בלאט 1 פון 3
עס טוט זייער וויי ווען.....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:04 pm
דורך קנאקעדיג
... מ'זוכט א דריי פערטל שעה פארקינג ארום די אייגענע דירה ענדליך גיט מען אויף און מ'פארט א האלבע מייל אוועק צו פארקן. מ'שפאצירט אהיים א פופצן מינוט וועג טרעפט מען א ליידיגע ספאט ממש פארנט פון הויז. ס'טוט וויי
... מ'ענדיגט א שבע ברכות די ערלים ווארפן אלעס אין תהום גוטע עסן קוגל פירות. אויפן וועג אהיים גייט מען אריין אין א היימישע קאנוויניענט סטאר פאר א פושקע סיגארעטען, און מ'זעט א הונגעריגער איד קויפט זיך א קארגן פארברענטן סלייס קוגל און צאלט 3.50 דערפאר. ס'טוט וויי
... ווען ערגעץ וואו אויפן כדור אין א אידישע הויז זיצט א טאטע און מאמע מיט א קינד און וויינען אפ זייערע טעג און נעכט פאר זייער קינד וואס קען נישט טרעפן א מוסד. אין די זעלבע צייט טאנצן אידן מיט אזא עכט געמאכטע געפיל אז מ'האט אין סוואן לעיק געטראפן א פאר געפיל-לאזע תפילין וואס איז בטעות געפאלן אין מיסט, און מ'קלאפט זיך דעם רוקן אה מי כעמך ישראל! ס'טוט וויי
ווען...
יעדער זאל צולייגן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:41 pm
דורך שלום על ישראל
אוי איז דאס [tag]קנאקעדיג[/tag]...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 6:48 pm
דורך קאצקע ציקער
איך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 7:57 pm
דורך שושן פורים
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
די היפאקראטיע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך כאפ נישט די דריטע, וואס טוט דיר וויי די תפילין געטרעפאכטס אדער דאס קינד געוויינאכטס?
קאצקע ציקער: די בויך געפאטשאכטס אדער רוקן געקלאפאכץ. און מ'קוקט אן דעם רעבי'ן מיט זיין נייע 4 שטאקיגע שטריימל און זיין הדרת פנים. און די לאקשן קוגל האט געהאט א טעם גן עדן. און אלץ איז אין ארדענונג...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:54 pm
דורך כוכב
ווען מ'שלעפט זיך צו א חתונה, ס'קומט אן שווער, מ'זוכט פארקינג אדער מ'וואקט א האלבן מייל צופוסנס, מ'פארברענגט טייערע צייט, מ'לייגט זיך שפעט לכבוד דעם, דאס ווייבל פארפירט, אלעס אז דער מחותן זאל נישט געבן קיין שין יוד טית פאר דיין קומען.
יאפ, ס'טוט וויי...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:01 am
דורך הקטן
עס טוט זייער וויי צי זען וואו מענטשען קאכן זיך אין ווייטאג
שוין, ס'טוט מיר שוין אויך וויי פארוואס יענער...
ס'טוט זייער וויי אז ס'טוט וויי
וואט דע העל...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:31 am
דורך דער דאס
@הקטן, אז ס'טוט וויי שרייבט מען..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:24 am
דורך קאמענטירער
הקטן האט געשריבן:עס טוט זייער וויי צי זען וואו מענטשען קאכן זיך אין ווייטאג
שוין, ס'טוט מיר שוין אויך וויי פארוואס יענער...
ס'טוט זייער וויי אז ס'טוט וויי
וואט דע העל...
איי קאדענט העלפ יא
מאז ישראל היתה לגוי... איז פארהאנען אמין געפיל אין א יומען ביאונג ווי ווייטאג, יא פארפאלען דאס איז די מציאות מענטשען האבען ווייטאגען
און אז סטוט וויי
דער דאס האט געשריבן:@הקטן, אז ס'טוט וויי שרייבט מען..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:06 pm
דורך ציבעלע-קיגל
נישט אין אלע אבער אין זייער אסאך בתי מדרשים ווען מען גייט אריין אין בית הכסא זעהט אז עס איז א חזר שטאל. פארוואס מאכט מען אויפ'ן ערד. און אויב עס איז א זוממער שבת וואס דער זמן מוצאי שבת איז שפעט ארום 7/8 דארף מען אריין גיין מיט שווים הויזן.
רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:20 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מען שטייט ביי שלוש סעודות און דער אינגערמאן פאר דיר וואשט זיך ווי א רבי און א פוסק, ער ווישט די הענט מיט די טעפל ער קוקט און קוקט.
איך בין אמאהל געוועהן אין מונסי אין א בית המדרש און ביים סינק איז געהאנגען א צעטל... "אינגערמאן וואש דיך פונקט אזוי ווי דו וואשט זיך אינדערהיים"
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:35 pm
דורך קאצקע ציקער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:04 pm
דורך איך אויך
אסאך יורינעלס קומען טאקע היינט מיט א בילד פון א פליג א אדער א סאקקער גאול באול אינדערמיט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:32 pm
דורך סמבטיון
די פליג העלפט עניוועי נישט ווייל די בני עליה האבן עפעס אזא מין ענין צי קטנ'ען מיט די הענט צאם געדרייט פון אינטען און די קאפ אויף ארויף.
עס טוט זייער וויי ווען......
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:39 pm
דורך דער דאס
ס'קומט אריין איינע אין געשעפט, כ'ליידיג אויס די שעלפ'ס פאר זיי, שוין גע'טרייט אלע סייזעס, יעדע סטייל וואס ס'איז נאר דא, נאך משוגע מאכן פאר א האלבע שעה, זאגן זיי כ'דארף עס איבער טראכטן, כ'גיי צוריק קומען.. אין אנדערע ווערטער כ'גיי יעצט צו די אנדערע סטאר, זען אויב זיי האבן עס פאר ביליגער..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:41 pm
דורך יעקב מענטש
ס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:17 am
דורך ציבעלע-קיגל
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
עס טוהט אבער מער וויי פארוואס דער "היימיש קינד" האט נעבעך נישט געהאט מיט וועם צו רעדן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:41 am
דורך סימפל
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
ס׳טוט זייער וויי ווען מען זעט א היימיש קינד דארף פארן דרום. פארוואס האט ער געדארפט איבערלאזן זיין רעליגיע און אלע זיין באקאנטע, פארוואס איז ער געווען אזוי אומגליקליך און אומצופרידן אז ער האט געפילט אז זיין איינציגער וועג צו גליק איז צו מאכן אזא ראדיקאלן טויש.
ס׳טוט באמת וויי אז אסאך מענטשן באדערט עס אפילו נישט און האלטן אז דאס אלעס איז באמת זיין אייגענע שולד.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:21 pm
דורך מתושלח
קאצקע ציקער האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
עס טוט זייער וויי ווען......
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:04 pm
דורך דער דאס
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'טוט זייער וויי ווען מ'זעהט א היימיש קינד וואס איז געפארן דרום איבערלאזענדיג זיין רעליגיע אין אויסטויש פאר פוסטן לעבן מיינענדיג אז דארט איז די וועלט 'פריי' און 'גליקליך' און שפעטער הערט מען אז יענער איז באגאנגען זעלבסטמארד...
ס'טוט 'באמת' וויי, קיינער פרייט זיך נישט צו אזא סארט בשורה
מ'זעט א היימיש קינד וואס איז 'נאכנישט' געפארן דרום, דרייט זיך ארום צופליקט צווישן מזרח מערב דרום צפון, הימל און ערד, ים און יבשה, און ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טוהן, צומישט פון וואס מ'האט אים געלערנט און וואס די פאקט איז, צומישטע מחשבות פייניגען פיר און צוואנציג שעה א טאג, און לאזן נישט מנוחה..
ס'רייסט פשוט די הארץ..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:21 pm
דורך ירח בן יומו
מתושלח האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
ווער איז דער משה צבי וואס מ'דארף אויף אים עימען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:06 am
דורך מתושלח
ירח בן יומו האט געשריבן:מתושלח האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:רבונו של עולם, מען האט זיי נישט אויסגעלענט ווי אזוי צו גיין? אינדערהיים גייען זיי אויך אזוי?
אפשר וויזוי צו צילן האט מען זיי נישט געלערנט...
פרינטס ארויס און הענגט אויף אין בעסמעדרעש
ווער איז דער משה צבי וואס מ'דארף אויף אים עימען?
מן הסתם האט ער יארן לאנג מנדב געווען די טרינקען און בית מדרש און גורם געווען די מבול.
אתפשטותא דמשה...
יא יא, עס טוט זייער וויי ווען...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:42 am
דורך [NAMELESS]
ווען איך האב געארבעט ביטער שווער שוין פיר מאל ארויסצוגעבן א געלונגענע זשורנאל - 'דער וועקער', און איך בין געגאנגען מוסיף והוליך מיט פראפעסיאנאלע הגהה, מער ארטיקלען, און גרעסערע אויסגאבע פון איינס צום צווייטן.
און אין די זעלבע צייט איז דער עולם פוחת והולך סיי אין לייקן, סיי אין שרייבן עפעס אין די אשכולות לרגל די ערשיינונג פון די וועקערס, און סיי אין ענטואיזם.
זעט אויס אז דער עולם נעמט עס 'פאר גרענטעד', אבער לא כן פני הדברים. איך לייג אריין אומגעהויערע כוחות און צייט [וואס קאסט מיר אן א שיעור געלט], נאר כדי די דבר ה' זאל ארויסגיין ברמה, און דא קוקט מען עס אן ווי א מאשין פראדוצירט סחורה פון זיך אליינס. די קול דממה דקה פונעם עולם מאכט מיר צווייפלן אינעם תועלת פונעם וועקער.
יא, עס טוט זייער וויי.
--------------
נ.ב. א לייק דא איז א שיינע זאך פון מיטגעפיל, אבער דער וואס דערהערט די נקודה קען טון עפעס מער פון דעם...