בלאט 1 פון 3

די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:43 pm
דורך איש האמת
קינד און קייט ווייסט צו זאגן פון דער פיקטשער מאגאזינען די וואך, און א בליק, יעדע וואך מיט פרישע פיקטשערס פון אדמורים רבנים דיינים אישי החסד ועסקנים ובנן של קדושים,

דאס אז ס'איז א חורבן פאר יודישקייט, לכאורה וואלט יעדער געדארפט מסכים זיין מיט מיר, דעיס אז זיי האבען די דעה ברצונו מאריך וברצונו מקצר גרויס צו מאכן קליין מאכן (ווענדט זיך וויפיל דער רבי באצאלט) איז היפש אמת, ווייל די רעביס אליין דילען מיט די בעלי בתים פאר זייערע פעידזשעס,

נאר אויף די יעצטיגע דער בליק, וואס איז היינט ערשיינען לכ' פורים, איז אויף די פראנט דעקל, האדמו"ר יואל לעבוויטש מפעסט שליט"א, דאס מיינט אז די בעלי בתים אליין מאכן חוזק פון די רעביס, און יואל לעבאוויטש מ'פעסט מיט די אזוי באקרוינטע און גערופענע אנשי החסד און פאליטישענס מיט די שחורים זענען אייניג מיט די היינטיגע רבנים ואדמור"ים.

אני הקטן וואלט געהאלטן אז די ערשטע זאך וואס די אדמורי"ם ורבנים וואלטן געדארפט טוען, איז צו אסר'ן די אלע אזא סארט מאטריאל, ווי דער וואך, און דער בליק, נאר די תירוץ איז....

איז דער דעת פון דער קאפי טרינקערס דא אין קאווע צימער אויך אזוי??

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:00 pm
דורך שרייבער
מיין עניות הדעת

אזא פנים ווי יואל לעבאוויטש האבן רוב רבי'ס בדורינו (ליידער...)

ממילא........ פיר אויס

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:01 pm
דורך מוראדיג
נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:45 pm
דורך שרייבער
:lol:
מוראדיג האט געשריבן:נע, אזוינס איז נישט מעגליך. רבנים אליין זאל אסר'ן "די וואך"? דאס איז ווי די רבי'ס אליין זאלן אסר'ן סטראקעס....

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:59 pm
דורך איש האמת
דאס איז דאך געוועהן דער עיקר וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען,
אלעס אסר'ט מען היינט, און פארוואס זייער קארני און פאני פיקטשערס נישט, תמה תמה אקרא

נניח מ'זאל נישט אסר'ן, וואלט איך געהאלטן, אז אזוי ווי דער מאגאזין דער בליץ האט אייביג באדעקט די פנימ'ער פון די גוים, און כ'ווייס נישט פארוואס (כ'ווייס יא...) אין דער וועלט האט יעצט דער שטערן און דער שפאקטיוו זיי יעצט נאכגעמאכט, מיטן מאכן בלארי די פיקטשערס פון די גוים, זאל מען אזוי אויך מאכען בלארי די פיקטשערס פון אדמורי"ם ורבנים ובנש"ק אין דער וואך און דער בליק, די שיינע בעקיטשעס און דעזיינס זאל מען לאזן קלאר, מיט די שיינע שולן, נאר די פנימ'ער צו באדעקן,

אפשר אזוי זאל גאר זיין??

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2012 1:07 pm
דורך קרעקער
כהאלט אויך אזוי
דער יערות דבש שרייבט אז אויף יעדער בילד איז שורה א רוח הטומאה אפילו אויף בילדער פין הייליגע רביס

אגב, פארנדיג אמאל צו ...... געגענט האט מיר א חבר געבעטען אויפציפיקען א ענוועלאפ פין א רב אין יענע געגענט נאכער האט מיר דער חבר פארציילט אז דאס איז א פעינמענט פון דער רב פאר זיין בילדער מאגאזין פארן אריינשטעלן בילדער פון דער רבס חתונה
סאיז נישט קיין סוד אז זיי צאלען דערפאר, אבער דאך האט מיין הארץ געבעבען א איבעריגיע קלאפ הערענדיג אז איך פערזענדליך האב איבערגענימען דעם טשעק פון דער רב

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 4:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
העי העי.. מיינע בילדער זענען אמת'ע.. מיין עבודת הקודש איז נישט קיין געפאפטע.. ווען נישט די בילדער וואלט איך קיינמאל נישט געהאלטן קיין ארבע מינים, אפילו אזוי האב איך געברויכט זיך מתיר נדר זיין..

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:04 pm
דורך קרעקער
האט א קליגער יוד געזאגט
די וואך און די בליק זענען די ""פירוש חי"" אויף מסכת עבודה זרה

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
לשיטתם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:38 am
דורך אבי גערעדט
איך פלעג אמאל זיין א שטיצער אין אנהעגער פון א בליק, ער פלעגט זיין תוכנ'דיג רייך אין אינטערעסאנט אבער זינט ער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די ישראלים איז ער געווארן א פחד פון א אויסגאבע, קוואלעטי אין לעצטנס קוואנטעטי איז געפאלן ווי משוגה, אין די פרייז איז ארויף צו איבער פיהר טאלער פאר נא גאאד ריעזן, האב איך אים גענצליך געסטאפט צו קויפן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:11 pm
דורך אבי גערעדט
יאנקל האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:איך פלעג אמאל זיין א שטיצער אין אנהעגער פון א בליק, ער פלעגט זיין תוכנ'דיג רייך אין אינטערעסאנט

געכאפט דעם טוטער!
איך זוך שוין לאנג צו רעדן צו א מענטש וועלכער האט הנאה פון די פיקטשער בוקס. איך ווייס אז עס זענען דא א סך, אבער איך קען נישט אזא איינעם פערזענליך. אטא דא האמיר ענדליך געטראפן אזא איינעם!
איז זאג מיר, ר' אבי גערעדט, קענסטו מיר אפשר מסביר זיין אין פלעין אידיש פארוואס א מענטש זאל זיין גרייט צו צאלן פאר אזא סארט "תוכנ'דיגע" בילדער מאגאזין? :-?

לאמיר הערן וואס פונקטליך דיין פראבלעם איז, ניין איך בין נישט משוגע צו צאלן פון מיין געלט פאר א בילדער מאגאזין, נאר איך פלעג עס קויפן פאר א ארגאנאזאציע פון זייער געלט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:11 pm
דורך אוי טאטי
היינט וועלן ערשיינען די סוכות אויסגאבעס פון די בילדער מאגאזינען.
ווי איך הער גייט 'די בליק' האבן פינף ביילאגעס, מיט א סידי, און 'די וואך' גייט אויך האבן אפאר ביילאגעס, (כ'ווייס נישט קיין נומבער).
און ביידע גייען האבן היסטארישע בילדער פון ניו יארק בכלל און וויליאמסבורג בפרט, (און א עקסטערע ביילאגע) וועלן מיר מוזן ווארטן ביז ביינאכט, צי קענען זעהן ווער וועט ארויסקומען דאסמאל די געווינער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:16 pm
דורך אבי גערעדט
איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:26 pm
דורך זר זהב
'די וואך' איז אזוי במחתרת ארויף מיט'ן פרייז. 3.95

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:32 pm
דורך sunbar
אבי גערעדט האט געשריבן:איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?


דיין געשעפט פארקויפט נישט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:33 pm
דורך זר זהב
איך האב עס אויך נישט געזען. ס'לכאורה אינטערגעגאנגען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:37 pm
דורך sunbar
איך האב עס געקויפט דער וואך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:38 pm
דורך זר זהב
אה, אינטערעסאנט. איך האב עס נישט געזען. (נישט אז איך האב עס געזוכט)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:05 am
דורך אבי גערעדט
זר זהב האט געשריבן:'די וואך' איז אזוי במחתרת ארויף מיט'ן פרייז. 3.95


אין אפסטעיט איז ער ארויף צו 4.50, ממש א הימל געשריי, איך האב אים גע'אימעילט א בילד וואס איך האב געכאפט זונטאג אין א אפסטעיט סופערמארקעט וואס ווייזט ווי די שעלווס זענען נאך פוהל מיט די וואך'ס, פשוט ער זאל זיך איבערקלערן צו ס'האט אים געלוינט, אגב ער גייט פייערן אין די קומענדיגע פאר וואכן די דריטן יארטאג פון ווען ער האט אנגעהויבן ערשיינען, ווי אויך גייט ער אפצייכענען גליון מאה וחמישים

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:08 am
דורך אבי גערעדט
sunbar האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:איך זעה מער נישט א בליק אין די געשעפטן, איז ער אינטערגעגאנגען? אדער מיין געשעפט פארקויפט אים נישט מער?


דיין געשעפט פארקויפט נישט...


די וואך איז ער גראדע יא ארויסגעקומען נאך צווי וואכן וואס ער איז נישט, אבער ער הינקעט שטארק, ער האט בכלל נישט אריינגעלייגט קיין וועלטליכע בילדער, כ'רעד שוין נישט פון א וועלטליכע ביילאגע איך ווייס נישט צו דאס איז וויבאלד ער האט זיך אריינגעלייגט אין די היברעאישע מארקעט, אין ער האט שוין נישט קיין קאפ צו די אידישע, אדער פשוט לוינט אים עס נישט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:18 am
דורך זר זהב
אבי גערעדט האט געשריבן:די וואך איז ער גראדע יא ארויסגעקומען נאך צווי וואכן וואס ער איז נישט, אבער ער הינקעט שטארק, ער האט בכלל נישט אריינגעלייגט קיין וועלטליכע בילדער, כ'רעד שוין נישט פון א וועלטליכע ביילאגע איך ווייס נישט צו דאס איז וויבאלד ער האט זיך אריינגעלייגט אין די היברעאישע מארקעט, אין ער האט שוין נישט קיין קאפ צו די אידישע, אדער פשוט לוינט אים עס נישט

דהיינו?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:22 am
דורך וויליאמסבורגער
די בליק געט ארויס א איזרעילי אויסגאבע הציבור החרדי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:24 am
דורך זר זהב
ס'סאקט אוועק. זיי ווייסן נישט וויאזוי א בילדער מאגאזין ברויך אויסצוזעהן. 'די וואך' איז גאר שיין, כ'קויף עס אמאל אמאל, כ'האב עס היינט שיעור געקויפט נאך א מזל כא'געקוקט אויפ'ן פרייז. כאבעס שנעל צוריקגעלייגט.