בלאט 1 פון 1
דראמאטישע נייעס: נאצי מערדער פון 15000 אידען אנדעקט!!
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 11:48 am
דורך [NAMELESS]
די ״סאן״ צייטונג פון ענגלאנד האט באוויזן אויפצודעקען די באהעלטעניש פון א ברוטאלע נאצי מערדער ימח שמו וזכרו וואס האט געשיקט 15000 אונגארישע אידען צו טויט
מ׳האט אים שוין געטראפען 15 יאהר צוריק אבער ער האט באוויזען צו אנטלןיפן, און זיך באהאלטען ביז יעצט. ער איז יעצט 97 יאהר אלט, און האפענטליך וועט ער יעצט באצאלען פאר זיין אכזריות.
די סאן שרייבט אז בשעת די מלחמה האט ער געהאט א ספעציעלע פארגעניגען שמייסען און רצחענען און געצווינגען אידען הי״ד צו גראבען זייערער אייגענע קברים מיט די בלויזע הענט
ליינט דא די באריכט און בילדער פון די מערדער
http://www.thesun.co.uk/sol/homepage/ne ... hwitz.html
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 11:51 am
דורך זר זהב
איז ער אונטער ארעסט איצטערט?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 11:53 am
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:איז ער אונטער ארעסט איצטערט?
איך האב נישט געזעהן אין באריכט.
איך האף א מ׳וואטשט כאטש אז ער זאל נישט אנטלןיפען
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:00 pm
דורך DotCom
סאיז אן אומבאשרייבליכער ווייטאג צו זעהן ווי דער מענטש וואס האט געפייניגט און גע'הרגט אונזערע זיידעס און באבעס איז געזונט און לעבט און לאכט ביי די 97, ער גייט אן קיין הילף און מאכט אליינס זיין גראסערי'ס, נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.
אגב, איך זעה ער איז געווען אין שטאט kassa איז דאס קאשוי?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:06 pm
דורך זר זהב
ס'סאך א גערעסערער ווייטאג אז מ'גייט מיט אים גארנישט טון. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אים צושניטן מיט א מעסער אבר ביי אבר אנגעהויבן פונעם קלענסטן פינגער פון די פיס און דערנאך פארברענט לעבעדיגערהייט.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:ס'סאך א גערעסערער ווייטאג אז מ'גייט מיט אים גארנישט טון. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אים צושניטן מיט א מעסער אבר ביי אבר אנגעהויבן פונעם קלענסטן פינגער פון די פיס און דערנאך פארברענט לעבעדיגערהייט.
ווי זעהסטו אז מ׳גייט אים גארנישט טוהן??
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:09 pm
דורך זר זהב
ווילאנג זיין פראצעס וועט אנגיין וועלן מיר שוין האבן ווייסע בערד און ער וועט שוין זיין אין שפיטאל פאר אלע סארט נאטורליכע קראנקהייטן, ווארט צו.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:ווילאנג זיין פראצעס וועט אנגיין וועלן מיר שוין האבן ווייסע בערד און ער וועט שוין זיין אין שפיטאל פאר אלע סארט נאטורליכע קראנקהייטן, ווארט צו.
אז ער זאל שטיין פאר א פראצעס איז אויך גיט. ס׳איז נישט געוועהן קיין פאן פאר דעמאניאק צו שטיין פאר א פראטעסט
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:15 pm
דורך עס עפעס
פון די עברית וויקיפעדיע בלאט זעהט יא אויס אז ס'איז קאשוי
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%A6%D7%94
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 12:37 pm
דורך יידל
אייגענטליך זעט יא אויס אז ס'איז קאשוי. זע וואס זיי שרייבן וויאזוי מ'זאגט עס אין אונגאריש. (אדער קליק
דא)
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:42 pm
דורך איך אויך
עס שטייט קלאר. He fled Kassa — now renamed Kosice in Slovakia — after the Allied victory and was sentenced to death for war crimes in his absence in Czechoslovakia in 1948.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:17 pm
דורך קווארטין
סאו ווי איז דער וואגאבונד היצט?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 9:23 pm
דורך זר זהב
ער איז נישט וואו ער דארף צו זיין, טראסט מיך
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 10:53 pm
דורך פראפעסאר שפירא
לכאורה דארף ער דאך נישט קיין פראצעס, ער שרייבט דאך אז מען האט עים שוין דן געווען למיתה, כ'האלט מען דארף עים אויפהענגען אין א פאבליק סקווער, אין עים לאזען הענגען ביז די פייגלעך עסען זיין פלייש,
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 12:23 am
דורך [NAMELESS]
עס איז א ווייטאג אז דער מערדער האט דערלעבט זיבן און ניינציג אין א גוטן געזונט צושטאנד, וויפיל טויזנטער אידן האבן נישט געהאט קיין שאנס בכלל צו טועם זיין דאס לעבן וועגן אים, און דער שייגעץ גייט אוון לעבט זיבן און ניינציג?!
אבער, וואס קען מען טון, די וועלט רעדט זיך נישט מיט מיר דורך, כאטשיג האט מען אים אויף די ענדע געכאפט, זאל ער נישט פייגרן מיט א שמייכל אויפן פנים אז ער האט יעדן אנגעבלאפט, און זאל זיין פאל דינען אלס נאך א דערמאנונג און אויפשוידער איבערן ביטערן חורבן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:19 am
דורך זר זהב
קווארטין האט געשריבן:סאו ווי איז דער וואגאבונד היצט?
מ'האט אים ארעסטירט
http://www.jpost.com/JewishWorld/Jewish ... ?id=277916