בלאט 1 פון 2

דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 8:58 pm
דורך בן ישי
דוב הייקינד דער אסעמבלימאן פון assembly district 48 וועלכע נעמט אריין בארא פארק אין חלקים פון פלעטבוש, האט מחליט געווען אז ער גייט מער נישט לויפן פאר די פאזיציע פון 48 ditrict leader א פאזיציע וועלכע ער האט אנגעהאלטן די לעצטע דרייסיג יאר.

ער האט אינדארסירט זיינס א געהילף דוד שווארץ ער זאל לויפן פאר די פאזיציע.

א דיסטריקט לידער באקימט נישט באצאלט אבער אפיציעל הייסט עס א שטארקע כח אין בעיקר מיטן אינדאסירן קאנדידאטן פאר די וואלן (אין אנדערע ווערטער ער וועט קענען נעמען פיקטשערס ווי ער קאכט אין משביע אדער טרעפט זיך מיט פאליציי אין פאליטיקאנטן)

ווער איז דוד שווארץ?

דוד איז א סאטמארער (מהר"א) חסיד וועלכע פלעגט וואינען אין וויליאמסבורג ביז א האלבע יאר צוריק ווען ער האט חתונה געהאט צו בארא פארק, ער האט געלערנט אין סאטמאר קרית יואל ישיבה, ער האט זיך אריין געדרייט אין פאליטיק די לעצטע פאר יאר אין האט געארבעט פאר הייקינדס ווידערווילינג קאמפעין אין שפעטער אלס זיין געהילף.

דוד איז 22 יאר אלט אין אויב געווינט ער די פאזיציע וועט ער זיין די יונגסטע חרידישע יוד צו געווינען די פאזיציע.

די וואלן גייט פארקימען דעם קימעענדיגן דינסטאג september 13.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:02 pm
דורך בן ישי
דא איז זיין וועבזייטל http://www.davidfordistrictleader.com/

אין דא איז א באשרייבינג איבער דעם http://www.kingscountypolitics.com/hiki ... s-history/

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:06 pm
דורך מר. קלונימוס
וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:25 pm
דורך ירח בן יומו
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

ער האלט אינמיטן אויסגעפינען וואס דאס מיינט. :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:50 pm
דורך געוואלדיג
אבארשן איז קאמיטע?...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:53 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט אים ער זאגט ער געדענקט נישט אז מהר"א זאל נעמען שטעלונג אין דעם, אבער ער פערזענליך האלט אז אויב מען דארף דארף מען.. וואסע שייך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:02 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
יעדער מאל איך זעה די לויפעריי קאסט מיר עס א אויס פלאץ.
א דארכשניטליכע בארא פארק איינוואינער גייט נישט מאכן קיין שום דיפערנטס ווער זיצט דארט אונעם אפיס אויפן קארנער 48/13.
איך וואין שוין דא 30 יאר קיינמאל נישט געדארפט גארנישט פון די אלע פאליטקאנטען,
איינאל טאקע האט די סיטי געוואלט פלאנצן א הויז אינדרויסען פון מיין טאטעס דרייוו-וועי, האט מיר געצעהט כזאת רופן הייקינד, ער האט געזאגט ער גייט זעהן וואס ער קען טוען, ער האט אראפ גענומען מיין נאמען אין נומבער, נאר שי אדרעס ווי מגייט פלאנעצן האט ער פארגעסן אראפ צו נעמען.

בס״ה גייט ער שווארץ עפענען א טוויטר עקאונט אין זיך שלאגן אביסעל מיט גרינפעלד אין ווען משביע גייט עפענען די נייע ברענטש גייט ער שטיין לעבן דער וואס גייט שניידען די רויטע שטריק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:37 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שוין נאך א כוכב חדש. נאך א חסידישע בהמה וואס רעדט זיך איין אז ער ווייסט און קאן עפעס. אינגערמאן גיי צוריק צו קוועטשען די בנק און לאז פוליטיקה צו ווער עס קאן און ווייסט אביסל מער פון דיר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:54 pm
דורך יתרו
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:שוין נאך א כוכב חדש. נאך א חסידישע בהמה וואס רעדט זיך איין אז ער ווייסט און קאן עפעס. אינגערמאן גיי צוריק צו קוועטשען די בנק און לאז פוליטיקה צו ווער עס קאן און ווייסט אביסל מער פון דיר.

וואס דארף מען קענען? און וואס למשל ווייסט דוב הייקענד וואס דוד שווארטץ וויסט נישט?
דיין תגובה שמעקט פון זעלבסט אונטער שאצונג, יא חסידים קענען דיזיינען אינטערהויזן און קענען אויך לידען דעם דיסטריקט.

Re: דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:02 am
דורך קאסטנער
אבטולמוס האט געשריבן:און איך האב הנאה אז א יונגערמאנטשיק נעמט די דרייסטקייט זיך צו שטעלן פאר'ן פובליק מיט א פלאן און א ציל.דוד!


מיט א ציל אין פלאן אויף וואס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:43 am
דורך פידלער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:וואס איז זיין פאזיציע אויף אבארשען?

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט אים ער זאגט ער געדענקט נישט אז מהר"א זאל נעמען שטעלונג אין דעם, אבער ער פערזענליך האלט אז אויב מען דארף דארף מען.. וואסע שייך
:

:D :D
Thanks for the laugh

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:08 am
דורך דולה ומשקה
וואס וואלט געוועהן זיין מיינונג לגבי 'גוש קטיף' ווען עס וואלט היינט געוועהן אקטועל? וואלט ער גענומען די זייט פון זיין פארגייער ר' בערל הייקינד נישט צוריק געבן אדער ווי זיין מורו ורבו זיך נישט צו רייצן מיט אראבער און יא צוריק געבן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:46 am
דורך שמעקעדיג
אפגעזעהן וואס ער וואלט געהאלטן, האף איך אז ער וועט נישט האלטן אזעלכע היציגע רעטאריק דרשות ווי זיין פארגייער הייקינד, וועלכער איז געווען שרעקליך אין דעם הינזיכט, און זיך שטענדיג אריינגעמישט על ריב לא לו ווען קיינער האט אים נישט געפרעגט.
דיסטריקט לידער פון בארא פארק ברויך זארגן פאר זיינע מענטשן (וואס הייקינד האט גראדע גאנץ פיין מקיים געווען), נישט פאר איזראעל אדער אנדערע פלעצער, ווי אויך נישט האקן אויף קיינע פרעזידענטן בערי ברוקלין ובחוצות בארא פארק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:02 am
דורך מר. קלונימוס
ווי נאר די נייעס איז באקאנט געווארן אז שווארץ האט היינט נאכט געווינען האט בורמע אריבערגערופן דעם אמריקאנער אמבאסאדאר פארהאלטן היתכן ער האט צוגעלאזט אזא שמוציג קאמפיין. טעגוסיגאלפא האט שוין אינמיטן טאג געווארענט אז אירע האנדלס אפמאכן מיט אטאווא און וואשינגטאן וועט מוזן איבערגעמאכט ווערן אויב שווארץ געווינט. ווארט מען צו זען וויאזוי וואל סטריט וועט דאס אויפנעמען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:58 pm
דורך berlbalaguleh
מר. קלונימוס: און אז פוטין האטציך זייער שטארק דערשראקן ווען ער האט געהערט די נייעס. און ער האט געהייסן פאר זיין הויפט גענעראל אז ער זאלל גרייט מאכן זיינע מיליטערישע דיוויזיעס וועלכע זענען אריין קיין אוקראינע אז זיי זאללן אנהויבן פאקן די פעק און פארן צוריק אהיים קיין מאסקווע.
און דער הויפט פון די ממשלת הכופרים דער טיפש בנימין נתן יהוא כדברי הרב ש.ב. מרגליות, ב'בלאט) האט ארויסגעגעבן א באפעל אז מ'זאלל אויפהערן בויען אין מאה שערים. ווייל אין די טערקישע געזעץ ביכער און אייגנטום רעקארדס שטייט אז גאנץ מאה שערים באלאנגט פאר אן אראבישן שעיך...און אז מדינת ישראל זאלל אויפגעבן דעם קויסל און קייווער ראחל...!

Re: דוד שווארטץ פאר דיסטריקט לידער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:49 am
דורך טרויבן88
וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:34 am
דורך ירח בן יומו
טרויבן88 האט געשריבן:וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

דוד שווארץ אליין מיטשעט זיך יעצט אויף דעם שאלה. :lol:

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 1:42 pm
דורך בן ישי
דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 1:48 pm
דורך berlbalaguleh
טרויבן88 האט געשריבן:וואס פינטליך טוט א דיסטריקט לידער?

טרויבן 88: די זעלבע וואס די אנגעשטעלטע אין חסד לאברהם הויפטקווארטיר פלעגן טון. אריינקומען אין אפיס צווישן 11:30 פארמיטאג און איינס אזייגער. אויפמאכן דעם דעסקטאפ. און אדורכשמועסן די נייעס פונ'ם טאג ביי א גלעזל אדער צוויי פון היימישע געשמאקע קאפפוטשינא. נאכדעים גיין דאווענען מנחה אין שומרי שבת. ויה ערב ויהי בוקר, יום עבודה...!

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן:דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

בן ישי: מיין שאלה איז נאר. דער הערשי טישלער ווערט נישט מיעד פון אזויפיהל לויפן. כל ימי חייו. און פון וואס מאכט ער שבת. און זונטיג. און מאנטיג. פון וואס באצאלט ער זיין מארגידזש. און שכר לימוד פאר זיינע קינדער. און די ליעס אויפ'ן רייסערישן טשעראקיע...?!

גיין פון איין קאן דזשאב צום צווייטן (טרעוול עידזשענסי, וכו',) קענמען אויכעט נישט אנהאלטן אייביג. סוכ"ס וועט דער עולם פון סאקערס זיך אויסגעבן...!

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 1:55 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...

בן ישי: מיין שאלה איז נאר. דער הערשי טישלער ווערט נישט מיעד פון אזויפיהל לויפן. כל ימי חייו. און פון וואס מאכט ער שבת. און זונטיג. און מאנטיג. פון וואס באצאלט ער זיין מארגידזש. און שכר לימוד פאר זיינע קינדער. און די ליעס אויפ'ן רייסערישן טשעראקיע...?!

גיין פון איין קאן דזשאב צום צווייטן (טרעוול עידזשענסי, וכו',) קענמען אויכעט נישט אנהאלטן אייביג. סוכ"ס וועט דער עולם פון סאקערס זיך אויסגעבן...!

ס'געזונט פאר עם צולויפן אביסל...

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 4:32 pm
דורך בן תורה
בן ישי האט געשריבן:דוד שווארץ לויפט אויף ווידערווילונג פאר דעם (וויכטיגע) פאזיציע אין ער האט אויך א קעגנער וואס לויפט קעגן עם....
ווער???
העשי טישלער!
יא העשי לויפט דאס יאר סיי קעגן שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי און סיי קעגן דוד שוורץ פאר דיסטריקט לידער...


העשי טישלער האט זיך פארשאפט א מיטלויפערין....
די קאנטראווערסיאלע Flatbush girl

איז דא צוויי דיסטריקט ליעדער זיצן אין בארא פארק ? און אינטערעסאנט צו זען צו זי גייט לויפן אויפן פלעטבוש גירל נאמען אדער איר געהעריגע נאמען, ווארום אויב לויפט זי אויף איר געהעריגע נאמען, וואסערע חשיבות ברענגט זי מיט צום טיקעט ;)

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:17 pm
דורך בן ישי
זי לויפט אין פלעטבוש. (און זי האט די אינדארסמענט פון עבי שטיין...)