(פון אייוועלט)
איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט וואס די רבי זכרונו לברכה וואלט געזאגט צו די היינטיגע מוסדות סעלקציעס וואו מען קלייבט זיך מיט קינדער ווי מיט אתרוגים פאר סוכות. די וואך האב איך באקומען מיין אנטווארט אין די ראמען פון "די צייטונג" און דורך נישט קיין אנדערער ווי הרב מנשה פילאף אונטער זיין פסעוודאנים י. מ. סופר.
וועלן מיר איבער געבן דעם ווארט פאר ר' מנשה וואס ער ברענגט פון א בריוו וואס ר' זלמן בינער ז"ל, א מלמד תשב"ר אין די סאטמארער מוסד אין אנטווערפן, האט פארצייכענט בימים ההם ווען ער האט זיך געטראפן מיטן רבין אין שווייץ תשי"ט:
"איך האב געפרעגט(דעם רבין) וואס פארא שטעלונג צו נעמען איבער אריינעמען תלמידים אין די ת"ת וואס זייערע עלטערן שיקן זיי אין די זומער חדשים צו קעמפ "אגודה", און די קינדער קומען דארט צוריק מיט גאר אנדערע מיינוגען אויף אונזער מוסד, וואס אויב וואלטן מיר נישט געווען אנגעוויזן אויף די שטיצע פון די שטאט לייט וואלטן מיר געקענט ארויפצווינגען אויף זיי אונזער מיינוג, אז מען זאל נישט שיקן אין קעמפ אגודה, ווייל פארוואס זאלן מיר זיך פלאגן אויפן חינוך פון אזעלעכע תלמידים וועלכע וועלן מעגליך נאך זיין אונזערע שונאים?
דער רבי האט אונז מסביר געווען אז אפילו מיר וואלטן נישט געווען אנגעוויזן אויף די שטיצע פון אינדרויסן קענען מיר נישט ארויפצווינגען אונזער מיינוג, ווייל אויב די עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער צו קעמפ אגודת ישראל איז זיכער דא אסך אזעלעכע מענטשן (...עפעס פעלט דא). די קינדער פירן נאר אויס זייער עלטערנס באפעל, און אונז טארן מיר נישט דוחה זיין זיין קיין נפשות וואס קומען לערנען אין אונזער ת"ת. "אין לדחות נפשות"!
דער רבי האט אנגעוויזן אז אויך אין אמעריקע נעמען מיר אינגלעך וועלכע זענען געגאנגען מיט א טשופ אויף קאפ, אבער נאכן לערנען אין אונזער חדר ווערן זיי אינגאנצען גענדערט צום גוטן ער ווערט א תלמיד חכם אין א חסיד מער ווי א סאך פון אונזערע. דער עיקר איז אויב וויל דער טאטע שיקן זיין זון צו א סאטמארער מוסד, איז ער שוין נאנט צו אונז בדעה. ווידער אויב וועט אים אונזער חינוך נישט געפעלן, וועט ער ממילא נישט בלייבן מיט אונז, אבער אונז טארן מיר נישט דוחה זיין בידים".
לעכטיגע ווערטער און אזא צייט פון טינקעלקייט.
דעת רביה"ק מסאטמאר איבער די היינטיגע מוסדות סעלעקציעס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
דעת רביה"ק מסאטמאר איבער די היינטיגע מוסדות סעלעקציעס
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
הרב זלמן בינער האב איך מורא אז קנאים קענען נישט געטרויען, ווייל איך געדענק אים פערזענליך (פון וויליאמסבורג) אלס גאר ווייעכער פיינער מענטש (איך נעם מיך נישט אינטער אז אלע האבן אויף אים דער מיינונג). ער האט אויך פראבירט אריין צוברענגען חכמת הדיקדוק אין סאטמאר (זיין קונטרס׳ל וואס איך האב געטראפן אין א ספרים סטאר האט מיר אריין געפירט אינעם עולם הדיקדוק), וואס פאנאטיסטן זענען נישט נאנט צו אזעלעכע רעיונות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).