בלאט 1 פון 1

עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעבן אין א באקס
נישט גיין מיט קראקס
א גארטל אויפן מאגן
אויב נישט וואס וועט מען זאגן
סניקערס מאדערן
טריפל זירא זיך שערן
א מיני ווען זייער ברייט
א דירה זייער טייט
אין סטארעזש די דיינונג רום טיש
אלץ צו קענען באקומען די מאמע'ס פיש
א ברייטע שמחה מוז מען מאכן
אויב נישט וועלן אלע לאכן
געלט מ'בעט צו לייען
אז קלאפן זאל די מראית העין
אויסזעהן ווי יענעם גענוי
נישט א זשעקעט ווי א גוי
עסן מיט יענעם קוגל
נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל
כ'האב מורא פון לענסעס במקום ברילן
"א מאדערנער" וועט מען בילן
אן אייגענע תפיסה פאר'ן לעבן
אן איינדרוק יענעם געבן
א געזעלשאפט פון בלאף
וואס זאגט יענער דערויף
מ'רופט עס היימישקייט
די סדום בעטל אבער גאר טייט
געפויעלט, כ'על גיין מיט קראקס נאר שווארץ
כ'האב דאך פארט א אידיש הארץ.

Re: עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:38 pm
דורך קל וחומר
קרעפטיג!
כ'זאג דיר צו אז ליינענדיג האט זיך מיר פון זיך אליין גענומען רעפפען דעם ניגון. (האסט עס באזירט אויף א רעפ טון?)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:46 pm
דורך וואלווי
same here

זעט אויס קורצע זאצען ארבעטען גוט מיט רעפ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען די נושא איז א ברענדיגער, איז די מעסעזש שטערקער ווען מ'שרייבט קורץ און טייט. כ'פרוביר ארויסנעמען יעדע ווארט וואס מ'קען. הוא הדין ביי רעפ איז דאס אויך די געדאנק. א ווארימע נושא איז יא בעסער צו ניצן מער לשון, אז די ווארימקייט זאל זיך בעסער זעצן אין הארץ פונעם לייענער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:54 pm
דורך סימפל
מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:59 pm
דורך וואלווי
סימפל האט געשריבן:מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:08 pm
דורך סימפל
וואלווי האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

ספעציעל ווען עס איז נישט דא קיין שום פלאץ ווי מען קען גיין נאך קוקען די שורש פונעם דין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:36 pm
דורך וואלווי
סימפל האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
סימפל האט געשריבן:מען קען אפשר דן זיין צו איינער וואס האט שוין סיי ווי רויטע וואנצעס צו ער קען טרעפן א היתר גיין מיט רויטע קראקס און נישט דווקא שווארצע...


די דיון איז נישט אזוי סימפל...

ספעציעל ווען עס איז נישט דא קיין שום פלאץ ווי מען קען גיין נאך קוקען די שורש פונעם דין.


עיין כאן האיך נהגו בעיר זו: https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%A7%D7%A1

און דער האט זיך יא געמושטעט אויף די נושא פון קראקס: http://www.ykr.org.il/modules/Ask/answer/8448

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:22 am
דורך דער דאס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:.


wow דאס איז אייזן שטארק.. קורץ און שארף, ווי מ'זאגט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:29 am
דורך שבת אחים
רויטע, א געוועזענע קאווע איד וואס מ׳האט פארטריבן קיין פאליש אין גלות אריין וואלט דיר געוואלט מודיע זיין איין זאך פאר ער גייט, דו ביסט צוקער זיס! דעטס אלל! חזק ואמץ!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:51 pm
דורך אייז קריעם
קל וחומר האט געשריבן:קרעפטיג!
כ'זאג דיר צו אז ליינענדיג האט זיך מיר פון זיך אליין גענומען רעפפען דעם ניגון. (האסט עס באזירט אויף א רעפ טון?)

צריך לומר בניגון "אלי ציון"