בלאט 1 פון 1

ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:02 am
דורך טרויבן88
בילד

ליינענדיג דער איד די וואך זע איך א מעשה איבער א חבירים מיטגליד וועלכער האט באקומען א טיקעט אויפן פאליסעדס פארן אויסהעלפן א מענטש מיט א צובראכענע קאר, די ארטיקל איז באגלייט מיט מעשית איבער די אגענטור איבער זייערע מעשים און אז זיי רעכענען זיך נישט מיט מינאריטעטן איז אז אפילו די שווארצע ליידן אויך ( קוק וועלכע פריינד מיר האבן געטראפן און די מערכה) איינע פון די פונקטן וואס די ארטיקל פרובירט צו טענען איז, אז וויבאלד מען נעמט נישט קיין געלט פאר די סערוויס דעריבער מעג די מעמבער יא פיקסן א קאר אינמיטן די שאססיי אדער אינמיטן וועג... הקיצור די ארטיקל שוימט,
צים סויף ענדיגט די ארטיקל אז מען פארשט אויס די אינצידענט (פארשטייט זיך...) אבער אן אפיציר זאגט אז די געזעץ איז אז מען טאר נישט מאכן קיין ריפעירס אינמיטן וועג, אן זיין לייסענסט, און דאס האט נישט ציטון צי מען נעמט געלט צי נישט.... און ער זאגט אז חברים זאל מאכן א לייסענס.
איז איך פארשטיי נישט (חוץ אויב עפעס איז ראנג מיט מיר) וואס איז די פראבלעם אז חברים זאל גיין און מאכן א לייסענס??? מיז דא בלייבן אזוי ווי אפגאניסטאן אץווי סנישט דא קיין געזעץ? ווען וועט מען זיך אויסלערנען אז עס איז דא אזא זאך ווי געזעץ? די חברים ווייסט אז אז די פאליסעדס האט אזא געזעץ! איז פארוואס מיז מען בלייבן פרימיטיוו? האסט א פראבלעם מיט די געזעץ? גיי אין לאבי נוי דזערסי דינג פריעדלענדער צי מבטל זיין די געזעץ... און מיש אונז נישט אריין און די געפעכט...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:24 am
דורך מאטי
כאפסט נישט? זיי האבן זייער אייגענע לייס$ע$נסד פירמעס, מ'קען נישט סתם אזוי באקומען א פערמיט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:54 am
דורך [NAMELESS]
צוויי וואכן צוריק בין איך געפארן מיט א חבר אין א קאר. ער איז אפגעשטעלט געווארן פאר'ן דורעכפארן א סטאפ סיין. בשעת ער האט ארויסגענומען זיין לייסענס פון זיין בערזעל האט די פאליס געזעהן זיין חברים קארד, האט ער אים געלאזט גיין ווייטער אהן געבן א טיקעט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:25 pm
דורך ווייל אזוי
лпم iοوԴ האט געשריבן:צוויי וואכן צוריק בין איך געפארן מיט א חבר אין א קאר. ער איז אפגעשטעלט געווארן פאר'ן דורעכפארן א סטאפ סיין. בשעת ער האט ארויסגענומען זיין לייסענס פון זיין בערזעל האט די פאליס געזעהן זיין חברים קארד, האט ער אים געלאזט גיין ווייטער אהן געבן א טיקעט.

וועלעכע פאליציי אגאנטור? די פאליסעידס פאליס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:32 pm
דורך געוואלדיג
געוואלדיג עשה את התמונה ישר.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:57 pm
דורך סימפל
נא וואס זאל ער טון אז א איד איז יעצט סטאק אויפן היי וועי און ער האט נישט קיין לייסענס? זאל ער יעצט גיין שטיין אויפן ליין ביי די DMV צו מאכן לייסענס?
העטס אף פאר דער וואלונטור פארן גיין העלפן א צווייטן איד וואס איז סטאק אויפן היי וועי, דערביי וויסענדיג אז ער נעמט די ריסק פון באקומען א טיקעט פון די אומשכלדיגע פאלעסעידס פאליס וואס געבן טיקעטס פארן פארן אויף דריי און זעכציג.

חרידיםזענעןאויךגוט#

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל אזוי האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:צוויי וואכן צוריק בין איך געפארן מיט א חבר אין א קאר. ער איז אפגעשטעלט געווארן פאר'ן דורעכפארן א סטאפ סיין. בשעת ער האט ארויסגענומען זיין לייסענס פון זיין בערזעל האט די פאליס געזעהן זיין חברים קארד, האט ער אים געלאזט גיין ווייטער אהן געבן א טיקעט.

וועלעכע פאליציי אגאנטור? די פאליסעידס פאליס?

NYPD

Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:17 pm
דורך טרויבן88
מאטי האט געשריבן:כאפסט נישט? זיי האבן זייער אייגענע לייס$ע$נסד פירמעס, מ'קען נישט סתם אזוי באקומען א פערמיט.

פון די פאליציי'ס ווערטער זעט נישט אויס אזוי

Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:19 pm
דורך טרויבן88
סימפל האט געשריבן:נא וואס זאל ער טון אז א איד איז יעצט סטאק אויפן היי וועי און ער האט נישט קיין לייסענס? זאל ער יעצט גיין שטיין אויפן ליין ביי די DMV צו מאכן לייסענס?
העטס אף פאר דער וואלונטור פארן גיין העלפן א צווייטן איד וואס איז סטאק אויפן היי וועי, דערביי וויסענדיג אז ער נעמט די ריסק פון באקומען א טיקעט פון די אומשכלדיגע פאלעסעידס פאליס וואס געבן טיקעטס פארן פארן אויף דריי און זעכציג.

חרידיםזענעןאויךגוט#

חברים זאל עס מאכן פארדעם... און ווי כאילו זיי גייען עס יעצט יא מאכן?? אוודאי נישט! פארוואס? ווייל מיר מוזן זיין העכער די געזעץ?

Re: ראסיזם/אומסענסטיוו אנטקעגן אידן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:20 pm

פאליסעידס