בלאט 1 פון 1

אויפזיכט אויף היימישע צדקה קאסע'ס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:45 am
דורך יאסל ראקאווער
לעצטענס איז מיר אויסגעקומן צו איבערגיין די ביכער פון א גרויסע היימישע ארגענעזאציע. ווי כמעט יעדע היימישע צדקה איז די שפיץ בעל הבית למעשה איין יחיד. די הפקירות און גניבות איז רח"ל תסמר שערות אנוש. איך גיי נישט דא מפרסם זיין די נאמען ווייל איך האב נאך נישט געהאט א געלעגעהייט פארצוהאלטן די גבאי וואס פירט עס אן. ס'קען ער האט תירוצים אויף אלעס.

נישט לאנג צוריק האט די אידישע גאס אויפגערידערט ווען א בית דין און פלעטבוש האט ארויס געגעבן א פסק אז ר' יעקב פעטמאן, די לאנג יעריגע גבאי צדקה פון ישיבת אש התורה קומט אש התורה צוואנציג מיליאן דאללער פאר גניבות וגזילות במשך פון די זיבעצען יאר וואס ער האט אנגעפירט די אש התורה צדקה אפאראט. די פסק בית דין האט שפעטער געפירט אז די דיסטריקט אטארני פון ניו יארק האט געברענגט קרימינאלע charges אנקעגען פעטמאן.
http://jewishbusinessnews.com/2015/07/0 ... ezzlement/

איך שלאג פאר אז ס'זאל זיך יאווען א השגחה אויף מוסדות צדקה אנגעפירט דורך א reputable אקאנטינג פירמע.

איך קען אזויפיל זאגן. איך בין נישט די גרעסטע בעל צדקה אבער איינמאל אזא הכשר קומט אפיר איז נישט קיין chance און די וועלט אז א ארגענעזאציע וואס איז נישט איבערגעקוקט דורך דרויסענדיגע independent משגיחים זאל באקומען פיפציג צענט פון מיר. איך שטעל מיך פאר אנדערע בעלי צדקה וועלן האבן די זעלבע צוגאנג.

איך טראכט ס'נישט קיין שלעכטע ביזנעס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:05 am
דורך הוגה
א הכשר וועט העלפן? ווייל הכשרים ביז היינט איז נישט איין שטיק קאראפציע? ערבך ערבא צריך. מ'דארף געבן צדקה פאר מענטשן און שוין. כי ימוך אחיך וגו'. (דיסקלעימער, איך פסק'ן נישט אז מ'זאל נישט געבן פאר ארגעניזאציעס, איך פרעג נאר אויף דיין solution.)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:33 am
דורך יאסל ראקאווער
ווען איך זאג הכשר מיינסטו עפעס נאך א "אינו עוסק בישייבו של עולםניק". ניין איך רעדט פון אן אקאונטינג פירמע. טראכט אזאנס ווי Abe Roth CPA אדער Soul Friedman CPA. די אידן פירן אן מיט גרויסע אקאונטינג פירמס און זיי זענען מוחזק נישט צו געבן א certified audit פאר גניבות.

אוודאי וועט מען ווייטער דארפן די בריוו פון רבי חיים און מונקאטשע רב זיי זאלן מעיד זיין אז די ארגענעזאציע לכשעצמה טוט אויסגעהאלטענע חשובע מעשים.

די audit איז נאר געגן פאלנע גניבות. אדער ווי די גבאי צדקה רופן עס כלפי די IRS; א שינוי מצדקה לצדקה וד"ל. וואס אפילו אויב ס'איז אמת איז עס קלאר אסור אין הלכה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:00 am
דורך דולה ומשקה
יאסל ראקאווער האט געשריבן:נישט לאנג צוריק האט די אידישע גאס אויפגערידערט ווען א בית דין און פלעטבוש האט ארויס געגעבן א פסק אז ר' יעקב פעטמאן, די לאנג יעריגע גבאי צדקה פון ישיבת אש התורה קומט אש התורה צוואנציג מיליאן דאללער פאר גניבות וגזילות במשך פון די זיבעצען יאר וואס ער האט אנגעפירט די אש התורה צדקה אפאראט. די פסק בית דין האט שפעטער געפירט אז די דיסטריקט אטארני פון ניו יארק האט געברענגט קרימינאלע charges אנקעגען פעטמאן.


ס'דערמאנט מיר דער מעשה ווען דער רש"ג איז געקומען מיט א טענה צום שוואגער אז איינער פון די פארוואלטער אינעם הנהלת הגשמי פון תומכי תמימים ציפט אראפ פאר זיך מעשר ראשון שני ועני, און ער וויל איהם פארשיקן. האט איהם דער ליבאוויטשער רבי געזאגט אז מ'טראכט אריין באמת איז זיין געהאלט לפי ערך היפש מאגער נאר ער איז אריין געקומען ווייל מ'האט איהם געבעטן, מער פון דעם דעקט ער די הוצאות אן קיין פראבלעם, וואס ווייסט מען ווער וועט איהם פארטרעטן עט קודם זיך אינזין האבן און עס וועט זיין פיל ערגער. למעשה האט זיך ארויס געוויזען דער קליגשאפט פון דער רבי יארן שפעטער, ווען דער יענער האט זיך אליינס אפגעזאגט, צוליב אייגענע אינטערעסע, און במקומו האט מען אויפגענומען דריי אידן אויף זיין פלאץ און אין די מיטעלע תש"מ יארן האט זיך תומכי תמימים געזעהן אין א גרויסע פיניאציעלע לאך.

דער פעטמאן האט אריין געברענגט העכער צוויי הונדרעט מיליון דוללער!!! אין די 17 יאר, וואס פון דעם רעדט מען נישט, נאר פון דער 20 אויף וואטס ער האט געמאכט א לקיחה, למעשה האט ער יעדער יאר אריין געברענגט אויף וואס ער איז געוועהן פאראנווארטליך און פיל מער. נאר דער נייע הנהלה (יונגע בלוט...)האט אנגעהויבן איבערצוגיין די ביכער בלא בלא בלא האבן זיי זיך געטראפען מיט 20 מיליון דוללער ווייניגער. דאס וואס פעטמאן האט אריין געברענגט וועלן די נייע יונגע הנהלה קיינמאל נישט קענען באוווייזען. מ'דארף אמאל וויסן ווי אן און ווי אויס, ספעציעל ווען מ'רעדט פון א מוסד פון א סורפלאס פון איבער 450 מיליון דוללער.

יעצט לענינינו, די מוסדות התורה זאגן כסדא אז מ'דארף גיין וואוטן פאר פלוני אויף עלעקשן טאג, ווייל ער טוט טובות לרחצה פאר די החזקת ועצם קיומו פונעם מוסד מיט אריין ברענגען אן א שיעור פראגראמס וכדומיהם למיניהם. ווען דער יחיד פרעגט אלץ יחיד "וואס האב איך דערפון." איז דער תירוץ וואס קומט גאנץ פשוט "דער שכר לימוד וועט ארויף גיין פיל פאכיג". גיבן זיי דען ארויס א פונקטליכע חשבון פון זייער הוצאות? א חשבון פון וויפיל מיליונען קומט אריין פון די שטאטישע באאמטער דורך די פראגראמס? וויפיל סאך הכל קומט אריין פון זייערע דינערס? אז איך זאל טאקע קענען אליינס מאכען א אייגענע חשבון?

די אויבער דערמאנטער איז לגבי מוסדות, אבער אן א שיעור פריוואטע צדקה צוועקן וואס לאזט זייערע אמת'ע הוצאוה והכנסה א גרויסע געהיים, נעם למשל עזר לבחורים דעם זוממער האבן זיי געפאוקט זיי האבן א באדזשעט פון איבער צוויי מיליון דוללער!!! נחמת ישראל??? ר' יעקב בער טייטלבוים וויל אנקניפן קשרים מיט נייע פילאנטראפען פון די ליטווישע און מאדערנע קרייזען אונטער דער שלייער פון ילדי צרפת! וכהנה רבות וואס איז מיט די חסד לאברהם מוסדות? עטליכע יאר צוריק האט סקולען מייסד געוועהן אזא סארט קופת העיר, געמאכט עטליכע שווערע טויזענטערס אין דערנאך איז עס געגאנגען שלאפען.

ווילסטו באמת געבן צדקה לשם צדקה, דאן געב באופן מתן בסתר פאר דיין ברודער, קרוב, שכן, וואס דו ווייסט אז זיי האבן טאקע נישט קיין געלט, העלף זיי ארויס. דאס מיינט צדקה כי ימוך אחיך, עני ליתום ואלמנה. נישט סאטמאר און נישט באבוב, סקווירא און פאפא וועט אינטערגיין מחמת חסרון כיס בליוו מי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:43 am
דורך [NAMELESS]
זייער א אמת'ע און וויכטיגע טענה. ב כלל איז דא אזויפיל מיסטראסט ביי די היימישע עולם ווייל מ'ווייסט אז ס'דא אסאך גניבות.

דא איז נאך א אשכול וועגן דעם
viewtopic.php?f=24&t=5176

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:48 am
דורך בן נריהו
/

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:26 pm
דורך שלום על ישראל
גמרא, בבא בתרא ח:' האט געשריבן:תנו רבנן קופה של צדקה נגבית בשניים ומתחלקת בשלושה. נגבית בשניים - שאין עושין שררות על הציבור פחות משניים, ומתחלקת בשלושה - כדיני ממונות. תמחוי נגבית בשלושה ומתחלקת בשלושה, שגבויה וחלוקה שווים.

נפסק הלכה למעשה ברמב"ם (ספר זרעים, הלכות מתנות עניים, פרק ט').