בלאט 1 פון 2

קרית יואל vs סקיוורא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:10 pm
דורך town1
קרית יואל vs סקיוורא
איך זע אז עס איז נישט דא א אשכול איבער דעם
אין קרית יואל מעג מען וואוינען ווי מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר וואוינען אין שטעטל
אין קרית יואל מעג מען דאווענען מעריב ווען מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר ביז חצות
אין קרית יואל מעג זיין הונדערטער מנינים שבת אין סקיוורא מעג נאר זיין איין מנין שבת
אין סקיוורא מעג מען פארן מיט א צוויי רעדלדיגער בייק אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא מעג מען פארקויפן די שטערן, זמן, משפחה, אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא איז דא נאר איין חסידות אין קרית יואל איז דא סאטמאר, טאהש ,תולדות אהרן, ברסלב,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:19 am
דורך שמעקעדיג
סקיוורא?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:22 am
דורך [NAMELESS]
אין קרית יואל ספעלט מען סקיוורא אין סקווירא שרייבט מען סקווירא.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:49 am
דורך ביבער
זייער שיין. יעצט מאך סיריע ווס איראן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:45 am
דורך יואב
אין קרית יואל הער איך טאר מען נישט פארקויפן סושי. וואס איז מיט סקווירא, זיי סקאורן א פאוינט דא, אדער דארט טאר מען אויך נישט?

אזוי אויך, אין קרית יואל זענען פיצא-געשעפטן נישט ערלויבט צו זיין אפען מוצאי שבת, וואס איז מיט סקווירא?

אין קרית יואל מעג נאר מהר"א זיין מסדר קידושין, ווידער אין גלילות אויב פארלעצט מען, ווערט מען אריינגעשריבן אין פנקס הקהילה. וואס איז די מעשה אין סקווירא?

אין סקווירא איז דא א פרויען זייט און א מענער זייט, דוכט זיך אבער אז קרית יואל כהיום פארמאגט שוין אויך אזא געדאנק.

אין סקווירא דוכט זיך קען מען קויפן גאם בלויז מיט א פריסקריפשאן, איידי, און פאר סיי וועלכן פלעיוואר אויסער פעפער-מינט — נאר מיט פרייער-אויטעריזעישאן. קרית יואל איז עס אווער-דע-קאונטער, כאטש מיט א באגרעניצטן צאל הכשרים.

אין סקווירא שול איז דא זייף ביי די סינקס נעבן ביסקיסעס. גרויסער שול אין קרית יואל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:15 am
דורך [NAMELESS]
אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:36 pm
דורך שלום על ישראל
שלום שטיסל האט געשריבן:דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.

חוץ אויב די העיליגער שאפירט זיין קאר, וויאזוי איז מעגליך צו אריינגיין אין א קאר [קודם] מיטן רעכטע פיס פון די רעכטע אריינגאנג? אפשר לייגט ער זיך אריין אויפן בויך?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:45 pm
דורך פעינטער
שלום על ישראל האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.

חוץ אויב די העיליגער שאפירט זיין קאר, וויאזוי איז מעגליך צו אריינגיין אין א קאר [קודם] מיטן רעכטע פיס פון די רעכטע אריינגאנג? אפשר לייגט ער זיך אריין אויפן בויך?

ער האט צוויי רעכטע פיס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:46 pm
דורך פעינטער
שלום שטיסל האט געשריבן:אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.


אז די רעדסט פין בערד וועסטע זעין אז. כמעט יעדער האט די זעלבע בארד ווי דעים רעבין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:סקיוורא?

שמעקעדיג: דער מחבר שליט"א ליידט אויף דיסלעקסיע. אדער דארף ער נייע גלעזער... :lol:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:03 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קרית יואל vs סקווירא

איינער פון זיי איז די רבי א פיינער און די חסידים רשעים
און די אנדערע זענען די חסידים פיינע און די רבי איז א רשע

אבער עס ארבעט ביידע וועגען... מען קאן עס זאגען אויף ביידע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:14 pm
דורך לך לך
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:קרית יואל vs סקווירא

איינער פון זיי איז די רבי א פיינער און די חסידים רשעים
און די אנדערע זענען די חסידים פיינע און די רבי איז א רשע
:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
פעינטער האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.


אז די רעדסט פין בערד וועסטע זעין אז. כמעט יעדער האט די זעלבע בארד ווי דעים רעבין

ס'האט צוטוהן וועמען די עלטערן האבן אינזינען בשעת המשכת הנשמות, היינו טעמא דסקווירא וסאטמאר והיינו טעמא דב....

Re: קרית יואל vs סקיוורא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:47 pm
דורך געוואלדיג
אין גרויסע שטעט טרעפן זיך אלס 10 אנוסים.

Re: קרית יואל vs סקיוורא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:49 pm
דורך רוסישער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?

זיי לייענען ק"ש בלא ברכותי' פאר חצות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:01 pm
דורך חנווני
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אין קרית יואל ספעלט מען סקיוורא אין סקווירא שרייבט מען סקווירא.

אין קרית יואל אליין ווייס איך נישט אבער אין Town ספעלט מען עס זיכער סקיוורא..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:29 am
דורך דריידל
אין קרית יואל ווארפט מען אייער; אין סקווירא פארברענט מען
אין קרית יואל עסט מען די רעביצין'ס טשיס קעיק; אין סקווירא איז מען מקפיד אויף צוויבל קוגל
אין קרית יואל מאכט מען א הדלקה לג בעומר; אין סקווירא אאפס...., סקווירא מאכט שוין היינט אויך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:54 am
דורך דער דאס
מיינסטו צו זאגן אז ס'איז בעסיקלי די זעלבע? דא רעדט מען וואס איז אנדערש..

Re: קרית יואל vs סקיוורא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:09 am
דורך אהרן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.

אפשר ברענגסטו א מקור להיתר פאר 10 אידן צו דאווענען ביחידות

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:56 am
דורך berlbalaguleh
יואב: ווער דארף זייף נעבן בעסקיסע? נאך דעי מאדערנע זאך ווילסטו איינפיהרן ביי אונז אין די הייליגע קרי'...?!
נאר נאכדעם גייט מען און מ'באטאפט די טשיקן פון שיריים מיט די זעלבע פאר--- הענט... :roll:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:44 pm
דורך אייז קריעם
און סקווירא איז מיתה בשריפה
און קרית יואל בסקילה