בלאט 1 פון 1
משיח קומט... צו לויפען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:45 am
דורך ציבעלע-קיגל
שוין, אונז קענען פאקען פעק, משיח קומט צו לויפ'ן. ענליך איז א מוסד אויפגעקומען מיט תקנות פאר די קינדער און מיט אזעליכע תקנות מוז ער שוין משיח קומען. ממש מען פיהלט שוין די קדושה...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 12:09 pm
דורך פעינטער
מיי גאדנעס א גאנצע רעסעפי.....
וועלעכע מוסדות איז דעס??????
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 12:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
א חידוש אז ס'שטייט גארנישט איבער טייטע באקסערס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:01 pm
דורך געוואלדיג
ענק האבן געמיינט אז נאר אידן האבן א אידישע היימישע חן?!
געענדיגט מיט די צייטן! אכשר דרא, אויך גלעזער און שיך קענען האבן א היימישע חן,
Re: משיח קומט... צו לויפען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:06 pm
דורך יעלה ויבא
פעינטער האט געשריבן:מיי גאדנעס א גאנצע רעסעפי.....
וועלעכע מוסדות איז דעס??????
New square
lead, follow, or get out of the way
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:59 pm
דורך יואב
יעלה ויבא האט געשריבן:פעינטער האט געשריבן:מיי גאדנעס א גאנצע רעסעפי.....
וועלעכע מוסדות איז דעס??????
New square
lead, follow, or get out of the way
! HOLY crap
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:09 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א חידוש אז ס'שטייט גארנישט איבער טייטע באקסערס.
רויטע וואנצעס.: ייש"כ. ס'וועט נאך קומען א צייט פאר דעם אויך. די היימישע געשעפטן וועללן פארקויפן ר"ת גאטשעס אין קינדער סייזעס. און די רבי'ס און מנהלים וועללן בודק זיין אויב די תלמידים האבן די ריכטיגע מין גאטשעס...
דאס וועט געבן נאכמער ביזנעס פאר נחום...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 2:38 pm
דורך קלינג
מיר טוט זייער וויי דער צעטל מיט די תקנות, ווייל עס דערציילט אונז אביסל ווי שרעקליך געפאלן אונזער דור איז נעבעך. מיט א פערציג-פופציג יאר צוריק זענען די זאכן געווען דברים המובנים מאיליהם און אפילו די גוים האבן עס פארשטאנען אלס דברים פשוטים מאוד. מצד שני איז געשמאק צו זען ווי טאלעראנט אונזערע חכמים ונבונים זענען היינט, אין קאנטראסט צו אמאל, ווען מ'האט זיך געשטעלט אויף יעדן שטות און ארויסגעווארפן פון די מוסדות סתם פארן געבן אן איבעריגן אטעם.
למשל: קאפל אינגאנצן שווארץ. יעדער בר דעת פארשטייט אליין אז לעולם וואלטן די קאפלעך געדארפט זיין גענצליך קאלירלאז, נאר היות די נאנטסטע זאך צו קאלירלאז איז דורכזיכטיג, וואס קען ברענגען צו געוואלדיגע מכשולים דורכדעם וואס די האר פונעם קינד וועט זיך אנזען אויף די אויבערשטע טייל פונעם קאפל, האבן מיר מתקן געווען שווארץ, והמחמיר יחמירו עליו מן השמים.
כיוצא בו, דאס קאפל זאל זיין "גענוג גרויס עס זאל צודעקן רוב קאפ". אינדערהיים האט מען געפאדערט פונעם קאפל צוצודעקן דעם גאנצן קאפ און א שטיקל פונעם האלז ליתר פאר וכבוד. נאר די דורות זענען היינט נעבעך אזוי שוואך, אז מער ווי רוב קען מען נישט פארלאנגען. אבער רוב פארשטייט שוין יעדער. ווער וויל זיך דען ארומשפילן מיט אן איסור דאורייתא?
(יש אומרים אז די סיבה צו דעם "רוב" איז ווייל אנדערש וועט דער קאפל פארלירן דעם תואר "קאפל" און וועט אריינפאלן בגדר ספק העלמעט, ובכגון דא האבן חז"ל געזאגט "תפסת מרובא לא תפסת". אבער דאס זענען סתם צינישע מענטשן וואס פארגינען נישט א גוט ווארט פאר א צווייטן איד).
הארטע קאפלעך איז גויאיש ופשוט הוא, און ס'איז א חידוש אז די תוקני תקנות זאלן אונז דארפן אנזאגן ברחל בתך הקטנה אז אונזערע צאן קדשים זאלן נישט גיין אנגעטאן ווי די שקצים אין פאבליק סקול.
דער איסור אויף א קאפל בת ארבע סלייסעס דארף נישט קיין הסבר, ווייל אויסער דעם ענין פון זוגות איז "סלייס" פאר זיך א פראבלעם וויבאלד די סמ"כס פון "סלייס" זענען רינדעכיג און ביי א חתונה טאנצט מען אויך אין א רינג. (ווער עס פארשטייט נישט די שייכות זאל מוחל זיין תשובה טאן עי עס עי פי). עוד אפשר לפרש אז סלייס גראמט בדוחק מיט "בית". (פאר א הסבר זעט די פריערדיגע הערה).
העמדער דארפן זיין פארמאכט ביים האלז. דאס קומט קאמפענסירן אויף דעם גילוי בשר ושער וואס בלייבט איבער פונעם רוב-קאפ-צוגעדעקטן קאפל הנ"ל.
און וויי און ביטער איז צו אונזער דור אז אזא יסודות'דיגע צניעות ענין ווי קאלירן דארף א תקנה! אפילו די תקנה שלאחריה, נישט צו האבן קיין אפענעם העמד איבער א טי שוירט וכדומה, וואלטן אינדערהיים אפילו די גוים פארשטאנען.
"טייט"ע" הויז"ן אי"ז אוי"ך ממ"ש לעבנסוויכטי"ג וויי"ל דע"ר קוקע"ר קע"ן זי"ך נא"ך חליל"ה פארקוק"ן. צוויי מאל די גרויס פון די פיס איז געזאגט געווארן לקולא כמובן ולכתחילה זאלן די קינדערלאך קומען אין חדר איינגעהילט אין גאר ברייטע אוהלים. (והשאלה נשאלת פארוואס דוקא די "טייט"ע" הויזן האבן זוכה געווען צו אזעלכע נוסח בלע"ז שטרעכעלעך, ויש ליישב אז דאס איז א בחינה פון די פינטעלעך העכער "וישקהו" און קומט מרמז זיין אויף פארשידענע געהיימע ענינים וועמענס פשר קיינער האט נאכנישט באוויזן צו דערגיין).
שיך און גלעזער פרעימס דארפן האבן א "אידישן חן". ווי באקאנט פארקוקן זיך די כינעזער ארבעטער ביים פראדוצירן די אידיש-בא'חנ'טע שיך אויף גרויסע אש שחורה על גבי אש לבנה שויתי טעוועלעך, אנדערש ווי ביים פראדוצירן די נישט-אידישע בא'חנ'טע און אידישע נישט-בא'חנ'טע שיך, ווען זיי קלאצן סתם אויף די ווענט. ומכאן די אויסטערלישע חן מיט וואס די אידישע היימישע שיך זענען באשאנקען.
איין זאך וואס כ'האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין איז די סוגיא פון "פערמס". יעדער ווייסט די הארבקייט פון מאכן די פאות און בכלל פון צוזאמנעמען די פאות, אויף וואס די פריערדיגע האבן אזוי מרעיש עולמות געווען, און מען זעט טאקע קלאר ווי די סטרא אחרא האט דוקא א נאמען געגעבן "פערם" ס'זאל זיך אנהויבן מיטן אות פ' פונקט ווי פאות כדי אריינצונארן תמימי לב אין זיין זאק אריין. אבער אנשטאט אסר'ן פערמס וואלט מען געדארפט אריבערברענגען דאס עסק צו די קדושה און מתקן זיין אז יעדעס קינד זאל מאכן א ריווערס פערם, וואס זאל פארהארטעווען די הארלעך פון די פאות באופן צעפלויגן און צעפאטשקעט כראוי וכיאות פאר חסידישע קינדער וואס גייען מיט האלז-פארדעקטע העמדער און רוב-קאפ באהאלטענע גאר שווארצע קאפלעך.
איך בין זיכער אז ווען די חכמים ונבונים וואס האבן מיט אזויפיל קאפ און רגש אוועקגעשטעלט די מורא'דיגע תקנות וואלטן איינגעפירט דעם ריווערס פערם כנ"ל, וואלטן מיר תיכף ומיד אויסגעלייזט געווארן פונעם גלות הדעת און מיר וואלטן גראד פון דארטן, אזוי מיט די צעקנעפלטע העמדער איבער הערמעטיש פארשלאסענע קאלירלאזע טי שוירטס תיכף ארויפגעפלויגן לירושלים הבנוי'. עס וואלט אונז נישט איבערגעבליבן מער ווי צו בעטן משיח'ן צוצואווארטן עטליכע שעה, ביז דער ריווערס פערם שטויסט אריין מיטן פולסטן קראפט, כדי אונזערע קינדערלעך זאלן קענען אנטפאנגען די אבות הקדושים, וועלכע האבן פון אייביג אן ממש ממאס געווען אין צוזאמגענומענע פאות, מיט צעזייטע און צעשפרייטע פאה'לעך לארבע רוחות, ווי עס פאסט זיך פאר זרע ברך השם, תלמידים פון אונזער הייליגן מוסד.
(זיין מאמע'ס נאמען קען עמיצער?)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
"סלים פיט" איז בדיעבד ערלויבט... פאר "גאר דינע קינדער".... אשפ"ג!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:17 pm
דורך סימפל
פון כיתה א' און העכער טאר די העמד נישט האבן קיין האד... וואס פארשטייסטו נישט? זיי לערנען שוין א' ב'...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:49 pm
דורך פרייוויליג
זיי רעדן פון די נייע רינדיכיגע מאדערענע גלעזער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:14 pm
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:א חידוש אז ס'שטייט גארנישט איבער טייטע באקסערס.
רויטע וואנצעס.: ייש"כ. ס'וועט נאך קומען א צייט פאר דעם אויך. די היימישע געשעפטן וועללן פארקויפן ר"ת גאטשעס אין קינדער סייזעס. און די רבי'ס און מנהלים וועללן בודק זיין אויב די תלמידים האבן די ריכטיגע מין גאטשעס...
דאס וועט געבן נאכמער ביזנעס פאר נחום...!
מען וועט אויך בודק זיין ביים איבערלייגען... און טאמער ער האט דאס נישט ליגט ער דאך שוין גרייט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:43 pm
דורך פעינטער
יעלה ויבא האט געשריבן:פעינטער האט געשריבן:מיי גאדנעס א גאנצע רעסעפי.....
וועלעכע מוסדות איז דעס??????
New square
lead, follow, or get out of the way
אויב סיס סקווער פארשטייעך אפשר פארוואס א פערם איז אסור ווען מען איז עלטער ווייל מברויך מאכן די באלעטס פיאות (סקווערע פיאות בלע"ז)
Re: משיח קומט... צו לויפען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:55 pm
דורך לבלר
וויפעל יידישע שטיבער האט שיון די "באקאל פאסיק" ציבראכען. וד"ל
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:51 am
דורך ציבעלע-קיגל
קלינג האט געשריבן:הארטע קאפלעך איז גויאיש ופשוט הוא
קאפלעך גויאיש ? פונקט אזוי ווי אפאר חדשים צוריק איז ארום געגאנגען א קליפ פון א ריקארדינג פון איינער פון די גרויסע סאטמערע חכמים, איינער פון די מנהלים, וואס האט געזאגט אז נישט האבען א פלסטיק בייטל אויף די תפילין בייטל איז א גויאיש מנהג