בלאט 1 פון 1

משלי שש - פרק ד' [אחרון]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.
פרק ב': הבריאה - עבר הווה ועתיד.
פרק ג': האדם, מידותיו, ואלקיו.



פרק ד': בין אדם לחבירו, שונות[/center]


א. היט זיך פון דיינע פריינט; אמאל מיטן אראפנעמען דעם טיטל ר' פונעם 'פריינט', ווערט ער - 'פיינט'.
ב. רעספעקטיר אנדערע מיינונגען, איבערהויפט ווען זיי זענען אין קאנטראסט פון דיינע.
ג. א באקאנטע פראזע איז 'ליבע איז אין די לופט'. איך זאג 'ליבע איז לופט'; לופט איז אמאל קאלט, אמאל הייס, אבער לופט איז לופט.
ד. ווען א קענסער פאציענט ציט ארויף א שמייכל אויפן בלאסן געזיכט, כאפט מען די ריכטיגע באדייט פון א שמייכל.
ה. לאכן ווי וויינען איז אנטלויפן פון מציאות; אויב אנטלויפן – זאל שוין זיין מיט א לאך.
ו. מער פון וויפיל דו האסט מורא פון דיין שונא, האב מורא אז דו האסט א שונא.
ז. כנגד ארבעה בנים דברה תורה: דער חכם לערנט זיך פון יענעמ'ס טעותים; דער רשע זעט יענעמ'ס טעותים; דער תם לערנט זיך פון די אייגענע טעותים; און דער שאינו יודע לשאול גלייבט אז ער באגייט נישט קיין טעותים.
ח. דער בהמה איז מער צופרידן מיט זיין שטיקל היי, ווי דער מענטש מיט זיין שטיקל סטעיק.
ט. ווען איינער זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב', גלייב איך אים כאטש האלבוועגס; די ערשטע האלב.
י. ווען א פייער פלאקערט דורך העלצער, ברענט עס לאנג; ווען א פייער פלאקערט אויף דורך בענזין, פאלט עס שנעל אנידער.
יא. דער וואס גלייבט אין זיך און לערנט חכמה, ווערט א חכם; דער וואס גלייבט נישט אין זיך און דערפאר לערנט ער נישט חכמה, בלייבט א נאר; דער וואס גלייבט אין זיך און דערפאר לערנט ער נישט חכמה, ווערט א טיפש.
יב. ווען דער לייב ברימט דערשרעק דיך נישט, ווען ער איז נאנט צו דיר ברומט ער נישט.
יג. דער קאלט-לאגישער וויסנשאפטלער, ווערט נאר געטריבן אדאנק זיין רגש.
יד. קאפיטאליזם איז טייטש, אז 90 פראצענט לעבט נישט ברייט אדאנק 10 פראצענט וואס לעבט ברייט; קאמוניזם איז טייטש, אז 95 פראצענט לעבט קוים אדאנק 5 פראצענט וואס לעבט ברייט.
טו. האלבע פאקטן זענען ערגער פון גאנצע ליגנטס.
טז. ווען דער ווייסער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען כאטש זען אז ער איז פארשעמט געווארן; ווען דער שווארצער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען נישט זען אז ער איז פארשעמט געווארן.
יז. ווען לאגיק האט חתונה מיט געפיל, ווערט באשאפן מאראל.
יח. צומאל האט גאט אויך ליב צו שפילן 'באלל' – אונזער כדור הארץ.
יט. אין שפיטאל שפירט זיך א מענטש אומעטיג, ווייל עס דערמאנט אים אז דארט האט זיך אנגעהויבן זיין לעבן.
כ. מוזיק איז ווי אפיום; אונטער איר השראה קען מען דורכגיין שוועריקייטן, אונטער איר השפעה קען מען באגיין שוועריקייטן. אבער ווען מ'ניכטערט זיך אויס פון אפיום, בלייבט מען די זעלבע מענטש ווי פריער.
כא. צאמצוהאלטן שטארקע געביידעס, דארף מען האבן ערד מיט מאראסט.
כב. ווען דו לאכסט פונעם שווארצער'ס ברייטע נאז, דערמאן דיך פונעם שטירמער'ס קאריקאטורן פונעם אידישן נאז.
כג. דער חילוק צווישן די חכם און די תם איז אין די מאס געלעזטע ביכער; דער חילוק צווישן די חכם און די טיפש איז אין די וועג פון לעזן דעם ערשטן בוך.
כד. איין זאך וואס מיר קענען זיך לערנען פון היסטאריע, אז מיר לערנען זיך נישט דערפון.
כה. משלי שש האט מיר געלערנט, ווי גרינג א מענטש קען אנשטעלן א פנים ווי טיפע דענקער.


-------
בן מאה פסוקים אנכי היום.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:10 pm
דורך moshav zekeinim
ז. ח. י"א. י"ג האט מיר געכאפט.

א הערה׳לע. א האלבער פאקט איז א גאנצער ליגנט.

און שיין צו הערן דעם חילוק צווישן נאר און טפש. פאסיוו ווערס אקטיוו אדער אזויווי דער חילוק צווישן שלימיאל און שלימזל?

משלי שש ה׳ וועט שוין זיין פון די ספרים חצונים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
א האלבע פאקט איז ווירקליך א גאנצע ליגנט, אבער עס איז ערגער ווען מ'זאגט א האלבע פאקט ווי ווען מ'זאגט מתחילה א גאנצע ליגנט.

אויב כ'האב דיך ריכטיג פארשטאנען, מיין איך מיטן נאר ווס. טיפש אזויווי דער שלימזל ווס. שלומיאל.

משלי שש חלק ה'... :lol: מיינע ספרים חיצונים זענען מליבא לפימא לא גליא.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:19 pm
דורך moshav zekeinim
אויב געדענק איך גוט האסטו שוין דערמאנט אמאל אז מען לערנע זיך נישט פון היסטערי.

כלפי דעם לעצטן ביסטו גערעכט, דערפאר האב איך איינגעזעהן אז בלויז ווען אלע רעיונות פיטן אריין אין איין יסודות׳דיגער שיטה, איז דער בעל הרעיונות א עכטער חכם. אז נישט איז ער א גוט זאגער ותו לא.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:58 pm
דורך moshav zekeinim
אדנירם האט געשריבן:-------
בן מאה פסוקים אנכי היום.


העי, הייסט עס אז האסט צו געלייגט עטליכע נישט אזעלעכע שטארקע פסוקים פאר השלמת המאה פסוקים? תורה איז שוין א סך מער אויפריכטיג ווי דיר, זי האט געגעבן א צאל פון שישים רבוא אותיות, אבער האט דערפאר נישט אריין געפאקט אבי סחורה כדי נאכצוקומען די די שישים רבוא און איז נאך עד היום האלב נישט ערפילט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 8:11 pm
דורך קאצקע ציקער
כה. איז אייזן...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:06 pm
דורך פרייוויליג
גאר שארף.

איך דארף יעדן טאג ליינען איינס.

וואס עפעס אחרון?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:טז. ווען דער ווייסער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען כאטש זען אז ער איז פארשעמט געווארן; ווען דער שווארצער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען נישט זען אז ער איז פארשעמט געווארן.

:roll:

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אדנירם האט געשריבן:כא. צאמצוהאלטן שטארקע געביידעס, דארף מען האבן ערד מיט מאראסט.
[/i]


ב"ה מ'טוט שוין תשובה!
דער אמשינוב'ער רבי אין שאנגהאיי האט געבעטען א מירער בחור זאל איהם נאכזאגען א שמועס פון ר' חצקעל. דער בחור האט איהם איבערגעזאגט א שמועס. דער אמשינוב'ער רבי האט זיך רע'אגירט "פארוואס דארף מען אויסגראבען דער בער פון גרוב? לאז איהם דארט אין גייטס העכער". דער כוונה איז געווען אז די בעלי מוסר האבען ליעב אויסצוגראבען און נאכצופארשען די תכסיסי היצר און ווי ער ליגט אלס באגראבען און דער עבודה איז איהם צו באקעמפען. דער אמשינוב'ער רבי האט געהאלטען אז מ'זאל זיך נישט צוטוהן מאכען פון דער יצה"ר און גייען לכתחלה אריבער מיט עבודת ה'.

ווען ר' חצקעל האט געהערט דערפון האט ער פארציילט "לעצטענס אין שאנגהאיי האט מען פארענדיגט בויען א פראכטפולע גרויסע בנין, מיט געשעפטען און אפיסעס און דירות. א שיינע געביידע איז דאס געווען, נאר געציילטע וואכען נאכ'ן פארענדיגען איז עס צאמגעפאלען. נאכ'ן אויספארשונג איז מען געוואויער געווארען אז דער בנין איז געשטאנען אין א פלאץ וואס מיט יארען צוריק איז געווען דארט א גארבעדזש דאמ"פ און דער ערד איז נישט געווען גענוג שטארק צו ערהאלטען אזא גרויסע שיינע בנין."

ב"ה אז די אמשינוב'ער אידען זע'ען שוין איין דער אמת, אז דער קרקע אויף וואס מ'שטעלט דער בנין איז אזוי וויכטיג ווי דער בנין, און דער 'דרך הגבוה' מיט דער 'לכתחלה אריבער' וועג שטימט נישט למעשה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:26 am
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:טז. ווען דער ווייסער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען כאטש זען אז ער איז פארשעמט געווארן; ווען דער שווארצער ווערט פארשעמט, פרייט ער זיך אז מ'קען נישט זען אז ער איז פארשעמט געווארן.

:roll:

אויב מיינסטו אז כ'האב געמיינט ראסיזם, איז די ענטפער אז ח"ו. אוודאי נישט.

איך ברענג ארויס א פונקט, אז יעדער קען זען געוויסע מעלות אינעם זעלבן נקודה וואס אנדערע זעען אלס חסרונות. ומכאן חיזוק פאר יעדן, אז ער האט מיט וואס זיך צו שטאלצירן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:40 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:גאר שארף.

איך דארף יעדן טאג ליינען איינס.

וואס עפעס אחרון?

האסט גע'פועל'ט... כ'האב אקארשט צוגעלייגט א נייע פרק פון 25 פסוקים.

דא האט איר: משלי שש - פרק ה'.

Re: משלי שש - פרק ד' [אחרון]

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 8:12 pm
דורך מי אני
אדנירם האט געשריבן:כד. איין זאך וואס מיר קענען זיך לערנען פון היסטאריע, אז מיר לערנען זיך נישט דערפון.
.]

און אויף דעם אליינס קען אויך ארויפגיין George Santayana’s באקאנטע מאמר:
“Those who cannot remember the past are condemned to repeat it.”


Sent from my iPhone using Tapatalk