצה, לאמיר עם געבן פילן וואס זאל שטילן זיין הונגער און מער וועט ער שוין גארנישט עסן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 4:35 pm
דורך איך אויך
בעיקר וועגן די פילן וואס די גערר מנוולים שטיפן אריין פאר נארמאלע געזונטע בחורים. או וועגן די אינקווייזיציע מוסד פאר אינגע פארלעך וואס הייסט 'אידישקייט מדריכים'.

די צווייטע חלק איז וועגן ליצמן און זיין אביוז פון פאוער. דארט זענען די זאכן שוין ווייניגער שווארץ און ווייס, כאטשיק יעדער איז מודה אז דער ידו בכל ויד כל בו בליעלאסטאצקי וואלט מען לאנג לאנג צוריק געדארפט הענגן.

Re: חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:40 pm
דורך קל וחומר
פיין אויסגעפראקט כמו שצריך.
די עקל הייבט אן ארויפצושווימען אויפן האריזאן.

די פראבלעם איז נאר אז די גור'ע וועלן דאס נישט זעהן. (ווער יא, אידעך סייווי א שייגעץ)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 8:56 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'איז אינטערסאנט ווי דער דאקטער טוט עס מיט אזא גלייכגילטיקייט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 8:57 pm
דורך איך אויך
Everybody has his price.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
'אפילו ביי די פרייע'
~ האדמו"ר מגור שליט"א להאדמו"ר מצאנז שליט"א על ההערצה ההמונית ליענקל ליצמן

Re: חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:24 pm
דורך גר ותושב
איך וויל פרובירן צו פארשטיין האט די באשעפער געוואלט א עם ישראל פון גולמים יודן וואס טוהן נישט עבירות ווייל מען האט זיי ציגענומען די געפיהל דערפון?
אדער האט די באשעפער געגעיבן א בחירה פאר א יעדן און געגעיבן א געלעיגנהייט ברצון הטוב צו בוחר זיין בטוב אדער חס ושלום פארקערט?
און טאמער האט די באשעפער יא געוואלט א זאמבי פאלק פארוואס זאל מען נישט היפערטייזן פון אלס קינד אלע קינדער און זיי זאגן די תריג מצוות און פטור אן עסק כלל ישראל וועט זיין לתפארת הזאמביס.