הוציאה ממסגר נפשי (וועקער #4)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:36 am
עס איז גאנץ אן אפטע ערשיינונג וואס מען זעהט א קינד וואס איז נאר אפן צו איינע פון די עלטערן און נאר מיט יענעם טיילט ער מיט זיינע געפיהלן און איבערלעבענישן, און פארן צווייטן ווייזט ער ארויס א קאלטקייט און וועט זיך שטענדיג ארויסדרייען פון האבן א נאנטע קשר מיט יענעם. דאס ווייזט נישט קיין שום חסרון כלפי יענעם און עס איז נישט דא קיין סיבה צו ווערן געבאדערט דערפון.
עס איז גאנץ מעגליך אז מיט וועם ער איז מער באהאפטן טיילט מיט ענליכע תכונות הנפש וואס איז גורם א נאנטשאפט פון נאטור אויס. די עיקר אז דאס קינד איז כאטש נאנט מיט איינע פון זיינע עלטערן, די אנדערע זאל ווייזן פארן קינד אז ער איז צופרידן פון דעם וואס ער טיילט מיט זיינע געפיהלן פארן אנדערען און ער איז נישט געבאדערט דערפון. ער קען אים זאגן 'טאמער פיהלסטו סיי ווען אז דו ווילסט מיט מיר מיטטיילן סיי וואס וועל איך זיין מער ווי פרייליך דיר אויסצוהערן און שטיין ביי דיין זייט ווי ווייט מעגליך'.
עס זענען פארהאן קינדער וואס זענען אינגאנצן פארמאכט און פארשפארט, זיי טיילן נישט מיט גארנישט פון זייערע געפיהלן און מיטלעבענישן מיט קיינעם, עס קען זיין אפאר סיבות צום ערשיינונג, אסאך מאל קומט דאס מכח וואס איינע פון די עלטערן איז אויך אזוי בטבע און דאס גייט אריבער די די ען עי, צומאל קען עס קומען פון א טראומע וואס דאס קינד האט אמאל בייגעוואוינט, אדער אנדערע סיבות.
נישט משנה וואס די סיבה איז, איז קלאר אז יעדעס קינד האט געפיהלן און מיטלעבענישן וואס מאכן אים פרייליך/טרויעריג/גערעגט וכדו', און עס איז זייער וויכטיג אז ער זאל דאס מיטטיילן מיט אנדערע, 'געפיהלן וואס בלייבן אינעווייניג וועלן איין טאג אויספלאצן אויף גאר אומאיינגענעמע אופנים', די עלטערן ברויכן דאס אבער טוהן שטייטליך און זיין געווארענט פון צו לייגן דרוק אויפן קינד וואס איז געווענליך גורם דאס פארקערטע און ווען דאס קינד פיהלט זיך געדרוקט וועט ער זיך מער פארמאכן.
עס איז כדאי אז די עלטערן זאלן רעדן מיטן קינד וואס מער, אים מיטטיילן מיט זאכן וואס זיי טוען, ערקלערן בטו"ד וויזוי זאכן ארבעטן, (לדוגמה: טאמער האסטו א געפיהל צו קארס, זיי אים מסביר די חילוקים און איינגענארטיגקייטן פון יעדע קאר וכדו') וכמים פנים לפנים דאס עצם רעדן אסאך צום קינד וועט געווענליך גורם זיין אז דאס קינד זאל אויך אנהייבן צו רעדן. אזוי אויך איז וויכטיג אז עלטערן זאלן מיטטיילן מיטן קינד זייערע הרגשים וואס זיי פיהלן אין אלע סארט מצבים דאס וועט גורם זיין אז דאס קינד זאל אנהייבן לייגן געוויכט אויף זיינע אייגענע הרגשים און זיי מיטטיילן מיט די עלטערן, פארשטייט זיך אז מען זאל זיך אינטערסירן אין די הרגשים פונעם קינד, לדוגמה אים זאגן: 'איך זעה אז דאס מאכט דיר פרייליך' אדער, 'איך מערק אין דיין שטימע אז עפעס באדערט דיך' וכדו', דאס וועט צוברענגן אז דאס קינד זאל רעדן דערפון.
עס איז אויך געזונט אז עלטערן זאלן מפעם לפעם מיטטיילן מיטן קינד זייערע ספיקות און דילעמעס מיט וואס זיי ספראווענען זיך, אדער מיט שוועריגקייטן וואס זיי גייען אריבער מען קען זיי אויך צומאל פרעגן אן עצה און איר וועט זיין איבעראשט צו הערן אסאך מאל קלוגע עצות פון אייער קינדער.
דאס אלס פארשטארקערט די קשר צווישן די עלטערן מיטן קינד, אז א קינד פיהלט אז די עלטערן זענען גענוג נאנט מיט אים אויף מיטצוטיילן מיט אים זייערע פריוואטע ענינים און זענען אים מחשיב אויף צו הערן זיין דעה ברענגט דאס א שטארקע קירבה און קשר. נאך א מעלה ווען מען טיילט מיט מיטן קינד שוועריגקייטן וואס מען גייט אריבער זעהט די קינד אז ער איז נישט די איינציגסטער וואס האט פראבלעמען אין לעבן. און דאס לערנט אויך דעם קינד אז מען טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין און מיט סייעתא דשמיא קען מען אלעס אדורך מאכן בשלום. ווי פארשטענדליך איז נישט אלעס פאסיג אויף מיטצוטיילן מיטן קינד, מען דארף האבן שכל און אפילו וואס מען טיילט יא מיט זאל מען נישט גורם זיין חלילה א פאניק ביים קינד.
אסאך מאל איז די סיבה צום פארמאכטקייט פונעם קינד מחמת בושה, ער פיהלט אז טאמער וועט ער מיטטיילן זיינע הרגשים און מיטלעבענישן וועט מען אים אנקוקן קינדיש. עס וואלט געווען ראטזאם אין אזא פאל אז די עלטערן זאלן מיטטיילן זייערע ענליכע הרגשים וואס זיי האבן געהאט אלס קינד אזוי ארום וועט דאס קינד איינזעהן אז ער איז בארעכטיגט מיט די הרגשים און דאס וועט אוועקנעמען זיין בושה און ער וועט זיך מער עפענען.