מיר לעבן אין א שווערע תקופה, פול מיט נסיונות אויף טריט און שריט אז ממש לא יאומן כי יסופר. אונזער דור איז נעבעך אזוי נידעריג און געפאלן, און ווי צדיקים האבן פאראויסגעזאגט אז בעיקבתא דמשיחא וועלן אראפקומען די נשמות פונעם דור המבול און דור הפלגה. ב"ה, ס'איז אכשיר דרא און מיר האבן אזויפיל תקנות, גדרים וסייגים קעגן די איבלען פון דער גאס און אידן לערנען און דאווענען און פירן זיך ווי עס פאסט פאר אחב"י יראים ושלמים. מיר פארמאגן אויך רבנים און חשוב'ע אידן, וואס געבן זיך אפ מיט די געברויכן פונעם דור, זענען גודר גדר ועומד בפרץ און שטעלן איין תקנות וואו עס פעלט זיך אויס.
בקיצור: ס'איז א שווערע תקופה ווען חושך מרובה על האור און ס'איז ברוך השם אכשיר דרא אז דאס הארץ וואקסט פון נחת. נאר וואס דען? דער שטן, יענער אלטער מלך זקן וכסיל, קומט אלץ אויף מיט פרישע פראבלעמען און פירצות. ס'איז ווי דער שטן, וועלכער בוזשעוועט בחוצות וברחובות און זייט אן חורבנות אויף טריט און שריט, פלאצט פאר קנאה און כעס זעענדיג ווי שיין מיר שטייען ברוחניות. דערפאר קומט ער אויף מיט אלע מינים קונצן וויאזוי אריינצוכאפן ערליכע אידן אין זיין נעץ, און ס'איז מורא'דיג שווער בייצושטיין זיינע בייזוויליגע שטיק. דערפאר פעלט אויס, מער ווי סיי ווען פריער אין די היסטאריע, אוועקצושטעלן פעסטע גדרים וסייגים, וואס זאלן אפהאלטן די פגעי הזמן פון אריינקומען אין אונזערע רייען.
אבער מיר וועלן מודה זיין אז ס'איז נישט גענוג. די עיני העדה שליט"א זענען זייער מעסיג און זייער, זייער ווייך ווען ס'קומט צו די זאכן. דאס קומט חלילה נישט מחמת קלות, נאר פארקערט: די רבנים און עסקנים לשם שמים זענען אזוי הארציג געטריי און איבערגעגעבן צום ציבור, אז דאס הארץ לאזט זיי נישט טאן מער און מאכן מער און שטרענגערע תקנות, ווי ס'וואלט געווען צו ערווארטן אין אונזער אכשיר-דרא'דיגע, שרעקליך-פינסטערע מצב הדור.
לדוגמא: יעדער ווייסט אז אין די לעצטערע יארן זענען אויפגעקומען שרעקליכע פירצות אין עניני צניעות ביי קינדער. מ'רעדט נישט דא פון צען-צוועלף יעריגע יונגלעך, נאר קליינע פיצלעך קינדער פון דריי-פיר יאר אלט קליידן זיך מיט אויסגעלאסענע בגדים און אויפפאלנדע קאלירן. דאס הארץ בלוטיגט צו זען די צאן קדשים מיט שמאלע הויזן, קאלירטע העמדער, און קאפלעך וואס באשטייען פון פיר באזונדערע צוזאמגענייטע טיילן אנשטאט די הייליגע פינף צעסלייסטע קאפלעך ווי מיר האבן בקבלה סלייס מפי סלייס פון אבות אבותינו ביז די אבות הקדושים. אין אנהייב האט דער שטן זיך באנוגנט מיט הויזן וואס זענען געווען בלויז עטוואס שמאלער ווי די אנגענומענע מאס פון לכל הפחות ד' על גבי ד' רובע ד' אמות. היות די מנהיגי הדור האבן צוליב זייערע פוטער ווייכע הערצער נישט אפגעשטעלט די פירצה באצייטנס, איז עס געווארן ערגער און ערגער, ביז היינט ווען די הויזן נעמען שוין ארום די פיסלעך מקירוב מקום אז מ'קען פון דרויסן שוין בערך אויסרעכענען ווי דיק די פיסעלעך זענען.
פארוואס קענען אונזערע קינדער נישט מחמיר זיין אויף זיך כבנות ישראל הכשירות און אנטאן קליידער אנשטאט די אויסגעלאסענע, יצר-רייצנדע הויזן? מיר האבן די לאנגע צע'פריצות'דיגע דאסטערדס וואס אונזערע נשים און טעכטער טראגן במילא נישט צוליב די שוידערליכע אויסגעלאנסענקייט דערפון, קען מען פשוט צוזאמנייען צוויי אזעלכע גע'אסר'טע דאסטערדס און זיי פארוואנדלען אין כשר'ע צניעות'דיגע הויזעלעך פאר אונזערע קינדערלעך! (ס'איז דא א מקום צו זאגן אז דער איסור פון די טייטע הויזן זאל דוחה זיין דעם לא תעשה פון "לא תלבש", אבער אויב מ'קען מתקן זיין דעם פראבלעם אן דעם איז דאך אוודאי בעסער!) אזוי ארום וועלן די פריצות'דיגע דאסטערדס וואס דער שטן אליין האט אויסגעטראפן שוין אין איינוועגס האבן א תיקון. שטעלט זיך פאר וואספארא ערליכע דורות מיר וואלטן געקענט אויפציען אויב די אינגלעך וואלטן נאר געטראגן רחבת ידים הויזן אנשטאט די יעצטיגע!
ס'איז אפשר נישט גרינג און ס'קאסט אביסל געלט, אבער אויף דעם האבן דאך חז"ל שוין געזאגט: "הוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסידה". ווער איז דען גרייט צו נעמען אויף זיך די אחריות פון איין שלעכטע מחשבה פון איין איד וואס וועט בטעות בליקן אויף שמאלע הויזן?
דאס זעלבע איז מיט די סלייסטירטע קאפלעך. פארוואס זענען אונזערע בתי חינוך אזוי לייכטזיניג מיט אזא עיקר הדת? מ'מאכט תקנות, מ'רעדט ארום וועגן פיר סלייסעס כנגד פינף סלייסעס, ווי גלייך דא וואלט זיך געהאנדלט אין אזעלכע תקנות אחרונים ווי גנב'ענען אדער פארשעמען א צווייטן איד. די גאס ברענט! אונזערע קינדער שטייען אויס חלילה פארברענט צו ווערן שריפת נשמה פון דעם פיר סלייסיגן פייער, און מיר זיצן אזוי רואיג און זענען דן אין די נושא ווי גלייך די סכנה געפינט זיך נאך מעבר לים!
דער גרעסטער ווייטאג איז אז ס'איז דא וואס צו טאן אין דעם הינזיכט. אפילו ס'וואלט געווען א גזירת המלכות (כדוגמת פון די לעצטיגע באמיאונגען פון פינסטערע שונאי ישראל צו צווינגען מוסדות וואס נעמען געלט פון די ממשלה צו לערנען מיט די קינדער שרייבן, רעכענען און נאך אנדערע חכמות יוונית) אז קאפלעך וואס ווערן געטראגן אויף קעפ מוזן געמאכט ווערן דוקא פון פיר שטיקלעך סחורה, וואלטן מיר זיך געדארפט מוסר נפש זיין און צונייען א פיפטן שטיק סחורה וואס זאל משלים זיין דעם מנין הסלייסעס. על אחת כמה וכמה ווען מיר לעבן ב"ה אין א מלכות של חסד וואס לאזט אונז פראקטיצירן אידישקייט אומגעשטערט, וואלטן מיר דאך אודאי און אודאי געדארפט טאן אלעס אויף די וועלט אז אונזערע קינדער זאלן בלייבן מיט א אידישן אויסזען. וואספארא פנים וועט עס טראגן בביאת הגואל אויב ער וועט זיך טרעפן אז פון דאס הייפעלע פארבליבענע ערליכע אידישע קינדער פעלט דער צלם אלוקים?
איי וועט איר פרעגן: וואס נאך איז שייך צו טאן? א נארישע קשיא וואס גרעניצט זיך מיט אבק דכפירה. קודם כל ווייסן מיר א כלל אז מען דארף טאן, נישט אויפטאן. צווייטנס: קען מען דען נישט צוקלעבן די קאפלעך צום קאפ ווען דאס קינד גייט צום ערשטן מאל אין חדר? ס'קומט אפשר מיט אביסל שוועריגקייטן, צ.ב., מען וועט נישט קענען אויסוואשן דאס קאפל אין וואש מאשין ווי ביז היינט, אבער ס'איז נישט עק וועלט. פונקט ווי ווען מען גאלט אפ די קעפ, פארשטייט יעדער אז מען לאזט די קעפ אויפ'ן פלאץ און מ'שערט אזוי. פארוואס זאל מען נישט קענען דאס זעלבע טאן מיטן וואשן ס'קאפל? העכסטנס וועלן די מוסדות צושטעלן א קאפל-וואשעריי געשעפט ("קאפל משומר"), און די עלטערן וועלן איינצאלן א יערליכן "מס החמש סלייסעס" אינאיינעם מיטן שכר לימוד. אויב קען מען פאדערן צו באצאלן פאר פילטערן טעלעפאנס (וואס יעדער פארשטייט), קען מען דאס אויך באצאלן.
אפשר אין דעם זכות וועט מען זיך פון הימל מרחם זיין אויף אונז און אפשטעלן די מחלוקת וואס די צדיקי הדור ברענגען אריין אין אונזערע רייען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, און אין דעם זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות הדעת.
תיקון הכללי פאר שמאלע געפאסטע הערצער
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: תיקון הכללי פאר שמאלע געפאסטע הערצער
מייסטער סארקאסטיסט!!!
אגב, ביי אונז אידן איז אלעמאל געווען מקובל זעקס סלייסעס. די גוים פלעגן גיין מיט פיהר (ס'טוט זיך אין די אחרונים איבערן שאלה פון חוקת הגוי. י"א אז דאס מיינט די פסוק מאז הייתה ישראל לגוי. הקיצור, ס'איז בכלל נישט אזוי גלאט און פשוט). די באדערענע זענען געגאנגען מיט פינעף (בעצם איז עס געווען א שאלה פון די בני ישיבה און איז געבליבן ביי תיקו אויף וואס מיר האבן מחמיר געווען, אבער די באדערענע האבן ליידער נישט עומד בנסיון געוועזן.)
איינער האט מיר אמאל געזאגט וועגן א מדרש אז לעתיד לבא וועט יעדער גיין מיט זיבן סלייסעס און דאס וועט זיין תיקון העולם בסוד ויפוצו (ס'פארהאן נאך אסאך סודות לדוגמה כנגד ז' רקיעים וספירות אבער פון הימל לאזט מען נאך נישט מגלה זיין, והוא רחום יכפר וגו').
אגב, ביי אונז אידן איז אלעמאל געווען מקובל זעקס סלייסעס. די גוים פלעגן גיין מיט פיהר (ס'טוט זיך אין די אחרונים איבערן שאלה פון חוקת הגוי. י"א אז דאס מיינט די פסוק מאז הייתה ישראל לגוי. הקיצור, ס'איז בכלל נישט אזוי גלאט און פשוט). די באדערענע זענען געגאנגען מיט פינעף (בעצם איז עס געווען א שאלה פון די בני ישיבה און איז געבליבן ביי תיקו אויף וואס מיר האבן מחמיר געווען, אבער די באדערענע האבן ליידער נישט עומד בנסיון געוועזן.)
איינער האט מיר אמאל געזאגט וועגן א מדרש אז לעתיד לבא וועט יעדער גיין מיט זיבן סלייסעס און דאס וועט זיין תיקון העולם בסוד ויפוצו (ס'פארהאן נאך אסאך סודות לדוגמה כנגד ז' רקיעים וספירות אבער פון הימל לאזט מען נאך נישט מגלה זיין, והוא רחום יכפר וגו').
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: תיקון הכללי פאר שמאלע געפאסטע הערצער
ווען מ'וועט צונייען נאך א שטיק שטאף צום פיצה אויפ'ן קאפ, וועלען די קילע קינדער גייען מיט'ן שטיקל פון פארנט און די ראצעדיגע קינדער וועלען עס לאזען פאלען פון אונטען. בקיצור, זיגען איז אוממעגליך.
אפשר אן אנדערע פלאן. מ'זאל לייגען די קעפ אין די דאסטערס. פרעג טאמבל סאס זצ"ל וויאזוי
אפשר אן אנדערע פלאן. מ'זאל לייגען די קעפ אין די דאסטערס. פרעג טאמבל סאס זצ"ל וויאזוי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא