בלאט 1 פון 2
iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:20 pm
דורך חד גדיא
מ'גרייט זיך פאר די עפל איווענט קומענדיגע סעפטעמבער 7 און מ'ערווארט די נייע אייפאן 7. לויט רעפארטס קומט נישט קיין גרויסע חידושים חוץ אראפנעמען די העדפאן פלאג און פארבעסערטע פאנקשענס.
אדער אפשר קומט יא א "היט" און דאס מאל איז געלונגען פאר עפל עס צו האלטן פאר א סוד?
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:40 pm
דורך טרויבן88
די סמארטפאון מארקעט האט שוין נישט ציפיל גרויסע חידושים... מען, מאכט נאר בעסער און בעסער וואס בעסער איז נישט א קלייניגייט
שנעלער און אפענע עפפס און אז אם כל זה זאל עס ארבייטן שנעל.
עפל האט גענומעל די מהלך פון סאפטווער מענעדזשמענט בשעת די ענדרויד לעזונג איז מער רעם
אבער באטערי איז א פראבלעם פאר ביידע.
און עפל האט בכלל נישט קיין גוטע סקרין (והא ראיה זיי האבן א ספעציעלע נאמען פאר זייער סקרין...) זייער סקרין'ס זענען hd וואס 1920×1080 אדער ווייניגער בשעת די גאלעקסי איז א 2k סקרין וואס איז 1440×2560 ... דא האבן זיי אריינצילייגן ארבעט
שנעל טשארשטן 3.0 האבן זיי אויך נישט.
אבער איין זאך זאכט מען אז דער דער 3.5 mm עירפאון גייט אפפליען... גרייטס ענק אן אויב עס איז אמת
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:41 pm
דורך טרויבן88
טרויבן88 האט געשריבן:די סמארטפאון מארקעט האט שוין נישט ציפיל גרויסע חידושים... מען, מאכט נאר בעסער און בעסער וואס בעסער איז נישט א קלייניגייט שנעלער און אפענע עפפס און אז אם כל זה זאל עס ארבייטן שנעל.
עפל האט גענומעל די מהלך פון סאפטווער מענעדזשמענט בשעת די ענדרויד לעזונג איז מער רעם אבער באטערי איז א פראבלעם פאר ביידע.
און עפל האט בכלל נישט קיין גוטע סקרין (והא ראיה זיי האבן א ספעציעלע נאמען פאר זייער סקרין...) זייער סקרין'ס זענען hd וואס 1920×1080 אדער ווייניגער בשעת די גאלעקסי איז א 2k סקרין וואס איז 1440×2560 ... דא האבן אריינצילייגן ארבעט
שנעל טשארשטן 3.0 האבן זיי אויך נישט.
אבער איין זאך זאכט מען אז דער דער 3.5 mm עירפאון גייט אפפליען... גרייטס ענק אן אויב עס איז אמת
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:46 pm
דורך ליפא
וואס קומט אנשטאט דע 3.5 פלאג?
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 9:48 pm
דורך טרויבן88
ליפא האט געשריבן:וואס קומט אנשטאט דע 3.5 פלאג?
עירפאון דורך די טשארטשער. אדער א טשארטשער מיט א 3.5 ממ אדאפטער
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:28 pm
דורך פליקער
אלע שטותים האבן זיי אינזין, פארוואס מאכן זיי נישט דעם טעלעפאון בעסער, קלארער אן אפגעהאקט ווערן, מה השם אלוקיך שואל מעימך א דיסענט פאון קאל, אן האלא הערסט מיך, א שווארץ יאא וועלכע סערוויס האסטו, מיין פאון צי דיין פאון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:34 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:וואס קומט אנשטאט דע 3.5 פלאג?
בלוטוט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
שלום, נישט ריכטיג. עס וועט זיין א צווייטע סארט קאנעקשאן.
ליפא האט געשריבן:וואס קומט אנשטאט דע 3.5 פלאג?
http://wccftech.com/apples-iphone-7-rep ... k-speaker/
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן:אלע שטותים האבן זיי אינזין, פארוואס מאכן זיי נישט דעם טעלעפאון בעסער, קלארער אן אפגעהאקט ווערן, מה השם אלוקיך שואל מעימך א דיסענט פאון קאל, אן האלא הערסט מיך, א שווארץ יאא וועלכע סערוויס האסטו, מיין פאון צי דיין פאון.
דו מיט דיינע אויסדרוקן... פאר די בוקס!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:24 am
דורך פעינטער
וואס וויל עפל מיט דעם אז זיי נעמען אראפ די עירפאנס פלאג? סיס אזוי סטאפיד.
זיי ווילען נאכמאכן סעמסאנג?
סעמסאנג ביי די געלעקסי 6 האבען זיי אראפ גענימען די עס די קארד אין יעדער האט זיך גערעגט משיגע פארוואס פארוואס....
אין ביי די 7 האבן זיי עס ציריק געלייגט אין יעדער איז פרייליך ביז גאר,
זעיט אויס אז עפל וויל טין די זעלבע אראפ נעמען עפעס זיי האבען נישט די עס די סלאט, אבער עפעס מיז מען טין דא. אהההה איז איינער אויפגעקימען מיט אן אנפאל געגאנגען אראפ מיט די עירפאנס דזעק!!!
הענגסט ענק אלע אינז זעמער עפל אין אינז קעמער טין וואס אימער אין יעדער וועט ווייטער קויפן
ווייל אינז זעמער עפל!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:11 am
דורך סימפל
פעינטער האט געשריבן:וואס וויל עפל מיט דעם אז זיי נעמען אראפ די עירפאנס פלאג? סיס אזוי סטאפיד.

די הויפט סיבה וואס עפל געט איז, די יעצטיגע עירפאון זשעק איז א גרויסע שטער צו מאכן די אייפאון דינער און לייכטער.
און פארגעס נישט עפל'ס ביזנעס מאדעל איז קיינמאל נישט געווען צו אויף קומען מיט זאכן וואס דער עולם פארלאנגט. זיי קומען אויף מיט זאכן וואס דו האסט נישט געדארפט ביז יעצט און פון היינט און ווייטער וועסטו נישט קענען לעבן אן דעם. עס איז נישט טראדישענל, אבער וועגן דעם זענען זיי עפל,
די וועלטס רייכסטע טעקנאלעזשי קאמפעני.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:21 am
דורך [NAMELESS]
ראיתי אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט אריינגעלייגט אזויפיל כח אין די 7 איז ווייל זיי קאנצעטרירען זיך אויפ'ן 8 וואס וועט זיין א חידוש עצום אפצוצייכענען 10 יאר פונעם אייפאון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 12:24 pm
דורך סימפל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ראיתי אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט אריינגעלייגט אזויפיל כח אין די 7 איז ווייל זיי קאנצעטרירען זיך אויפ'ן 8 וואס וועט זיין א חידוש עצום אפצוצייכענען 10 יאר פונעם אייפאון.
Wow! עס לאזט זיך נישט גלייבן עס איז נאך נישט קיין צען יאר. ווי אזוי די וועלט האט זיך געטוישט... וואס האט מען געטון פארדעם ווען מען האט געוואלט שיקן וואויסנאוט? מען האט געדארפט געהעריג רופן און ווארטן פאר די ענסערינג מאשין?...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:40 pm
דורך פליקער
סימפל האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:ראיתי אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט אריינגעלייגט אזויפיל כח אין די 7 איז ווייל זיי קאנצעטרירען זיך אויפ'ן 8 וואס וועט זיין א חידוש עצום אפצוצייכענען 10 יאר פונעם אייפאון.
Wow! עס לאזט זיך נישט גלייבן עס איז נאך נישט קיין צען יאר. ווי אזוי די וועלט האט זיך געטוישט... וואס האט מען געטון פארדעם ווען מען האט געוואלט שיקן וואויסנאוט? מען האט געדארפט געהעריג רופן און ווארטן פאר די ענסערינג מאשין?...
נע דאן האט מען ג'פריפריפט אויפן נעקסטעל, און אינמיטן שומענעסרע האט זיך געהערט א נקיבה פריפן, פליקי!! קום נישט אהיים אן מילך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:56 pm
דורך סימפל
פליקער האט געשריבן:סימפל האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:ראיתי אז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט אריינגעלייגט אזויפיל כח אין די 7 איז ווייל זיי קאנצעטרירען זיך אויפ'ן 8 וואס וועט זיין א חידוש עצום אפצוצייכענען 10 יאר פונעם אייפאון.
Wow! עס לאזט זיך נישט גלייבן עס איז נאך נישט קיין צען יאר. ווי אזוי די וועלט האט זיך געטוישט... וואס האט מען געטון פארדעם ווען מען האט געוואלט שיקן וואויסנאוט? מען האט געדארפט געהעריג רופן און ווארטן פאר די ענסערינג מאשין?...
נע דאן האט מען ג'פריפריפט אויפן נעקסטעל, און אינמיטן שומענעסרע האט זיך געהערט א נקיבה פריפן, פליקי!! קום נישט אהיים אן מילך
נע נאך פאר מיין צייט, כאב פארפאסט... און וואס איז געווען די אויספיר? ביסט טאקע נישט אהיים געגאנגן?...
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:59 pm
דורך פליקער
די רעספאנץ איז געווען טיפיקאל, נאָ ני נאַ נע שאאאא גייסט צום רבי'ן
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 9:02 am
דורך סביב העולם
הייסטעס אז סעפטעמבער 6 קימט עפל ארויס מיט iOS10
נישטא דארט קיין גרויסע חידושים אביסל א טויש אין די דיזיין אביסל אין Photos אין אסאך פיטשיקעס ציגלייגט צו iMessages
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 9:24 am
דורך כלבאשבוע
פעינטער האט געשריבן:סעמסאנג ביי די געלעקסי 6 האבען זיי אראפ גענימען די עס די קארד אין יעדער האט זיך גערעגט משיגע פארוואס פארוואס....
אין ביי די 7 האבן זיי עס ציריק געלייגט אין יעדער איז פרייליך ביז גאר,
אוי איז פרייליך ביז גאר:
http://www.theverge.com/2016/9/2/127676 ... -fire-risk
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:31 pm
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:פעינטער האט געשריבן:סעמסאנג ביי די געלעקסי 6 האבען זיי אראפ גענימען די עס די קארד אין יעדער האט זיך גערעגט משיגע פארוואס פארוואס....
אין ביי די 7 האבן זיי עס ציריק געלייגט אין יעדער איז פרייליך ביז גאר,
אוי איז פרייליך ביז גאר:
http://www.theverge.com/2016/9/2/127676 ... -fire-risk
גראדע זענען די ריוויוס געווען גאר פאזעטיוו וען די נאוט 7 איז ארויסגעקומען,
Sent from my SM-G930T using Tapatalk
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:34 pm
דורך טרויבן88
פעינטער האט געשריבן:וואס וויל עפל מיט דעם אז זיי נעמען אראפ די עירפאנס פלאג? סיס אזוי סטאפיד.
זיי ווילען נאכמאכן סעמסאנג?
סעמסאנג ביי די געלעקסי 6 האבען זיי אראפ גענימען די עס די קארד אין יעדער האט זיך גערעגט משיגע פארוואס פארוואס....
אין ביי די 7 האבן זיי עס ציריק געלייגט אין יעדער איז פרייליך ביז גאר,
זעיט אויס אז עפל וויל טין די זעלבע אראפ נעמען עפעס זיי האבען נישט די עס די סלאט, אבער עפעס מיז מען טין דא. אהההה איז איינער אויפגעקימען מיט אן אנפאל געגאנגען אראפ מיט די עירפאנס דזעק!!!
הענגסט ענק אלע אינז זעמער עפל אין אינז קעמער טין וואס אימער אין יעדער וועט ווייטער קויפן
ווייל אינז זעמער עפל!!
מען קריגט זיך ארום איבער דעם דזשעק... אינטעל האלט מען דארף דאס אראפנעמען איינס ווייל די פלאץ פון די דזשעק קען מען מאכן גינער די פאון... אין אינטעל זאגט אז מען קען ארויסגעבן בעסערע סאונד. און בכלל זענען שוין דא 4 אדער מער סמארטפאוןס אן די 3.5 ממ דזשעק. דא האט איר בייגעלייגט א ווידיא איבער דעם עירפאון זייער אירפארמאטיוו טשעקט עס אויס
https://www.youtube.com/shared?ci=Q7ex4BFsXns
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:19 am
דורך טרויבן88
נייע דעטאלןאיבער די אייפאון 7... פאר די וואס האבן ליב טעכנעלאגיע.
עס וועט זיין א 3 גיג רעם מאדעל
אויך וועט זיין א 256 גיג מאדעל
און מען וועט נישט קענעם באקומען א 16 גיג מאדעל
און די קעמערע וועט האבן 2 לענסעס
די פראסעסער וועט זיין ביי 2.45ghz.
און 4 לעד לעקטערס פאר די קאמערע 2 ווייסע און 2 געלע
Re: iPhone 7 - סעפטעמבער 7
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:53 am
דורך געשווינד
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:23 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
גאנץ גרויסע חידושים אין די iPhone 7,
קודם וועט עס זיין water resistant
אויך וועט די קעמרא זיין מוראדיג קלאר מיט שטארקע חידושים אין עולם הקעמרא.
אויך וועט עס זיין צו באקומען אין א נייע סארט שיינעדיג שווארץ.
אין נישט פארגעסן די ספיקערס וועט זיין דאבעל אזוי קלאר
אין די earphones וועלן זיין wireless