הפעם אודה את ה' (דער וועקער #4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

הפעם אודה את ה' (דער וועקער #4)

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]א.[/center]
די וואך אין די פרשה – פרשת שופטים, געפונען מיר א באקאנטע פסוק (דברים טז, כ): "צדק צדק תרדוף למען תחיה" וגו'. אלע מפרשים שטעלן זיך אויפן דאפלט לשון 'צדק צדק' תרדוף, און מיר וועלן דאס אויך פרובירן מסביר צו זיין.

אבער אין אמת'ן אריין דארפן מיר ענדערש ערקלערן פשט אינעם המשך הפסוק 'למען תחיה'. כדי צו לעבן דארפן מיר 'נאכלויפן' צדק? מיר דארפן זיך אויפפירן בצדק וביושר, און דאן לעבן מיר ווי עס דארף צו זיין, אבער נאלויפן צדק איז א תנאי פאר 'למען תחיה'?

[center]***[/center]

מיר שטייען דא ביים טויער פון צוויי חדשים וואס גייען געקניפט און געבינדן, אלול און תשרי. פון ווען דער שופר לאזט הערן דעם ערשטן געשריי פון א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, ווערט מקוים דער רמז פון א'ני ל'חוץ ו'מאוד ל'חוץ... דער עולם דרייט זיך ארום נערוועז און צוטראגן, מ'שטייט פאר די הייליגע טעג, מ'דארף תשובה טון, און ס'איז צרות ווי א בארג...

דאס איז שוין אין גוטן פאל, אין ערגערן פאל שפירט מען אז די 'פרעשור' דערפון איז צו שטארק, און מ'איגנארירט פשוט די פאקט אז ס'איז שוין אלול, ס'איז שוין די וואך פון סליחות, און ס'איז שוין גאר דער יום הדין. מ'האפט זיך שוין צו זען די אנדערע זייט טיר נאך די האלעפטשעס שמחת תורה, ושלום על ישראל.

וואס מאנכע פארזעען איז, אז עס איז דא איין יסודות'דיגער בולט'ער חילוק, אינעם טיטל וואס מ'געבט פאר חודש אלול לעומת'ן טיטל פאר חודש תשרי. אין די צייט וואס תשרי איז א ירח האיתנים, און אירע טעג זענען ימי הדין, זענען אבער די אלול טעג 'ימי הרחמים והסליחות'. די חילוק צווישן זיי, איז די סיבה פארוואס מיר וואלטן געדארפט טאנצן אין די גאסן פאר שמחה, אום חודש אלול.

ווען איינער פאלט אריין אין געריכט, איז 'דין' דער שולט. מ'קען זיך נישט ארויסדרייען מיטן זאגן "איך גיי שוין זיין וואויל". שעפעלע, זיי וואויל בעפאר מ'כאפט דיך, אז מ'כאפט דיך איז שוין ביטער. דאס מיינט דין. און ווען עס קומט אונזער יום הדין, ראש השנה אדער יום כיפור, זענען מיר שוין אין פעקל: "יקוב הדין את ההר" (מסכת סנהדרין ו' ע"ב), "אין מרחמים בדין" (מסכת כתובות פ"ד ע"א).

צו אונזער גוטן מזל, קענען מיר יא זאגן "איך גיי שוין זיין וואויל". דאס קענען מיר זאגן במשך א גאנצע מאנאט בעפאר די געריכט סעסיע הייבט זיך אן. אין חודש אלול קענען מיר פארמערן צו טון גוטס, און ווייזן א 'דזשעסט' פון אונזער זייט, אז מיר פלאנען טאקע זיך צו פארבעסערן. מיר קענען 'תשובה' טון – זיך אומקערן צום טאטן, און די 'ימי הרחמים' זענען טאקע דאס – טעג ווען די טויערן זענען אפן פאר יעדער וואס זאגט: 'האב רחמנות, איך גיי שוין זיין וואויל'.

דער וואס גייט צו צו דעם מיט א ריכטיגן בליק, פארפאסט נישט די ספעציעלע מתנה וואס הייסט 'אלול'. ווען א ריכטער געבט א מעגליכקייט גענצליך אוועקצונעמען די עונש, דורכן ארויסווייזן אז מ'פארבעסערט זיך שוין, וואלט קיינער נישט פארפאסט די געלעגנהייט! מ'וואלט זיך געפרייט צו אזא מאמענט, און מ'וואלט געזוכט וואס מ'קען נאר טון צו ווייזן פארן ריכטער אז מ'האט זיך שוין געלערנט א לעקציע, און מ'גייט שוין זיין וואויל מהיום ולהלאה.

אט דאס איז אלול: אני לדודי ודודי לי, מיר קענען יעצט ווייזן אונזער וויליגקייט צו טון גוטע טהאטן, און מיר ווייזן דאס פאר אונזער באליבטער פרייינט, 'זה דודי וזה רעי', וואס וועט אונז זיכער שענקן אלדאס גוטס ווען ער שטייגט ארויף אויפן ריכטער'ס שטול, אום ראש השנה. דער אני לדודי סטיל בליק, דארף אונז צוברענגען צו שמחה, און נישט דאס פארקערטע.
ייש"כ באשעפער פארן אונז צושטעלן אזא מעגליכקייט! הפעם אודה את ה'!

[center]***[/center]

ווען מיר פארשטייען וואס די געדאנק וואס ליגט אונטער דעם איז, וועלן מיר דערהערן די טיפקייט פון די ווערטער "צדק צדק תרדוף למען תחיה". א יעדע נארמאלע מענטש לעבט מער-ווייניגער א לעבן פון צדק. ער איז א מענטש, פירט זיך מענטשליך, און פרובירט צו טון וואס פאסט פאר אן אנשטענדיגן מענטש. אבער א מענטש איז נאר א מענטש, און א מענטש באגייט טעותים, אסאך טעותים, און צומאל – פאטאלע טעותים.

דאס איז אבער נאר ווען א מענטש לעבט מיטן געווענליכן פארשטאנד אין 'צדק'. ווידעראום ווען א מענטש זוכט כסדר וויאזוי ער קען זיך אויפפירן נאך מער אויסגעהאלטן, ווען א מענטש לויפט נאך מידת הצדק והיושר ווי נאך א דיאמאנט, דעמאלס מאכט ער פיל ווייניגער טעותים.

מיטן פשוט'ן צדק לעבט מען טאג טעגליך, אבער דעם ריכטיגן צדק דערגרייכט מען נאר מיטן איר נאכיאגן, נאר מיטן 'צדק צדק תרדוף'. דער וואס פארלאזט זיך אויפן פשוט'ן אפטייטש פון צדק, באגייט פארט עוולות פון צייט צו צייט, אבער דער וואס לויפט כסדר נאך צדק, דער לעבט כסדר גענצליך אויסגעהאלטן.

וויפיל מער 'צדק' מיר לויפן נאך, אלס מער 'למען תחיה' איז דא. וויפיל מער מיר ווייזן א 'דזשעסט' פון זיין גוט און טון גוטס, אלס מער בינדן מיר זיך אן אינעם עץ החיים, און אלס מער ווייזן מיר פארן באשעפער אז 'מיר ווילן זיין וואויל'. דאן זענען מיר זוכה צום 'למען תחיה', דאן גייען מיר אריין בספרן של צדיקים, דאן ווערן מיר נכתב ונחתם בטבעת המלך בספר החיים.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ב.[/center]
צוויי שוועסטער'ס זענען זיי געווען. ביידע ערליכע, איידעלע, און גוטהארציגע. אבער אין די צייט וואס די עלטערע שוועסטער איז נישט געווען באזונדער שיין, און האט געהאט געוויסע חסרונות וואס האבן איר נישט צוגעגעבן שיינקייט, איז די יונגערע שוועסטער געווען אן ארויסגערופענער שיינהייט, וועלט בארימט איבער לענדער, א כלילת היופי במלוא מובן המלה.

די צוויי שוועסטער זענען געווען, לאה און רחל, בנות לבן הארמי.

ווען זייער ערשטע קוזין, יעקב, איז אנגעקומען אין זייער שטוב, איז זיין בליק באלד געפאלן אויפן יונגערן שוועסטער. לבן האט מיט זיינע טיפישע דריידלעך באוויזן אריינצונארן דעם 'איש תם', מיטן עלטערן שוועסטער, לאה, און דערפאר האט יעקב געדארפט ארבעטן דאפלט, צו הייראטן אויך רחל.

ווי פארשטענדליך, איז רחל געווען די באליבטע בת זוג אין די צייט וואס לאה האט זיך געשפירט פארפיינטעט ביי יעקב, און מיט רעכט: זי איז נישט געווען אזוי שיין, זי איז נישט געווען זיין אויסדערוועלטער, און זי איז גאר געווארן זיין ווייב דורך פאפעריי. זי איז געווען גענוג פארפיינטעט, אז די תורה זעלבסט דרוקט זיך אויס דערוועגן (בראשית כט, לא): "וירא ה' כי שנואה לאה". אין מדרש (בראשית רבה) געפונען מיר גאר, אז יעקב האט איר געוואלט אפ'גט'ן צוליב דעם.

לאה האט נעבעך ביטער געליטן, און געשוויגן. וואס האט זי געהאט צו זאגן? אבער ווען זי האט געגעבן נעמען פאר אירע קינדער, איז איר טיפע צער ארויסגעקומען. די וויי געשריי האט זיך געהערט אין פארעם פון געזאנג, א געזאנג פון האפענונג. ראובן הייסט ראובן (שם, לב): "כי ראה ה' בעניי, כי עתה יאהבני אישי", שמעון הייסט שמעון (שם, לג): "כי שמע ה' כי שנואה אנכי, ויתן לי גם את זה", לוי הייסט לוי, ווייל (שם, לד): "עתה הפעם ילוה אישי אלי, כי ילדתי לו שלשה בנים", און יהודה הייסט יהודה, ווייל (שם, לה): "הפעם אודה את ה', על כן קראה שמו יהודה".

[center]***[/center]

מיר פארשטייען אז געוויס ליגן טיפע כוונות אין די פסוקי התורה, אבער חז"ל זאגן שוין די כלל (מסכת שבת ס"ג ע"א): "אין מקרא יוצא מדי פשוטו", און געוויס ליגן אין די פשטות הפסוקים געוויסע זאכן וואס מיר קענען זיך עפעס אפלערנען דערפון. אלזא דארפן מיר פארשטיין, פארוואס עפעס פונקט ביי יהודה האט זי געלויבט דעם אייבערשטן 'הפעם אודה את השם', וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיטן האבן דווקא יהודה? חז"ל מערקן שוין אן דערוועגן (עיי"ש ברש"י), אז זי האט זיך געפריידט וויסנדיג אז זי האט יעצט באקומען מער שבטים ווי עס וואלט געדארפט זיין איר טייל, אויב אלע פיר ווייבער פון יעקב וואלט באקומען די זעלבע צאל קינדער, צוצוקומען צו י"ב שבטים.

פארט איז שווער צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע שמחה? זי איז דאך נישט געווען די אויסדערוועלטער פון יעקב, און אין פאקט איז זי אין א געוויסע הינזיכט געווען א 'שנואה', זי האט געציטערט פון א גט, דאס וואלט פארשטענדליך געדארפט צו פארטונקלן די גלאנץ, פארזויערן דעם געמיט, און חרוב מאכן איר פרייד. לשמחה מה זו עושה?

נאכמער איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז אנדערש ווי ביי די נעמען פון ראובן שמעון און לוי, וואס דארט דערמאנט זי איר אומבא'טעמ'טע יחס מיט איר מאן, איז אבער דא ביי יהודה בכלל נישט דערמאנט געווארן קיין ווארט דערוועגן. עפעס זעט אויס ווי זי איז געווען גענוג פרייליך נאר צו דאנקן דעם באשעפער, אן ארויסקוקן אז איר מאן וועט איר ליבן האבן.

[center]***[/center]

דער תירוץ ליגט אינעם פאקט אז זי האט יעצט געהאט איר פערטן קינד.

ווילאנג זי האט נאר געהאט דריי קינדער, איז זי געווען גלייך מיט די אנדערע ווייבער פון יעקב, וואס לויט איר חשבון האבן אלע געדארפט צו האבן דריי קינדער. אויב זי שטייט אויפן זעלבן מצב ווי די אנדערע ווייבער, פארוואס זאל זיך טוישן די יחס צווישן איר און יעקב? אבער איינמאל זי האט זוכה געווען צו עפעס 'מער' פון די אנדערע, א פערטער קינד איז דאך זיכער מער ווי די אנדערע וועלן האבן, יעצט האט זי זיך פארזיכערט מיט עפעס וואס וועט איר ברענגען שעצונג און ליבע ביי איר מאן [און ווי די מדרש דערציילט, האט טאקע אזוי פאסירט, אזש רחל האט גאר אנגעהויבן מורא האבן אז יעקב וועט איר אפ'גט'ן].

ווען לאה האט געבוירן איר פערטער קינד, האט זי געוואוסט קלאר אז זי איז אנגעקומען צו א נייע שטאפל. זי שטייט העכער פון די אנדערע ווייבער פון יעקב, און זי וועט זיין באליבט ביי אים. דערפאר האט זי נישט געדארפט אויסדריקן קיין קרעכץ, און ניטאמאל קיין האפענונג פארן עתיד. זי האט שוין געשמייכלט, און זי האט עס ארויסגעברענגט מיט די ווערטער "הפעם אודה את ה'", דאסמאל וועל איך לויבן גאט, ווייל דאסמאל איז מיין שמחה גאנץ!

די געדאנק וואס ליגט אונטער דעם איז, אז א זאך וואס יעדער פארשטייט אז דו דארפסט עס טון, איז נישט קיין קונץ און קיין גדולה ווען דו טוסט עס טאקע. ווען דו טוסט עפעס מער ווי די געווענליכע טאג-טעגליכע רוטין, בבחינת 'צדק צדק תרדוף', און דאס איז דוקא עפעס מער פון וואס דו דארפסט ווען טון, דאן ווערסטו באליבט ביי די וואס קענען דיר, דאן הייסט דאס א ריכטיגע לעבן - 'למען תחיה', און דאן נעמט גאט אן דיין תשובה. דו דארפסט נאר ארויסווייזן מער אינטערעסע ווי די דורכשניטליכע חיי יום יום.
אט דאס איז דער לימוד פון 'הפעם אודה את ה''. מיר קענען זיך פרייען, נאכן טון עפעס מער פון רוטין, און דאס איז אונזער ארבעט אין חודש אלול, און דאס קומט דווקא מיט א פאזיטיווע בליק, א שמחה'דיגע בליק פון הפעם אודה את ה'.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ג.[/center]
מיט גרויס פרייד שטעלן מיר אייך פאר, דעם פערטן זשורנאל פון "דער וועקער".

פונעם 'לא טוב היות... לבדו' איז געווארן א 'טובים השנים מן האחד', און פון דעם איז געווארן א 'חוט המשולש לא במהרה ינתק'. אויב דער כלל איז, אז 'שלש פעמים הוה חזקה', דאן איז דער נומער פיר א סימבאל פון אדורכשניידן און גיין העכער די ערווארטונגען.

מיטן פערטן וועקער אין האנט, זינגט זיך פון זיך אליינס ארויס די געזאנג: "הפעם אודה את ה'".

[center]***[/center]

אין דעם נומער, איז דער הויפט ארטיקל ווייטער געווידמעט אויף אונזער היינטיגער מצב החינוך. אויב אינעם פריערדיגן וועקער האט מען ארויסגעברענגט די פראבלעמען מיטן היינט צוטאגיגן חינוך סיסטעם, איז אינעם יעצטיגן וועקער געברענגט געווארן די לעזונגען וואס מען קען, און מען דארף, אדורכפירן. די צווייטע, וויכטיגערע חלק, איז דאפלט אזוי לאנג ווי די ערשטע חלק. שטרענג צום ליניע, אז קריטיקירן קען יעדער און העלפן קענען ווייניג, האט דער שרייבער פונעם לענגערן ארטיקל איבער חינוך פארזיכערט צו פארשלאגן פארשידענע פאסיגע געדאנקן וואס צו פארסירן אין אונזערע חינוך אנשטאלטן, סיי אין ת"ת און סיי אין ישיבה.

די לעזונגען זענען אפשר חידושים אין אונזער היינט פארשפרייטער מהלך אין חינוך, אבער אויב איינער וויל זיין אן אמת'ער אויסגעהאלטענער מענטש, קען ער נישט זאגן אז ס'איז גוט אזוי, נאר 'צדק צדק תרדוף', מ'דארף זוכן די ריכטיגע וועגן וויאזוי צו פארזיכערן דעם 'למען תחיה', די עתיד פון אונזערע קינדער, און די עתיד פון כלל ישראל.

אנשטאטס קרעכצן 'שנואה אנכי', איז א קונץ צו זינגען שירה, פארשלאגן נייע מהלכים, און פארשטעלן א בעסערע צוקונפט פאר אונזער טייערסטער אוצר: אונזערע קינדערלעך. ווי צוגעפאסט איז אזא מאמענט אויסצורופן: הפעם אודה את ה'!

לאמיר זיין אפטעמיסטיש, פרייליך און צופרידן. לאמיר אננעמען די אלול טעג מיט אן אינערליכער סיפוק פון זיך פארבעסערן אויף א פאזיטיוון אופן. לאמיר האפן אז די וויכטיגע נקודות וואס גייען דא ארויסגעברענגט ווערן אינעם 'חינוך' ארטיקל, וועט האבן דעם ריכטיגן אפקלאנג אין גאס, אין ביהמ"ד, און בעיקר – אין בתי חינוך זעלבסט.

לאמיר האפן אז זאכן וועלן זיך טוישן און פארבעסערן, און "דער וועקער" זאל טאקע וועקן די אלע וואס זענען פארשלאפן, בגשמיות וברוחניות.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:[justify][center]ב.[/center]
צוויי שוועסטער'ס זענען זיי געווען. ביידע ערליכע, איידעלע, און גוטהארציגע. אבער אין די צייט וואס די עלטערע שוועסטער איז נישט געווען באזונדער שיין, און האט געהאט געוויסע חסרונות וואס האבן איר נישט צוגעגעבן שיינקייט, איז די יונגערע שוועסטער געווען אן ארויסגערופענער שיינהייט, וועלט בארימט איבער לענדער, א כלילת היופי במלוא מובן המלה.

די צוויי שוועסטער זענען געווען, לאה און רחל, בנות לבן הארמי.

ווען זייער ערשטע קוזין, יעקב, איז אנגעקומען אין זייער שטוב, איז זיין בליק באלד געפאלן אויפן יונגערן שוועסטער. לבן האט מיט זיינע טיפישע דריידלעך באוויזן אריינצונארן דעם 'איש תם', מיטן עלטערן שוועסטער, לאה, און דערפאר האט יעקב געדארפט ארבעטן דאפלט, צו הייראטן אויך רחל.

ווי פארשטענדליך, איז רחל געווען די באליבטע בת זוג אין די צייט וואס לאה האט זיך געשפירט פארפיינטעט ביי יעקב, און מיט רעכט: זי איז נישט געווען אזוי שיין, זי איז נישט געווען זיין אויסדערוועלטער, און זי איז גאר געווארן זיין ווייב דורך פאפעריי. זי איז געווען גענוג פארפיינטעט, אז די תורה זעלבסט דרוקט זיך אויס דערוועגן (בראשית כט, לא): "וירא ה' כי שנואה לאה". אין מדרש (בראשית רבה) געפונען מיר גאר, אז יעקב האט איר געוואלט אפ'גט'ן צוליב דעם.

לאה האט נעבעך ביטער געליטן, און געשוויגן. וואס האט זי געהאט צו זאגן? אבער ווען זי האט געגעבן נעמען פאר אירע קינדער, איז איר טיפע צער ארויסגעקומען. די וויי געשריי האט זיך געהערט אין פארעם פון געזאנג, א געזאנג פון האפענונג. ראובן הייסט ראובן (שם, לב): "כי ראה ה' בעניי, כי עתה יאהבני אישי", שמעון הייסט שמעון (שם, לג): "כי שמע ה' כי שנואה אנכי, ויתן לי גם את זה", לוי הייסט לוי, ווייל (שם, לד): "עתה הפעם ילוה אישי אלי, כי ילדתי לו שלשה בנים", און יהודה הייסט יהודה, ווייל (שם, לה): "הפעם אודה את ה', על כן קראה שמו יהודה".

[center]***[/center]

מיר פארשטייען אז געוויס ליגן טיפע כוונות אין די פסוקי התורה, אבער חז"ל זאגן שוין די כלל (מסכת שבת ס"ג ע"א): "אין מקרא יוצא מדי פשוטו", און געוויס ליגן אין די פשטות הפסוקים געוויסע זאכן וואס מיר קענען זיך עפעס אפלערנען דערפון. אלזא דארפן מיר פארשטיין, פארוואס עפעס פונקט ביי יהודה האט זי געלויבט דעם אייבערשטן 'הפעם אודה את השם', וואס איז געווען אזוי ספעציעל מיטן האבן דווקא יהודה? חז"ל מערקן שוין אן דערוועגן (עיי"ש ברש"י), אז זי האט זיך געפריידט וויסנדיג אז זי האט יעצט באקומען מער שבטים ווי עס וואלט געדארפט זיין איר טייל, אויב אלע פיר ווייבער פון יעקב וואלט באקומען די זעלבע צאל קינדער, צוצוקומען צו י"ב שבטים.

פארט איז שווער צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע שמחה? זי איז דאך נישט געווען די אויסדערוועלטער פון יעקב, און אין פאקט איז זי אין א געוויסע הינזיכט געווען א 'שנואה', זי האט געציטערט פון א גט, דאס וואלט פארשטענדליך געדארפט צו פארטונקלן די גלאנץ, פארזויערן דעם געמיט, און חרוב מאכן איר פרייד. לשמחה מה זו עושה?

נאכמער איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז אנדערש ווי ביי די נעמען פון ראובן שמעון און לוי, וואס דארט דערמאנט זי איר אומבא'טעמ'טע יחס מיט איר מאן, איז אבער דא ביי יהודה בכלל נישט דערמאנט געווארן קיין ווארט דערוועגן. עפעס זעט אויס ווי זי איז געווען גענוג פרייליך נאר צו דאנקן דעם באשעפער, אן ארויסקוקן אז איר מאן וועט איר ליבן האבן.

[center]***[/center]

דער תירוץ ליגט אינעם פאקט אז זי האט יעצט געהאט איר פערטן קינד.

ווילאנג זי האט נאר געהאט דריי קינדער, איז זי געווען גלייך מיט די אנדערע ווייבער פון יעקב, וואס לויט איר חשבון האבן אלע געדארפט צו האבן דריי קינדער. אויב זי שטייט אויפן זעלבן מצב ווי די אנדערע ווייבער, פארוואס זאל זיך טוישן די יחס צווישן איר און יעקב? אבער איינמאל זי האט זוכה געווען צו עפעס 'מער' פון די אנדערע, א פערטער קינד איז דאך זיכער מער ווי די אנדערע וועלן האבן, יעצט האט זי זיך פארזיכערט מיט עפעס וואס וועט איר ברענגען שעצונג און ליבע ביי איר מאן [און ווי די מדרש דערציילט, האט טאקע אזוי פאסירט, אזש רחל האט גאר אנגעהויבן מורא האבן אז יעקב וועט איר אפ'גט'ן].

ווען לאה האט געבוירן איר פערטער קינד, האט זי געוואוסט קלאר אז זי איז אנגעקומען צו א נייע שטאפל. זי שטייט העכער פון די אנדערע ווייבער פון יעקב, און זי וועט זיין באליבט ביי אים. דערפאר האט זי נישט געדארפט אויסדריקן קיין קרעכץ, און ניטאמאל קיין האפענונג פארן עתיד. זי האט שוין געשמייכלט, און זי האט עס ארויסגעברענגט מיט די ווערטער "הפעם אודה את ה'", דאסמאל וועל איך לויבן גאט, ווייל דאסמאל איז מיין שמחה גאנץ!

די געדאנק וואס ליגט אונטער דעם איז, אז א זאך וואס יעדער פארשטייט אז דו דארפסט עס טון, איז נישט קיין קונץ און קיין גדולה ווען דו טוסט עס טאקע. ווען דו טוסט עפעס מער ווי די געווענליכע טאג-טעגליכע רוטין, בבחינת 'צדק צדק תרדוף', און דאס איז דוקא עפעס מער פון וואס דו דארפסט ווען טון, דאן ווערסטו באליבט ביי די וואס קענען דיר, דאן הייסט דאס א ריכטיגע לעבן - 'למען תחיה', און דאן נעמט גאט אן דיין תשובה. דו דארפסט נאר ארויסווייזן מער אינטערעסע ווי די דורכשניטליכע חיי יום יום.
אט דאס איז דער לימוד פון 'הפעם אודה את ה''. מיר קענען זיך פרייען, נאכן טון עפעס מער פון רוטין, און דאס איז אונזער ארבעט אין חודש אלול, און דאס קומט דווקא מיט א פאזיטיווע בליק, א שמחה'דיגע בליק פון הפעם אודה את ה'.[/justify]

ארויפגעברענגט צוליב די לעצטע וואכעדיגע פרשה.
פארשפארט