אינמיטן קלעטערן צווישן שטיינער
אין דעם דזאנגעל מיינער
פרוביר איך צו האלטן מיין בליק
אויף וואס עס פיעלט ריכטיג
צומאל בליצט א רעיון
ארויס פונעם אייביגער מעיין
וויל איך עס איבערקייען
מיט חברים אין די רייען
אנשטאט אנהייבן א נייער שמועס
אויף סליחות צו אויף די תקיעות
טראכט איך אז עס איז כיאות
צו האלטן ביי א מאס
פאר דעם טוה איך באשטימען
אויסצוגיסן דא דערינען
מיינע זעלישע ברומען
פאר אייך צו פארגינען
מבשרי אחזה אלו-ה געדאנקען פונעם געטליכען לעבן
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: מבשרי אחזה אלו-ה געדאנקען פונעם געטליכען לעבן
מיר האבן נארוואס אריבערגעשפרייזט דעם אנהויב פון די פערציג טעג פון תשובה וואס ציהט זיך פון ראש חודש אלול ביז יום הקדוש
מיר אלע ווייסן וואס תשובה איז ווי דער רמבם שרייבט די שלבים חרטה און קבלה לעתיד
דאס איז טאקע די פראקטישע חלק פון תשובה אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז תשובה האט א טיפערע באדייט אויך
תשובה מיינט זיך צוריק קערן אהיים אבער וואס טוט איינער וואס איז נאך נישט געווען דארט ווי קערט ער צוריק?
יעדער מענטש האט אין זיך א קול דממה דקה וואס זאגט איהם וואס ריכטיג איז און וואס דער אמת איז
דער קול איז דער טיעפסטער פלאץ אינעם נשמה וואס דאס איז מקושר צום מעיין החיים
דער קול וואס אנדערע רופן געוויסן איז נישט צומישט און ווייסט כסדר ווי צו גיין
אבער דער קול איז נישט דאמינאנט אינעם מענטש עס טוט זיך א שרייעריי און צומישעניש פון אונדערויסענדיגע זאכן וואס אפילו עס איז אינעם מענטש איז עס אבער נישט "דער" מענטש
דער פארשטאנד און אויסערליכע כוחות פונעם מענטש איז צומישט און פארבלאנזעט ער קען נישט זעהן קלאר ער ווייסט נישט וואס "ער" וויל טוהן
די ארבייט פונעם מענטש איז איז זיך צוריקצוקערן מיט זיינע אויסערליכע כלים צו זיין אונעווענדיגסטע פינטעלע וואס ווייסט וואס ער האט צו טוהן און דאס פאראיינונגען איינס מיטן צווייטן
און נישט סתם מיטן ארויפצווינגען דער פנימיות אויפן חיצוניות נאר באמת שלום מאכן צווישען זיי אז ביידע זאלן ווילן די זעלבע
די טעג פון אלול תשרי האט נישט א קלארע מקור אין די תורה אלס ימי תשובה אבער חז"ל האבן שוין אנגעוויזען אז דאס זענען די פערציג טעג וואס דער משה איז געווען אין הימל אפנעמען די צווייטע לוחות
ביי די ערשטע לוחות איז אלעס געקומען גרייט פון הימל וואס דאס איז געווען אהן באמת משלים זיין צווישען די אינערליכע רצונות און אויסערליכע און דאס זעהט מען האט טאקע נישט געהאט קיין קיום
אבער ביי די צווייטע לוחות האט משה ארויפגענומען די שטיינער און דער באשעפער האט געשריבען צו משלים זיין צווישען די נידעריגע אויסערליכע רצונות צו די אינערליכע געטליכע קוואל
און דאס האט געהאט א קיום און די תורה האלטן מיר
דאס איז די עבודה פון אלול אני לדודי ודודי לי צוזאמצוברענגען די טיפע געטליכע ווילן פונעם מענטש מיטן אויסערליכע ווילן ווי דער געטליכקייט איז פארדעקט צו וועלן איינס און די זעלבע

תמים תהיה עם ה' אלוקיך
תמימות האט צומאל א נעגאטיווע אפטייטש, א פלאטשיגער וואס איז נישט ברייט צו פארשטיין די קאמפליצירטקייט פון א זאך.
פון דער אנדערע זייט איז דא א חכם וואס מען רופט ביי אונז אן אויפגעקלערטער, ער זעהט די סתירות אין יעדע זאך, די אומקלארקייט, די צומישעניש
דער תם האט טאקע צומאל א גרינג לעבן ביז ער צוקלאפט זיך פון די שטיינער און אומקלארקייט וואס ער זעהט נישט, אבער דער חכם לעקט אויך נישט קיין האניג ער זעהט אלץ די שוועריקייט און קרומקייט אין יעדע זאך. וויאזוי קען מען זיין אפטימיסטיש ווען זאכן זענען אזוי נישט גראד?
דער געזונטסטער וועג פאר א מענטש איז א צוזאמשטעל פון ביידע.
אוודאי האט נישט קיין זין צו זיין שמאל און נישט זעהן די פראבלעמען און די הסתרים און א מענטש דארף לעבן מיטן קאמפליצירטע ריאליטעט און נישט חלילה זיך איינרעדן אז אלעס איז אויפן בעסטן און גראדסטער אופן אבער צו דעם דארף מען צולייגען א תמימות אז אפילו אין אלע סתירות און פראבלעמען איז דא באהאלטען א פינטעלע געטליכקייט און אמת וואס אפילו מען זעהט עס נישט פיהלט מען אז עס איז דא און אז טראץ די אלע הסתרים פיהרט אלעס צו דער זעלבע פלאץ און עס קומט פון דער זעלבע פלאץ
און דאס איז וואס די תורה זאגט תמים תהיה עם ה אלוקיך מען זאל זיין גאנץ מיטן אייבערשטען נישט מען זאל זיין בלינד נאר גאנץ אז דער גאנצע מציאות ווי קאמפליצירט און פארדרייט עס זאל נאר זיין איז אלעס איין שלימות

דער פריערדיגע געדאנק איז טיילווייז אינספירירט געווארען פון רבי יעקב נגןס ספר להתעורר ליום חדש וואס איז צוזאמגענומען פון די מאמרים אויף פרשת השבוע אויף די געוועב
לינק צום מאמר
לינק צום מאמר
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: מבשרי אחזה אלו-ה געדאנקען פונעם געטליכען לעבן
די וואך פרשת נוח איז דא צוויי פאסירונגען ווי דער וועלט האט גענומען א נישט ריכטיגע וועג און גאט האט געדארפט אינטערווינירען איין מאל ביי דור המבול און נאכדעם ביי דור הפלגה
די אינטערוענירונג איז געווען גאר אנדערש ביי דור המבול האט דער באשעפער חרוב געמאכט די גאנצע וועלט וואס ווייזט אז דער גאנצע זאך איז געווען פארפוילט און פאלש אבער ביי דור הפלגה האט נאר אויסגעפעלט צו פארשפרייטן די מענטשהייט עס קוקט אויס אז דער יסוד איז געווען גוט נאר עס איז נישט געפארן גראד און מען האט דאס געדארפט אביסל צופיצן
די צוויי האבן געהאט גאר אנדערע פראבלעימען דור המבול האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט באשעפער זיי האבן נישט געלייקנט אדער מכעיס געווען נאר זיי האבן אפגעלאזט מאראל און געטוהן וואס עס שמעקט נישט רעספעקטירט א צווייטען נישט דער גוף און אוודאי נישט יענעם'ס פארמעגן ווען א געזעלשאפט פיהרט זיך אויף אזא וועג איז נישט דא קיין צוקופנט אפילו מען האט אמונה אין באשעפער
ווידער ביי דור הפלגה איז דער פראבלעם געווען אז זיי האבן מכעיס ומתריס געווען כלפי מעלה אבער נישט אפגעלאזט דער מאראל עס קען זיין די מאראל איז נישט געווען גוט אבער מען האט דאס נישט אוועקגעמאכט אלס נארישקייטן ביי אזא געזעלשאפט אפילו מען איז כופר אינעם באשעפער ווילאנג מען האלט אהן די מאראל איז דא א וועג צו פאררעכטן
די אינטערוענירונג איז געווען גאר אנדערש ביי דור המבול האט דער באשעפער חרוב געמאכט די גאנצע וועלט וואס ווייזט אז דער גאנצע זאך איז געווען פארפוילט און פאלש אבער ביי דור הפלגה האט נאר אויסגעפעלט צו פארשפרייטן די מענטשהייט עס קוקט אויס אז דער יסוד איז געווען גוט נאר עס איז נישט געפארן גראד און מען האט דאס געדארפט אביסל צופיצן
די צוויי האבן געהאט גאר אנדערע פראבלעימען דור המבול האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט באשעפער זיי האבן נישט געלייקנט אדער מכעיס געווען נאר זיי האבן אפגעלאזט מאראל און געטוהן וואס עס שמעקט נישט רעספעקטירט א צווייטען נישט דער גוף און אוודאי נישט יענעם'ס פארמעגן ווען א געזעלשאפט פיהרט זיך אויף אזא וועג איז נישט דא קיין צוקופנט אפילו מען האט אמונה אין באשעפער
ווידער ביי דור הפלגה איז דער פראבלעם געווען אז זיי האבן מכעיס ומתריס געווען כלפי מעלה אבער נישט אפגעלאזט דער מאראל עס קען זיין די מאראל איז נישט געווען גוט אבער מען האט דאס נישט אוועקגעמאכט אלס נארישקייטן ביי אזא געזעלשאפט אפילו מען איז כופר אינעם באשעפער ווילאנג מען האלט אהן די מאראל איז דא א וועג צו פאררעכטן
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: מבשרי אחזה אלו-ה געדאנקען פונעם געטליכען לעבן
אדנירם האט געשריבן:וזכית לכוין לדברי המדרש רבה שם על המקום, להסביר החילוק בין דור המבול לדור ההפלגה. אז וויבאלד די דור ההפלגה האט זיך געהאלטן בשלום ובאחדות, האבן זיי נישט געהאט די זעלבע סוף ווי דור המבול. עוד אמרו שם, אז היינו טעמא שדורו של אחאב הרשע זכה לכל הטוב וניצחו כל המלחמות, כי חיו בשלום זע"ז.
ריכטיג איך האב נאר מבליט געווען אז עס קומט אויס אז כל זמן מען איז מאראליש איז מען אויף די גוטע וועג אפילו מען דארף עס צופיצען
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: מבשרי אחזה אלו-ה געדאנקען פונעם געטליכען לעבן
אן אינטערעסענטע מחשבה איז מיר יעצט אריין אז אין א וועג איז דער יעצטיגער דור זייער ענליך צום דור הפלגה
דער רשבם איז מסביר אז דער חטא זייערע איז געווען אז דער באשעפער האט געהייסן פרו ורבו ומלאו את הארץ און זיי האבן געטוהן די פארקערטע און געזאגט פן נפוץ
דער רצון ה איז געווען אז דער מענטש זאל זיך צושפרייטען צו אלע סארט קולטורען און אזוי ארויסברענגען פון יעדע פלאץ און געזעלשאפט זיין פינק און זיי האבן מורא געהאט און געוואלט בלייבען יונוווערסיאל האט דאר באשעפער געמוזט צושפרייטען בעל כורחם
די לעצטע יארן זענען אסאך אין די ברייטע וועלט פארנומען מיט די גלאבאלע דארף אז די גאנצע וועלט איז מחובר און אלע קולטורען זענען אויסגעמישט
אבער די פאסט מאדערנע וועלט זאגט אדרבא אפילו מען קומט זיך צוזאם איז נאכאלץ יעדע איינער א פולע וועלט פאר זיך