והיה עקב תשמעון
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:04 pm
איך האב געהאט א מגיד שיעור וואס פלעגט זאגן עס איז דא הערן און עס איז דא "הערן" (מען דארף הערן צו הערן די חילוק)
מען קען הערן וואס א צוויטער זאגט אבער מען פרובירט נישט עכט פארשטיין יענעם מען הערט סתם
אבער הערן קען מיינט טיפער צו זיך אריינלייגען אין יענעםס מצב און באמת פארשטיין וואס ער זאגט
צו האבן א אמתע קניפ מיט א פריינד אדער לעבן באגלייטער דארף מען הערן יענעם נישט אויבעפלעכליך נאר מיט די גענצע הארץ
דאס אלעס איז פשוטע זאכן וואס יעדער מתחיל פארשטייט
אבער נאכדעם איז דא א טיפערע הערן פון דעם וואס דאס ברענגט גאר א טיפע קשר און א טיפער טעם אין לעבן בכלל
געווענליך ווען איינער הערט אויס דעם צווייטען איז דא איך וואס הערט אויס יענעם דאס הייסט מען הערט אויס יענעם און מען באטראכט וואס יענער זאגט צו עס איז לאגיש און צו עס איז אינטערעסאנט און ריכטיג
אבער מען קען אויך אויסהערן א צווייטען און מען לאזט יענעםס ווערטער אריינגיין אין זיך אהן קיין מחיצות און צוריקהאלט און מען לאזט יענעםס ווערטער דיר ממש איבערנעמען אזוי ווערט מען ממש איינס מיט יענעם און דער טעם און טיעפקייט וואס מען שפיערט דאמעלטס איז אין לשער
פארשטייט זיך אז א מענטש קען נישט לעבן אזוי בקביעות ווייל מען קען דאך נישט לאזן אז יעדער זאל מיר קענען איבענעמען
דער מענטש איז טאקע געבויעט מיט די אינסטינקט וואס שטייט וואך און לאזט איהם נישט ווערן אינגאנצן איבער גענומען פון א צווייטען
אבער פון צייט צו צייט מיט א גאר נאנטן וואס מען פארלאזט זיך אויף לוינט זיך עס צו עקספרימענטירען צו פיהלן א טיפערען טעם אין לעבן
נ.ב. די ארטיקעל איז געשריבען געווארען אינמיטן קינדער פרובירן צו רעדן צום טאטען אבער ער איז צו פארנומען געווען צו שרייבען וועגן הערן...
טיילווייז אינספירירט געווארען פונעם רבין'ס ווערטער
http://www.rabbisacks.org/spirituality-listening-ekev-5776/