בלאט 1 פון 2

אתהלך / אהרן מרגלית

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 2:26 pm
דורך משה געציל
דער ביך איז ערשינען מיט צוויי יאר צוריק אויף עברית אין איז לעצטענס איבער געדריקט געווארען אויף ענגליש. אין דעם ביך פארציילט אהרן מרגלית זיין שווערען לעבענס דורכגאנג צום ערשטען מאל, נישט וועלענדיג רעדען דערפון ביז היינט.

אהרן האט א זעלטען ווייטאגליכע היסטאריע אינטער זיך, ווען אלטס קליין קינד נאכען דורך גיין א טראמא האט ער אנגעפאנגען שרעקליך שטאמלען, און אין די נאכקומענדע וואכען האט ער אנגעפאנגען ליידען אויף פאליא פון וואס זיין גאנצער גוף איז געווארען פאלאזירט, נישט קענענדיג זיך ספראווענען מיט די שווערע סעטאציע האבען זיינע עלטערען אים אריינגעלייגט אין א ספעציעלער אנשטאלט ווי ער איז אפגעלעגען ביז די אכט יאר ווען נאך גרויסע עקשנות האט ער אנגעפאנגען ריקען די הענט און פיס, זעענדיג דאס האט אים זיין מאמע אהיים גענומען ווי מיט גרויסע שווערעקייטען האט זי געמאכט מיט אים פארשידענע ערליי עקסערסייזען אויף אזוי ווייט אז ער האט אנגעפאנגען צו קענען גיין.

אהרן פארציילט אינעם ביך זיין גרויס עקשנות וואס האט אים געהאלפען איבער קומען אלע פראבלעמען, ביז ער איז אנגעקומען צו ווערען פון די גרעסטע אינשארענס אגענטען אין ארץ ישראל, ווי אויך דינט ער אלטס א לעגאלע פארמיטלער אינעם יורעסטריקציע סיסטעם.

אהרן האט מיט צען יאר צוריק דורך געלעבט די ביטערע מעשה נאכדעם וואס רוב דאקטורים האבען אים געגעבען צוויי חדשים צו לעבען. אהרן פארציילט ווי מיט זיין גרויס עקשנות און מיט זיין זעלטענע האמעראסטישען נאטור האט ער אפגעלאכט פון די דאקטורים ביז ער האט זיך גענצליך ארויס געדרייט דערפון.

די ביך איז א מוראדיג׳ע מוסר השכל וואס ווייזט ווי ווייט א מענטש קען אנקומען מיט זיינע רצונות, און עס גיבט א מוראדיג׳ע שטיפ פאר א געזונטע מענטש זיך נישט צו לאזען פאלען ווען עפעס גייט נישט הונדרעט פראצענטיג. ווי אויבען דערמאנט איז דא צובאקומען די ביך אויף עברית און אין ענגליש, איך וואלט געראטען פאר יעדעם זיך איינצוהאנדלען דעם ביכעל, עס איז ווערט אסאך מער ווי די פרייז.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:59 pm
דורך טעפל
איך קען גוט דעם איד, ס'איז מוראדיג זיין סיפור.
מ'זאגט אז הרה"ג ר' חיים קנייבסקי האט דורעכגעליינט דעם ביכל און ער האט מוראדיג הנאה געהאט, האט מען איהם געפרעגט צו מ'קען מפרסם זיין וואס ער זאגט אויפן ביכל, האט ער געזאגט אז פארדעם דארף ער עס נאכאמאל א דורעכליינען.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 7:29 pm
דורך משה געציל
דא איז דער דעקל פונעם ביכל
בילד

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 1:00 pm
דורך גלות יוד
איך געדענק איך האב אמאל געליינט זיין ביאגראפיע, אוי האט עס מיר צושאקלט, ער שרייבט דארט אז מען האט איהם אריינגעלייגט אין א אנשטאלט ער פלעגט נאר זען זיין מאמע איינמאל א יאר, און אויכט פלעגט די פלאץ בימים ההם נישט זיין גינסטיג פאר א ערליכע אינגל פלעגט ער לייענען מודה אני מיט קריאת שמע אונטערן דאכענע וואספארא כוחות הנפש ער האט פארמאגט ער פלעגט זיך בענקען נאך זיין מאמע זייענדיג די איינציגסטע פרומע דארט, אויכט ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געדארפט האבן א respirator און דעמאלטס איז עס געווען א manuel און עס איז געווען יסורים נוראים און עס איז געגאנגען אויף א אופן פון priority בקיצור ס'איז א גוטע באק איך קען איהם פערזענליך ער פליט ארום מיט זיין wheelchair דאכט זיך מיר אז ער איז א גרויסע עושר

הקיצור איך מיין ס'דא וואס צו לייענען אין די באאק highly recommended

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:06 pm
דורך גלות יוד
איינער געדענקט אויב עס איז געווען א אינטערוויו מיט איהם אויף קול מבשר ?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
גלות יוד האט געשריבן:איינער געדענקט אויב עס איז געווען א אינטערוויו מיט איהם אויף קול מבשר ?

וועלעכע נומער??

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:23 pm
דורך גלות יוד
ראשעקאל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:איינער געדענקט אויב עס איז געווען א אינטערוויו מיט איהם אויף קול מבשר ?

וועלעכע נומער??

ווען איך ווייס פרעג איך דען הגע בעצמך

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:38 am
דורך איינער
משה געציל האט געשריבן:אהרן האט מיט צען יאר צוריק דורך געלעבט די ביטערע מעשה נאכדעם וואס רוב דאקטורים האבען אים געגעבען צוויי חדשים צו לעבען. אהרן פארציילט ווי מיט זיין גרויס עקשנות און מיט זיין זעלטענע האמעראסטישען נאטור האט ער אפגעלאכט פון די דאקטורים ביז ער האט זיך גענצליך ארויס געדרייט דערפון.


ביטע! זיך אויסגעהיילט יענע מעשה מיט עקשנות און הומאר! גיוו מי א ברעיק! אויב דאס שטייט אין דעם בוך איז א שאד די געלט.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:20 am
דורך לעמיל
איינער האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:אהרן האט מיט צען יאר צוריק דורך געלעבט די ביטערע מעשה נאכדעם וואס רוב דאקטורים האבען אים געגעבען צוויי חדשים צו לעבען. אהרן פארציילט ווי מיט זיין גרויס עקשנות און מיט זיין זעלטענע האמעראסטישען נאטור האט ער אפגעלאכט פון די דאקטורים ביז ער האט זיך גענצליך ארויס געדרייט דערפון.


ביטע! זיך אויסגעהיילט יענע מעשה מיט עקשנות און הומאר! גיוו מי א ברעיק! אויב דאס שטייט אין דעם בוך איז א שאד די געלט.

איך וויס נישט אויף דעי מעשה אבער עס איז קלאר אז ביי מענטשען וואס האבען יענע מחלה אויף אלע גוים געזאגט איז עקשנית די וויכטיגסטע זאך וואס מ'דארף האבען אז מ'זאל זיך קענען ארויס דרייען

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:19 pm
דורך גלות יוד
ראשעקאל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:איינער געדענקט אויב עס איז געווען א אינטערוויו מיט איהם אויף קול מבשר ?

וועלעכע נומער??

די אינטערוויו איז נומער 479

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:14 pm
דורך געפילטע פיש
איינער האט געשריבן:ביטע! זיך אויסגעהיילט יענע מעשה מיט עקשנות און הומאר! גיוו מי א ברעיק! אויב דאס שטייט אין דעם בוך איז א שאד די געלט.

איך ווייס נישט אויב ס'דא סטאטיסטיקס אויף דעם אבער ס'גאנץ א אנגענומענע זאך אז "וויל טו ליוו" און א גוטע סופארט סיסטעם העלפט שטארק זיך אויסצוהיילן, מ'זאל נישט וויסן.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:31 pm
דורך געפילטע פיש
סארי, איך האב עס אביסל נאכגעקוקט, און איך זע אז ס'נישט אזוי פשוט.
WebMD האט געשריבן:[left]Having a positive attitude may help cancer patients deal with their disease, but it doesn't directly affect survival, according to one of the largest and most rigorously designed investigations ever to examine the issue.

The study included more than 1,000 people treated for head and neck cancer; the emotional state of patients was found to have no influence on survival.

The findings add to the growing evidence showing no scientific basis for the popular notion that an upbeat attitude is critical for "beating" cancer, says University of Pennsylvania School of Medicine behavioral scientist James C. Coyne, PhD, who led the study team.

"I wish it were true that cancer survival was influenced by the patient's emotional state," he tells WebMD. "But given that it is not, I think we should stop blaming the patient."[/left]


Cancer.org האט געשריבן:[left]Does it help to keep a positive attitude?
People with cancer and their families may feel guilty about their emotional responses to the illness. They may feel pressure to keep a positive attitude at all times, which is unrealistic. This feeling of pressure can come from within themselves, from other people, or both. Sadness, depression, guilt, fear, and anxiety are all normal parts of learning to cope with major life changes, and a cancer diagnosis is a major life change. Trying to ignore these feelings or not talking with others about them can make the person with cancer feel lonely. It can also make the emotional pain worse. And some people feel guilty or blame themselves when they can’t “stay positive,” which only adds to their emotional burden.

Along these same lines, many people want to believe that the power of the mind can control serious diseases. This is a comforting belief that can make a person feel safer from the risk of serious illness. If it were true, you could use your mind to stop the cancer from growing. But the down side of such beliefs is that when people with cancer don’t do well, they may blame themselves.

To learn more about attitude and survival, researchers looked at the emotional well-being of more than 1,000 patients with head and neck cancer to find out whether it affected survival. Over time, those who scored high on emotional well-being showed no differences in cancer growth or length of life when compared to those with low scores. Based on what we know now about how cancer starts and grows, there is no reason to believe that emotions can cause cancer or help it grow.

Can psychotherapy help people live longer?
Research in the area of therapy, stress reduction, and cancer has come up with mixed findings. This can confuse reporters and patients alike. For example, a research study done in 1989 by David Spiegel and colleagues seemed to link a difference in survival with taking part in a support group. But other researchers who did the same kinds of studies did not have the same outcomes.

A 2004 study review pooled the results of many well-designed studies of cancer patients getting psychotherapy. With more than 1,000 patients in the final results, no effect was found on survival.

In 2007, other researchers looked at all the previous studies. They found that no randomized clinical trial set up to look at survival and psychotherapy has shown a positive effect, except in cases where medical care was a confounding factor. (This means that one group’s medical care could have been different enough to affect the results.)

Finally, Spiegel himself tried to repeat the 1989 study with a new group in 2007 to see if the result would be the same as that of their earlier trial. The 2007 study reported better quality of life among those who took part in the group, but there was no difference in survival.

In the last few decades, research has further shown that giving cancer patients information in a support group setting helps reduce tension, anxiety, and tiredness (fatigue), and may lower the risk of depression. Some other studies have shown that supporting cancer patients in keeping doctors’ appointments and teaching them about their treatment may help patients follow their treatment plan. While keeping doctors’ appointments and taking cancer treatment medicines as prescribed may help people live longer, this type of support is more medical and practical rather than mental health care.

It seems clear that support groups can affect quality of life, but the available scientific evidence does not support the idea that support groups or other forms of mental health therapy can help people with cancer live longer.[/left]


דאגעגען דא און דא זעט אויס אז ס'קען יא האבן א פאזיטיווע עפעקט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:49 pm
דורך משה געציל
איך האב פרעזענליך געקענט א קינד וואס האט זיך נעבעך יארען געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה פון וואס זי איז ליידער אוועק, די דאקטורים האבן געזאגט אז ווען נישט איר אויסערגעווענדליכע שטארקע און בשמחהדיג׳ע כאראקטער וואלט זי ע״פ דרך הטבע נישט געצויגען אזוי לאנג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:52 am
דורך איינער
געפילטע פיש האט געשריבן:סארי, איך האב עס אביסל נאכגעקוקט, און איך זע אז ס'נישט אזוי פשוט.

א דאנק פאר אליין נאכקוקען, און זיך אליין פאררעכטן, דאס ווייזט אויף דיין שטארקע אינטעללעקטואליטי.

דאס איז איינע פון פאלשע זאכן וואס איז פארשפרייט וועגן קענסער. אביסל זענען די דאקטורים שולדיג ווייל זיי טראגן דאס ווייטער, א טייל מאל ווייל זיי ווייסן נישט בעסער (יא ער איז נאר א דאקטאר) און א טייל מאל צו מאכן פילן בעסער דעם פאציענט וואס זיי האבן נארוואס געגעבן א טויט אורטייל.

געפילטע פיש האט געשריבן:דאגעגען דא און דא זעט אויס אז ס'קען יא האבן א פאזיטיווע עפעקט


דאס איז בדרך כלל, פרייליכקייט, איז בעסער פאר א מענטש. אבער ווען עס קומט צו קענסער, קען מען זיך נישט אויסלאכן די וועג ארויס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:22 am
דורך ניו יארק
עס דערמאנט מיך פון בודק פון וויליאמסבורג/מאנסי.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:41 pm
דורך פריינדליך
ייש"כ פאר די אינפערמאציע,

ווי קען מען קויפן די ביכל? איך די דארף ביידע סיי די אויף עברית און סיי די אויף ענגליש {איך ווייל מזכה זיין מיט די ענגלישע}

ייש"כ פון פאראויס

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:47 pm
דורך משה געציל
די ענגלישע קענסטו באקומען ביי אלע ספרים סטאר'ס (חוץ אין וומסב"ג גלייב איך נישט אז בית הספר האט עס), די עברית'ע קענסטו באקומען ביי אייכלערס און ביגעלאייזען אין ב"פ, (די עברית'ע קומט אויך אין א ווייכע דעקעל}.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:57 pm
דורך זר זהב
וויאזוי איז דער טייטל אין ענגליש?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:43 pm
דורך משה געציל
As long as I live

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:49 pm
דורך זר זהב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 5:26 pm
דורך על המחיה
די ענגלישע ווערסיא איז א פונקטליכע איבערטייטש פון די עברית'ער ווערסיע?

איך פרעג, ווייל לדעתי איז די עיקר הצלחה פון דעם ביכל דעם אופן וואס דער ספרא רבה ואומן הקולמוס 'מושה גוטמאן' לייגט עס אראפ
די ביאגראפיע זיינע פאר זיך, איז ווייט נישט אזוי באלערענד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:26 am
דורך נולד מאוחר
סדא א לץ וואס האט געהאט קענסער.
און לייגט אראפ די שווערסטע מצבים זיינע מיט הואמער.
כ'האב נישט געקענט סטאפן לאכן ווען כהאב עס געליינט.
www.amazon.com/gp/aw/d/0738213187

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:36 pm
דורך יתרו
איך האב געליינט זיין ביכל עס איז זייער פיין געשריבן, ביז ער קומט אן צו באבא דוד'ס מעשה אויסער דעם איז עס וואנדערפאל,