געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שפאצירט זיך א מענטש עלנד אליין אין א מדבר באטרעטנדיג שהחיינו'דיגע באדנ'ס וואס א ילוד אשה האט נאך קיינמאהל באטראטן.
מיטאמאהל! באמערקט ער א מאדנע אביעקט אויף דער ערד... איר האט צוגעטראפן מיינט איר? ניין! נישט קיין זייגער'ל.. (סארי טו דיסאפאונט יו..)
ער טרעפט א Acorn.
א דעמבניסל, דאס וואס קאטשקעס עסן, די רינדעכיגע ברוין/גרינע מיט אזא שעל-קעפל מיט העקעלעך.
"וואו קומט אהער א דעמבניסל? ווער האט דאס געמאכט?" טראכט ער צו זיך. "פון זיך אליינס קומט דאס נישט," ס'מוז זיין בע"כ אז ס'דא אין געגענט א פאבריק וואס פראדוצירט Acorns , זיי שטעלן צוזאם קערנדלעך מיט ברוינליכע מאטעריאל דערנאך לייגן זיי ארויף א הארטע באשטאנדטייל, פארבן דאס ברוין/גרין לייגן ארויף א שפיץ און שיקן דאס ווייטער.
"איינע האט מסתמא געלאנדעט אטא דא..."
טראכט צו זיך אונזער עקספאדיציאנער, "אזוי מוז מען זאגן! ס'קען דאך נישט זיין אז אז....ס'איז סתם ארויסגעוואקסן פון דער ערד.
נו.. וואלט ער ווען יא געטראפן א זייגער'ל ווי די לעגענדע נויגט, וואלט דאס זיך יא געלייגט אויפן שכל? פארוואס דאן יא?
די תירוץ דערויף איז פשוט, ווייל ער האט א ידיעה קדומה אז זייגערס מאכט מען אין פאבריק, און די זייגער'ל דא אין מדבר איז מן הסתם נישט אנדערש פון א יעדע אנדערע זייגער וואס ער האט באגעגנט ביז איצט משא"כ דעמבניסלעך, ווייסט יעדער איינער אז ס'וואקסט אויף א בוים און ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'מאכט דאס אין א פאבריק. כאטשיג ביידע זענען הערליך דיזיינט.
דאס ברענגט אונז אריין אין דעם ויכוח צו אינטעליזשענט דיזיין מעג ווערן אנגערופן סייענס.
די סייענס אינסטוטוציע איז בעצם א גרופע וואס האט אויף זיך, פיר הונדערט יאר צוריק, אנגענומען א פליכט צו נאכפארשן די אניווערס ווי אזוי ס'לאזט זיך אבזערווירן. זיי האבן געמאכט שטאטוטן ווי אזוי א געפינס איז פעליג צו ווערן אנגענומען אלס א סייענטיפישע פאקט/טעאריע וכו'. א יעדע מסתבר'דיגע טעאריע ווי גוט ס'זאל נאר נישט זיין, דארף דורכמאכן די טעסט וואס די אינסטוטוציע האט ארויפגעלייגט. תקנות המקום...
"אינטעליזשענט דיזיין'' האט פשוט נישט דורכגעמאכט די מבחן, די טעסט, בעצם קען דאס נישט אין דעפיניציע דורכמאכן די טעסט.
"איך ווייס נישט ווי אזוי, ס'מוז זיין עפעס העכערס, עפעס א סופערפואער, וואס דען אויב נישט דאס,'' איז נישט קיין סייענטיפישע פארמולע, און בעצם א סתירה דערצו.
וויפיל מ'זאל דעבאטירן אז די סייענטיפישע באנדע זענען כופרים וואס ווילן פשוט אויסרייסן יעדן שמץ פון א העכערן כח (און ס'איז אודאי דא אזעלכע וואס ווילן) וועט דאס נישט אוועקנעמען די פשוט'ע פאקט אז אינטעליזשענט דיזיין ווי שטארק מסתבר ס'זאל נאר נישט זיין קומט נישט נאך די תקנות פון דעם סייענטישע פורום.
א פארהייראטער מאן וואס ארבייט אין א מאדעלינג פירמע, ער דארף קלייבן צווישן א ליינ-אפ פון מוידן וועלכע זענען פאסיג צו ווערן אנגענומען אלס א מאדעל, קומט אהיים נאך א טאג ארבייט וואו זיין ווייב ווארט אים אפ מיט א שמייכל, ער זאגט איר "מיין טייערע זיסע ווייב, ביסט דאך די שענסטע זאך וואס איך פארמאג אויף דער וועלט." מיינט דאס דען צו זאגן אז זי קומט נאך די פארשריפטן און ער וואלט איר בוחר געווען ביי אים אין גאלעריע צווישן די הימל-שרייענדע שיינקייטן?
אינטעליזשענט דיזיין זאגט:
סייענס ווייסט נישט ווי אזוי די קודינג פון די גענע'ס DNA, א העכסט סאפיסטיקירסטע פראגראם מיט בוכשטאבן, א אונטערליגענדע באהאלטענע קוד-שפראך RNA נאך מער קאמפליצירט ווי די קאמפליצירסטע פראגראם וואס איז אמאהל געשריבן געווארן, קען בכלל צושטאנדקומען נאטורליך, דעריבער "מוז" זיין אז א העכערע כח האט דאס געמאכט.
סייענס זאגט:
אונז ווייסן טאקע נישט ווי אזוי דאס געשעט (דערווייל), איר זאגט א העכערע כח א דיזיינער? קען זיין, אבער דאס וועל איך איבערשמוסן אינדערהיים מיט מיין ווייב צווישן אלע אנדערע אינטערסאנטע עניינים העומדים על הפרק, אבער דא אין מיין לאבערטאריע איז דא א סיסטעם ווי אזוי געפינסן ווערן אקצעפטירט, און אינטעליזשענט דיזיין פונקט ווי אלע אנדערע טעאריעס זאל זיך שטעלן אין די שורה און דורכגיין די פראצעדור וואס די סייענטישע שטאטוטן פארלאנגט אז ס'זאל ווערן אנגענומען. איי קינד און קייט ווייסט דאך אז א קאמפיוטער פראגראם שרייבט זיך נישט פון זיך אליינס, יא אבער א Acorn מאכט מען אויך נישט אין קיין זייגער פאבריק, נישט אז מיר האבן עפעס קעגן דיזיין, אדער מיר שליסן דאס אויס בכלליות.
די אנטאנום פון סייענס איז "איני יודע" און נישט אינטעליזשענט דיזיין, זאל אפילו א יעדע איינציגע סייענטיפישע באווייז מיט גאנץ עוואלוציע אינאיינעם ווערן אפגעפרעגט, וועט דאס נישט מעלה ומוריד זיין אויפן אוטענטישקייט פון אינטעליזשענט דיזיין אדער וועלכע אנדערע סברא, אין דעם סייענטיפישע פעלד.
די איינדרוק אז סייענס וויל פשוט נישט אננעמען דיזיין ווייל זיי האבן מורא פון א העכערן כח האט א געוויסע אמת אין זיך. ס'איז דא אזעלכע וואס האבן אויף זיך גענומען די ראלע אפצושלאגן אינטעליזשענט דיזיין אלס א פשוט'ע שטות וואס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל אין קיין שום ז'אנרע אדער פאראדיגמע. דאס הייצט אן די געמיטער מיט אומנויטיגע ויכוחים מיט די טעאלאגן ווי יעדע צד וויל דעם אנדערן איינשלינגען לעבעדיגערהייט.
דער אמת איז אבער אז ס'מוז נישט זיין אזוי, אינטעליזשענט דיזיין מעג דעבאטירט ווערן אלס אן אלגעמיינער אנגענומענע טעאריע עכ"פ ווילאנג ס'איז נישט פארהאן בעסערע באווייזן דאס אפצווענדן, ווייל ווי געזאגט א סייענטיסט מעג אננעמען פריוואט די שיטה פון אינטעליזשענט דיזיין און ס'איז באמת דא א פופצן פראצענט גלויביגע סייענטיסט וואס דאס אליינס איז גענוג אנצודייטן אז סייענס האט נישט באוויזן אויסצורייסן גאט פון דעם בילד. אבער פון דא ביז א שפרונג אריין אין לאבערטאריע איז, ווי געזאגט, שוין אן אנדערע מעשה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ש'כח מאטי.
אויב די אויפריכטיגע תשובה פון א סייענטיסט צו א"ד איז "קען זיין, אבער נישט סייענטיפיש אין לאבאטאריע" אלזא איז פארוואס שטייען די גלויביגע סייענטיסטן בלויז ביי פופצן פראצענט? אויב סייענס זאגט בלויז אז "ס'איז נישט מוכרח", פארוואס זענען פינף און אכציג פראצענט נוטה צו זאגן "מוכרח אז נישט"? דאס קלינגט מער כאילו סייענס האט עפעס אן "אנטי" א"ד ארגומענט, נישט בלויז פאסיוו.
כ'האב מיין אייגענע הסבר אויף דעם, און ס'ליגט מעגליך ציווישן דיינע שורות, אבער איך וויל קודם הערן פון דיר, ס'שיינט האסט עס היבש דורכגעטוהן.
אויב די אויפריכטיגע תשובה פון א סייענטיסט צו א"ד איז "קען זיין, אבער נישט סייענטיפיש אין לאבאטאריע" אלזא איז פארוואס שטייען די גלויביגע סייענטיסטן בלויז ביי פופצן פראצענט? אויב סייענס זאגט בלויז אז "ס'איז נישט מוכרח", פארוואס זענען פינף און אכציג פראצענט נוטה צו זאגן "מוכרח אז נישט"? דאס קלינגט מער כאילו סייענס האט עפעס אן "אנטי" א"ד ארגומענט, נישט בלויז פאסיוו.
כ'האב מיין אייגענע הסבר אויף דעם, און ס'ליגט מעגליך ציווישן דיינע שורות, אבער איך וויל קודם הערן פון דיר, ס'שיינט האסט עס היבש דורכגעטוהן.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ריכטיג האט געשריבן:ש'כח מאטי.
אויב די אויפריכטיגע תשובה פון א סייענטיסט צו א"ד איז "קען זיין, אבער נישט סייענטיפיש אין לאבאטאריע" אלזא איז פארוואס שטייען די גלויביגע סייענטיסטן בלויז ביי פופצן פראצענט? אויב סייענס זאגט בלויז אז "ס'איז נישט מוכרח", פארוואס זענען פינף און אכציג פראצענט נוטה צו זאגן "מוכרח אז נישט"? דאס קלינגט מער כאילו סייענס האט עפעס אן "אנטי" א"ד ארגומענט, נישט בלויז פאסיוו.
כ'האב מיין אייגענע הסבר אויף דעם, און ס'ליגט מעגליך ציווישן דיינע שורות, אבער איך וויל קודם הערן פון דיר, ס'שיינט האסט עס היבש דורכגעטוהן.
ערשטנ'ס, די וועג ווי אזוי א סייענטיסט באציט זיך צום נושא פון א"ד לגבי סייענס מוז בככל נישט אפשפיגלן פערזענליכע אנשויאונגן וואס קען נעמען ווארצלן פון א געוויסע אויפברענגונג, כאראקטער, געפיל א.ד.ג.
פארוואס אזא גרויסע צאל אומגלויביגע? ס'דארף אביסל א ברייטערע דעפיניציע אויפן טערמין "אטאעיסט."
געווענטליך א סייענטיסט, אן אינטעלעקטואלע מענטש וואס טראכט ברייט אנע דעות קדומות וועט קיינמאהל נישט אויסשליסן מיט א זיכערקייט א מעגליכקייט וואס איז בעצם נישט מעגליך ס'זאל ווערן אויפגעוויזן שליליות'דיג. רעדנדיג וועגן די נושא פון אמונה וואס איז אן קיין ספק נישט מעגליך אויפווייזן.
אלזא די שאלה איז וויפיל דגוש אזא איינער לייגט אין טאג טעגליכן לעבן אויף א ספעציפישע מעגליכקייט, סקעפטיציזם האט דאך נישט קיין שיעור, מ'מוז נעמען ריזיקעס אין לעבן. איז אזוי, איינער וואס מאכט זיך נישט צו טאן אין טאג טעגליכן לעבן מיט די מעגליכקייט אז ס'דא א גאט, נישט אז ער שליסט דאס אויס, נאר ער באגייט זיך נישט דערמיט אלס א מיטל וואס זאל אויסמאכן ביי אים פערזענליך אין סיי וועלכן החלטה אין זיין לעבן, פארדינט זיך דעם טיטל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
הערליכע שיינע תגובה!! [tag]מאטי[/tag]
לאמיר ממשיך זיין די משל, ער טרעפט די דעמבניסל און טאקע וויבאלד ער האט נישט קיין ידיעה קדומה אז דאס ווערט געמאכט אין א פאבריק האט ער ספיקות. א זייגער וואלט ער אן קיין ספק געוויסט אז דאס וואקסט נישט ארויס פונעם ערד קוגל. אבער א דעמבניסל? אפשר יא? אצינד וועט דער מענטש מאכן פארשריט און געוואויר ווערן אז די רינדעכיגע ברוינע שעל איז עפעס וואס מאכט עסן וואקסען, און אין א מדבר קען דאך נישט וואקסן, מוז זיין אז עמיצער האט עס אהינגעלייגט.
און טאקע, עס מיינט נישט אז אויב איך האב קשיות אויף א"ד קען דאס אייניג דעבאטירט ווערן מיט אנדערע טעאריעס, ווייל דער וואס האט געטראפן א דעמבניסל האט אויך קודם געדארפט געוואויר ווערן וואס דאס איז.
מיין נקודה איז, אז א"ד איז נישט גלייך צו אנדערע זאכן. ד"ה: דו מעגסט האבן יסודיות'דיגע קשיות דערויף (למשל וויאזוי א דעמבניסל איז אנגעקומען אין מדבר) אבער די תירוצים און אויפווייזונגען זענען אסאך שטערקער. קשיות אויף א"ד שטעלט אים נאכנישט אין ליין מיט אנדערע.

גוט געענטפערט מאטי.
איך האב געטראכט צו מסביר זיין אביסל מער פסיכאלאגיש, געווענליך א מענטש וואס זיין גאנצע עסק איז אין א געוויסע מקצוע באקומט א שטארקע צוגעבינדענקייט צו די זאך און ס'איז איהם שווער מקבל זיין אז זיין מהלך איז נישט עקסלוסיוו. מלה"ד א חרדישע תלמוד חכם וואס הארעוועט יארן לאנג בים התלמוד באימה וביראה מיט רעספעקט צו חז"ל וועט שווער זיין פאר איהם מקבל צו זיין אז חז"ל האבן נישט געוואוסט אלעס און זיי האבן זיך געקענט טועה זיין בעניני הטבע וכדו' ווייל ער שפירט ווי עס רירט צו זיין פינטעלע הארץ: מעלת קדושת חז"ל. די זעלבע מיט א סייענטיסט, ער ארבעט יארן מיט א געוויסע מעטאד וואס שטעלט איהם פעסט וואס איז ריכטיג, ס'דעוועלעפט איהם אזא געבינדענקייט צו די מהלך און ס'איז שווער פאר אזא איינעם צו דערהערן אז אביעקטיווערהייט קען מען זאגן אז אפילו זאכן וואס קענען נישט געפראווט ווערן מיט דעם מעטאד נאר זיי זענען בלויז א מילתא דמאוד מסתברא - דוגמת א"ד - איז מעגליך אויך אמת, פארפאלן, ער איז צוגעבינדן צו אימפיריציזם. דאס איז למעשה אביסל פארקערט ווי דו טענה'סט אז דער סייענטיסט האט געווענליך נישט קיין דעות קדומות, אימפיריציזם איז זיין דעה קדומה. דער פיליזאף איז מסתמא מער אפן ווי דער סייענטיסט צו אנדערע מיינונגען, און ביי זיי זעהט מען טאקע מער אפנקייט צו אזא טענה ווי א"ד.
שטעל זיך פאר אז ס'שטעלט זיך איין טאג ארויס קליפ און קלאר (משיח קומט און שטעלט דאס פעסט) אז קריעציניזם איז דער אמת און די אלע אפאלעגעטישע דוחקים וואס מען במשך די יארן גענוצט דאס צו פארענטפערן איז גאר דער ארגינעלע אמת, די שווערסטע אכזבה וועט האבן דער ביאלאגיסט, ער וועט דא ברויכן אוועקווארפן יארן הארעוואניע איבער פאלשע טעקסטבוכער, פארשטייסט די נקודה?

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
מאטי האט געשריבן:די תירוץ דערויף איז פשוט, ווייל ער האט א ידיעה קדומה אז זייגערס מאכט מען אין פאבריק, און די זייגער'ל דא אין מדבר איז מן הסתם נישט אנדערש פון א יעדע אנדערע זייגער וואס ער האט באגעגנט ביז איצט משא"כ דעמבניסלעך, ווייסט יעדער איינער אז ס'וואקסט אויף א בוים און ס'איז נאריש צו טראכטן אז מ'מאכט דאס אין א פאבריק. כאטשיג ביידע זענען הערליך דיזיינט.
שפאצירט זיך דער מענטש ווייטער אליין אין א מדבר און דאס מאל טרעפעט ער דאס אים געראכטענס, נישט מער און נישט ווייניגער א צאםלייג פין שטיינער אויף א מאדענעם אופן
איין שירה איז דא 1 שטיין X
די צווייטע שירה הארט דענעבן 2 שטיינער
דענאך 4
אינטער דעם 8
16
32
64
128
יעצט איז ער ממש פארלוירן - ער ווייסט נישט, און וועט קיינמאל נישט וויסען, ווער האט דאס אהערגעשטעלט - אזאנס האט ער נאך קיינמאל נישט געזען
ער פרעגט שוין נישט ווער האט דאס אהערגעשטעלט
ער פרעגט נאר וואו אזוי
איז דאס דא זיין א פארצאפאל אדער א זאך וואס איינער האט אויסגעפלאנט
ותו לא מידי.
אזוי פארלוירענערהייט קימט ער אויף מיט אן היפאטעסעס וואס זאגט
א זאך וואס ס'פעלט אויס דאס צי פלאנען קען נישט ווערן נאר דארך א פלאנער
אדער
א זאך וואס וואס דאס אהער צישטלען פעלט אויס ידיעות קען נישט ווערן ערצייגט נאר דארך איינער וואס האט די ידיעות
דאס איז זיין ידיעה קדומה אבער ער וויל דאס טרייען צי פאלסעפייען דארך scientific rigor
[tag]מאטי[/tag], ער איז קאנפאזיאזד, ער ווייסט נישט אויב ס'איז סיינעטיפיש אויסגעהאלטן דאס צי פרעגן, מעג מען דאס שטעלן צי די מבחן?
אויך האט ער זייער מורא אז נאכן פרעגן אזא חקירה צי מען וועט אים נאך בכלל לאזן האלטן זיין קעריער אלס סייענטיסט, אדער וועט ער זיין אין חרם
אזוי וואו סאיז געשען צי אסך פין זיינע חברים
אגב, זיין שפאציר אין מדבר האט זיך נישט דא גענדיקט, אבער ס'איז געווארן שבת האט ער זיך דא אפגעשטעלט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
סעפט 11 - מענייני דיומא
5 ערעפלאנען קראכן אריין אין בניינים, לאמר זאגן אז מיר האבן נישט געהאט קיין שום ידיעה קדימה אז ערעפלאנען זאלן געניצט ווערן אויף אזא אופן
וואס האט אינז געמאכט טראכטען אז דאס איז געפלאנט? וואס האט אינז געזאגט אז דאס איז ביי דיזיין און נישט קיין עקסידענט?
איז דאס ווייל ס'איז 5 און נישט 1?
Occam's razor ?
ווייל מיר זעען א ציל (אינטער ברענגען די עמעריקאנער שטאלץ)

ריכטיג האט געשריבן:אויב די אויפריכטיגע תשובה פון א סייענטיסט צו א"ד איז "קען זיין, אבער נישט סייענטיפיש אין לאבאטאריע" אלזא איז פארוואס שטייען די גלויביגע סייענטיסטן בלויז ביי פופצן פראצענט?
פשוט, ווייל זיי האבן אן אנדער הסבר וואו אזוי דער וועלט איז דא!
אמאל איז געווען דריי אפשענס (אחוץ זאגן איך ווייס נישט)
1. די וועלט איז אייביג געווען
2. איינער וואס ווייסט וואס ער טוט האט דאס דיזיינד
3. סהאט זיך אליין געמאכט
מיט די ביג בענג איז אפציע 1 ציבלאזען געווארן און געפלאצט
איז איבער געבליבן איינס פין די צוויי אדער דיזיינד אדער נישט
דו סייענטיפישע וועלט איז נישט גרייט געווען אנצינעמן אפציער 3 אז די וועלט האט זיך אליין געמאכט
ווען דארווין איז ארויסגעקימען מיט זיין The Origin of Species איז ער נישט גענימען געווארן ערענסט דארך די סייענטיפישע קאמיאנעטי, ס'האט גענימען יארן ביז וואו לאנג דאס האט זיך געזעצט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
ס'פארא היסטארישע שטותים. עוואלושן איז געווארן פאפולער ממש פונעם טאג וואס דער בוך איז ארויסגעקומען, דארווין אליין האט נישט געחלומ'ט ווי גרינג און שנעל זיין דעת וועט נתקבל ווערן ביי אלע סייענטיסטן.
ווען טשארלס דארווין איז געשטארבן איז ער שוין געווען פאררעכנט אלס דער גרעסטער סייענטיסט וואס האט נאר אמאל געלעבט נאך אייזיק ניוטון, און מען האט אים טאקע געלייגט לעבן אים.
דארווין איז געשטארבן 1882 זיין בוך איז ארויסגעקומען אין 1859, דריי און צוואנציג יאר פריער.

הקטן, איך פארשטיי נישט אייער תשובה. א"ד איז א טענה עפ"י סברא וואס סיי וואספארא מהלך דארף זיך ספראווען דערמיט, אפילו מהלך 3. מאטי האט דא מסביר געווען אז די סיבה פארוואס דאס איז נישט אנגענומען אין סייענס איז ווייל ס'קען נישט געפראווט ווערן דורך די סייענטיפישע מעטאד מילא בלייבט דאס א סברא חיצונה לויט זיי, עם כל הסתברותו, און די סייענטיפישע וועלט איז נייטראל דערצו. האב איך געפרעגט אם כן וואלט דאך דאס געדארפט זיין אנגענומען עפעס מער ווי פופצן פראצענט, אזויווי יעדע נייטראלע מסתבר'דיגע זאך.
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
דער ביג בענג טעאריע איז נישט ממש אז דער וועלט האט זיך אליין באשאפן נאר וויאזוי עס איז באשאפען געווארען
בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען
בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
ריכטיג האט געשריבן:הקטן, איך פארשטיי נישט אייער תשובה. א"ד איז א טענה עפ"י סברא וואס סיי וואספארא מהלך דארף זיך ספראווען דערמיט, אפילו מהלך 3. מאטי האט דא מסביר געווען אז די סיבה פארוואס דאס איז נישט אנגענומען אין סייענס איז ווייל ס'קען נישט געפראווט ווערן דורך די סייענטיפישע מעטאד מילא בלייבט דאס א סברא חיצונה לויט זיי, עם כל הסתברותו, און די סייענטיפישע וועלט איז נייטראל דערצו. האב איך געפרעגט אם כן וואלט דאך דאס געדארפט זיין אנגענומען עפעס מער ווי פופצן פראצענט, אזויווי יעדע נייטראלע מסתבר'דיגע זאך.
על פי האמת ביסטו גערעכט אבער היות רוב מענטשן גלייבען צוליעב אומוויסנהייט ווייל זיי פארשטייען נישט די פיזיקס איז גרינגער צו זאגן אזוי איז עס באשאפען און פארטיג וועגן דעם ווען זיי פארשטייען יא געוויסע פרטים הערן זיי אויף צו גלייבען אבער באמת איז דער נישט פארשטיין נישט קיין סיבה צו גלייבן ממילא דארף עס ביי א רעכט דענקענדע מענטש נישט אויסמאכן צו פיהל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ריכטיג האט געשריבן:הקטן, איך פארשטיי נישט אייער תשובה. א"ד איז א טענה עפ"י סברא וואס סיי וואספארא מהלך דארף זיך ספראווען דערמיט
דיזיין מיינט א דיזיינער פין אינדרויסן מיט א פלאן וואס ער וויל פין פריער.
אויב עפעס מאכט זיך פין זיך אליין איז נישט מעליך אז דאס זאל זיך דיזיינען, ווייל ער איז נאך נישט דא ער זאל זיך קענען דיזיינען. דאס איז א דירעקעט סתירה מיט מהלך 3
ריכטיג האט געשריבן:מאטי האט דא מסביר געווען אז די סיבה פארוואס דאס איז נישט אנגענומען אין סייענס איז ווייל ס'קען נישט געפראווט ווערן דורך די סייענטיפישע מעטאד מילא בלייבט דאס א סברא חיצונה לויט זיי, עם כל הסתברותו.
במחילת כבודו, איז ער נישט גערעכט די סייענטיפק מעטאד איז נישט נאר אויף זאכן וואס לאזען זיך מעסטן און די לעב ס'איז אויך שייך צי עקסטרעפעלטען אדער אינפערן ניצען לאגיק.
און וואו איך האבן אויווען געשריבן סאיז מעגליך צי שטעלן צי די טעסט די טעאריע
א זאך וואס ס'פעלט אויס דאס צי פלאנען קען נישט ווערן נאר דארך א פלאנער
קיינער הייסט דיר נישט זאגן ווער דער פלאנער איז, מיסט נאך נישט וויסען
און אפילה איך זאל קימען צי א מסקנה אז דאס איז עפעס וואס לאזט זיך בכלל נישט מעסטען איז דאס אויך נישט קיין סתירה מיט סייענס
סייענטיסטען קענען און מעגן קימען צי קלארע מסקנה אז ס'איז דא אזא זאך וואו קאנשעסנעס אדער גילטי פילינג חאטש עס לאזט זיך בכלל נישט מעסטען און די לעב.
ריכטיג האט געשריבן:מאטי האט דא מסביר [געווען אז] די סייענטיפישע וועלט איז נייטראל דערצו.
דאס איז אויך א טעות זיינער, דאס איז נאר אמת פאר די וואס נעמען נישט אן מהלך 3 און פארפען אפ דארווין
דארווין האט אהער געשטעלט מהלך 3 פאר א מהלך - זאכן מאכן זיך פין זיך אליין! - סערווייוועל אף די פיטעס - איז ווער דארף א דיזיינער?
ס'איז דא גלייביגע סייענטיסטען וואס גלייבן אין א דיזיינער מכח זייער גלייבינג און נעמען אויך אן דארווין אבער דאן איז שוין א דיזיינער בכלל נישט קיין סברה ווייל ס'פעלט שוין נישט אויס
אויב וויל זיך דיר עפעס פרעגן איז דאס ליבערשט פארוואס האט דער רוב סייענטיפישע וועלט אנגענימען דארווין.
וואו שוין אויבן געשריבן איז פין אנפאנג האט דער עולם נישט מיטגעהאלטן מיט דארווין, שפעטער (1872 בערך) האט די ווינט שוין יא געבלאזען אויף זיין זייט און ס'איז געווארען פארקערט רוב זענען געווען מיט אים
הגם ס'איז נישט באקאנט סיי וואספארא חידישים ס'איז אפיר געקימען צווישען 1860 און 1870 (ווען יא וואלט דאס דארווין געשריבן)
אויף אזוי ווייט האט דאס זיך געטוישט אז די סייענטיפישער וועלט האט געטרייט מיט אלע כוחת צי צענזערירען די פאקט אז אנפאנג האט זיין מהלך נישט געהאט קיין נאכפאלגערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
mevakesh האט געשריבן:דער ביג בענג טעאריע איז נישט ממש אז דער וועלט האט זיך אליין באשאפן נאר וויאזוי עס איז באשאפען געווארען
דער ביג בענג נעמט נישט קיין שטעלאנג און מהלך 2 אדער 3
ס'ציווראפט אבער יא דאס וואס דו רוב סייענטיפישע וועלט האט געהאלטן ביז דאן - אז די וועלט איז אייביג געווען העולם קדמון
די ביג בענג זאגט קלאר אז ס'איז געווען א בראשית
mevakesh האט געשריבן:בנוגע אבולוציה דאס איז בכלל נישט איבער בריאת העולם נאר אויף די התהוות הברואים
"התהוות הברואים" איז א חלק פין "בריאת העולם"
ביסט גערעכט מיט דיין הרגשה אז די טעאריע לאזט איבער מער לעכער וואו זי פילט אן
mevakesh האט געשריבן:און דאס מיינט אויך נישט אז עס איז דוקא געווארען פון זיך אליין נאר דאס איז דער טעכניק וויאזוי דאס איז געווארען
דאס זאגן די וואס ווילען צאמשטעלן דארווין מיט גאט אבער דער אמת איז, אויב מיר האבן שוין גאט ווער דארף דארווין, דארווין וואלט געלאכט פין זיין סברה אויב קען איך אננעמען גאט
די גאמער שאלה פין "וואו אזוי קימט דאס אהער" origin איז נאר שווער אויב דו נעמסט ארויס גאט פין דער פיקטשער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
מהלך דריי / דארווין / סורווייוועל-אוו-די-פיטיסט פארענטפערט נישט די סברא פון א"ד, כדי ס'זאל זיין א געלונגענער וואס זאל איבערלעבן /זיך-אויסשלאגן-מיט-די-אומגעלונגענע דארף דער געלונגענער האבן א דיזיינער.
נו דאס האב איך דאך טאקע געפרעגט.אויב וויל זיך דיר עפעס פרעגן איז דאס ליבערשט פארוואס האט דער רוב סייענטיפישע וועלט אנגענימען דארווין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
דארווין וויל יא פארענפערן וואו אזוי א יעדער זאך איז געקימען ער וויל איז דא צי זאגען דער origin
דער אמת איז א יעדער שלב פין זיינען בילינע שלבים וואס מיר גייען אנריפען אז דאס איז מער פיט מיז א יעדער איינער זיין פיט פאר זיך כשלעצמו , ווייל אויב נישט פארוואס זאל ער ענדערש זוכה זיין צי סערווייווען מער וואו זיינע שכנים.
וועלן מיר ביי א יעדער אזא באשאפענישט זיך אפשטעלן און דן זיין איז דאס ביי "דיזיין" אדער אפשר איז דאס אהער געקימען ביי עקסידענט (דריפטס אין די DNA ווען מען זאגן היינט)
און וואו איך האב געשריבן האט גענימען צייט ביז וואו לאנג דאס האט זיך איינגעגעסען ביי די סייענטיסטען
[left]
דאס איז פין Species and Varieties, Their Origin by Mutation
Hugo DeVries 1904
Hugo DeVries פארענדיקט זיין בוך מיט:
קענסט ראיג זאגן א ברוך שכוונתי
פארוואס דארווין איז געווארן אנגענימען ביי רוב סיינעטיסטען האט בכלל נישט מיט דער סייענס שבו - דו סייענס איז מלא פראבלעמען אבער דאס איז א לאנגער נושא פאר זיך
איך וואלט געקענט באשטיין צי הערן וואס דער עולם זאגט.

[/left].in indicating the particular means by which the change of species has been brought about, he has not succeeded in securing universal acceptation. Quite on the contrary, objections have been raised from the very outset, and with such force as to compel Darwin himself to change his views in his later writing
דאס איז פין Species and Varieties, Their Origin by Mutation
Hugo DeVries 1904
Hugo DeVries פארענדיקט זיין בוך מיט:
"Natural selection may explain the survival of the
fittest, but it cannot explain the arrival of the fittest
קענסט ראיג זאגן א ברוך שכוונתי
פארוואס דארווין איז געווארן אנגענימען ביי רוב סיינעטיסטען האט בכלל נישט מיט דער סייענס שבו - דו סייענס איז מלא פראבלעמען אבער דאס איז א לאנגער נושא פאר זיך
איך וואלט געקענט באשטיין צי הערן וואס דער עולם זאגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
[left]
דארווין האט קיינמאל נישט געקענט אויפקומען מיט א געהעריגע הסבר מסביר צו זיין די מאכעניזם וויאזוי עוואלושן ארבעט. עס האט נישט גענומען צייט ביז ווען זיין טעאריע דערויף האט זיך איינגעגעסן, נאר אין פאקט איז עס קיינמאל נישט געווארן אנגענומען. דארוויו אליין האט צורקגעצויגן דערפין, און די זשין טעאריעס פון Hugo De Vries וחביריו זענען שפעטער געווארן אנגענומען אלס די ריכטיגע טעאריעס דערויף.
זיינע ראיות אז עוואלושן עקזיסטירט און זיין ארגינעלע חידוש פארוואס עוואלושן עקזיסטירט, דאס זענען פארוואס דארווין איז באקאנט פאר, און דאס איז געווארן אנגענומען אוניוורסיאל גאר שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען.
צייט פאר א פרושע טוץ קוואוטס אנחאזערונג שלא מן העניין.
[/left]in indicating the particular means by which the change of species has been brought about, he has not succeeded in securing universal acceptation. Quite on the contrary, objections have been raised from the very outset, and with such force as to compel Darwin himself to change his views in his later writing
דארווין האט קיינמאל נישט געקענט אויפקומען מיט א געהעריגע הסבר מסביר צו זיין די מאכעניזם וויאזוי עוואלושן ארבעט. עס האט נישט גענומען צייט ביז ווען זיין טעאריע דערויף האט זיך איינגעגעסן, נאר אין פאקט איז עס קיינמאל נישט געווארן אנגענומען. דארוויו אליין האט צורקגעצויגן דערפין, און די זשין טעאריעס פון Hugo De Vries וחביריו זענען שפעטער געווארן אנגענומען אלס די ריכטיגע טעאריעס דערויף.
זיינע ראיות אז עוואלושן עקזיסטירט און זיין ארגינעלע חידוש פארוואס עוואלושן עקזיסטירט, דאס זענען פארוואס דארווין איז באקאנט פאר, און דאס איז געווארן אנגענומען אוניוורסיאל גאר שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען.
צייט פאר א פרושע טוץ קוואוטס אנחאזערונג שלא מן העניין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שמערל האט געשריבן:זיינע ראיות אז עוואלושן עקזיסטירט [און דאס איז דער וועג וואו אזוי מיר זענען דא] און זיין ארגינעלע חידוש... און דאס איז געווארן אנגענומען אוניוורסיאל גאר שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען.
וואו שנעל נאכדעם ווי זיין בוך איז ערשינען?
פין וואו נעמסטו דאס?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע
כ'האב געוואוסט א די לאנגע קוואוטס וואס דו שמירסט אלס אן ליינסטו ניטאמאל דורך, אבער אז די תגובה אויף וואס דו באציסט דיך האסטו אויך נישט דורכגעליינט, דאס איז שוין א חידוש אין איגנאראנס.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
פאר ווער ס'איז נישט קלאר אין פירוש המילות
די מחלוקה פין דארווין מיט פאר-דארווין אדער מתנגדי דארווין זענען געווען\איז צי
א. די ספישיס זענען אפירגעקימען מערערע אויף אמאל, פליצלינג
ב. אדער אלע שטאמען פין איין מקור וואס האט איוואלווד שטייטלעך
מהלך א נויגט צי דיזיין חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג
פינקט וואו דיזיין נויגט צי גאט חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג
און אין בעלז האט מען נישט געזאגט פיש ווייל...
די מחלוקה פין דארווין מיט פאר-דארווין אדער מתנגדי דארווין זענען געווען\איז צי
א. די ספישיס זענען אפירגעקימען מערערע אויף אמאל, פליצלינג
ב. אדער אלע שטאמען פין איין מקור וואס האט איוואלווד שטייטלעך
מהלך א נויגט צי דיזיין חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג
פינקט וואו דיזיין נויגט צי גאט חאטש עס נעמט נישט און דעם קיין דירעקטע שטעלאנג
און אין בעלז האט מען נישט געזאגט פיש ווייל...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
מאטי האט געשריבן:אינטעליזשענט דיזיין זאגט:
סייענס ווייסט נישט ווי אזוי די קודינג פון די גענע'ס DNA, א העכסט סאפיסטיקירסטע פראגראם מיט בוכשטאבן, א אונטערליגענדע באהאלטענע קוד-שפראך RNA נאך מער קאמפליצירט ווי די קאמפליצירסטע פראגראם וואס איז אמאהל געשריבן געווארן, קען בכלל צושטאנדקומען נאטורליך, דעריבער "מוז" זיין אז א העכערע כח האט דאס געמאכט.
דאס איז א שטארקע מיסרפעזענטעשען פין אינטעליזשענט דיזיין כמה פראנטען
א. ID מאכט נישט קיין עסק פין דעם וואס די וועלט איז קאמפלעצירט
דאס איז דו טענה פין "the argument from design" וואס איז נישט די זעלבע וואו ID
ב. ID זאגט נישט ווייל מיר ווייסן נישט מיז זיין אז ס'איז דא א דיזיינער, פארקערט' ID זאגט אז א געוויסער סארט קאמפלעקסי נעמליך "irreducible complexity" דאס קען מען נישט מסביר זיין מיט נעטראל סעלעקשען דארך זמן (דריפט, פלאה, מעיאטעשן) בלייבט נאר איבער דיזיין, יעצט ברעך דיך קאפ ווער די דיזיינער איז
דער אמת איז אז סדא אנדערע סיינעניסטען וואס זענען אויך געקימען צים זעלבן מסקנה, "עוועלאציע קען נישט זיין דער תירוץ"
למשל און 2007 האט א גרויסער Evolutionary biologist געשריבן
How such a system could evolve is a puzzle that defeats conventional evolutionary thinking
Eugene V. Koonin
ער איז נישט געלייגט געווארן אין חרם ווייל ער איז אויפגעקימען מיט א וועג וואס לאזט גאט אינדרויסען
הגם רוב סייענטיסטען פילן זיך נישט באקוועם מיט זיין תירץ פין multiverse -
זיין קשיא איז פיל בעסער וואו זיין תירץ
ס'איז אויך דא וואס האבן זיך נישט אפגעשעלט מיט זאגן סתם אז עוועלאציע איז באנקראט נאר זיי זענען געגאנגען די עקסטערע מייל און אינדארסד דיזיין
the ‘seeding’ of space by intelligent beings from distant corners of the universe
Noble prize winning biologist Francis Crick and Sir Fred Hoyle
קען זיין ס'קימט דיר צי לאכן אבער נאך אלעם איז דאס דיזיין וואס האט נישט קיין גאט.
איך זיך נישט דא אפציפרעגן דארווין אדער עוועלאציע - פאר דעם איז דא אנדערע אשכולת - וואס איך וויל יא ווייזען דא איז אז דער מחלוקה איז געבויט מער אויף פערסענעל פרעפרענס און בייעס און פאליטיק וואו איידער ריין סייענס, וואו דער פותח האשכול פראבירט אהער צי שטעלן