בלאט 1 פון 1
וואס גייט פאר מיט פרייליך בענד?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 5:24 pm
דורך moshav zekeinim
ביים לעצטן אפיציעלער יוטוב קליפ פון פרייליך בענד מיט מארקוס, זעה איך א נייער פיאניסט במקום מענדי הערשקאוויטש. אויך אויף זייער אוואטור איז דער נייער פיאניסט געשטעלט געווארן אנשטאט הערשקאוויטש. אברמי שרייבער דער פויקער ווערט אין פארשידענע באקאנטמאכונגען פארגעשטעלט אלס אנפירער פון פרייליך.
וויפיל איך ווייס איז הערקאוויטש געווען דער גרינדער און קאפ פון פרייליך.
וואס חידוש׳ט מיר די מערסטע איז אז איך זעה אפילו נישט רעדן דערפון. בין איך דער איינציגסטער וואס ווינדערט זיך?
נאך א זאך וואס איך באמערק, אז פרייליך האט שוין לאנג נישט געאפדעידעט א נייער קליפ, האט איינס א שייכות מיטן אנדערן?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 5:34 pm
דורך כוכב
מפורסם בכל קצוי תבל אז זייער קאנטראקט איז אפגעלאפן און זיי האבן זיך צעטיילט. מענדי האט געמאכט שבת פאר זיך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 6:12 pm
דורך moshav zekeinim
וואס הייסט געמאכט שבת פאר זיך? און פארוואס האט אויסגעפעלט זיך צו צוטיילן?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 6:39 pm
דורך מר. קלונימוס
מענדי וויל זיין פריי צו אנפירן און שרייבן פאר יעדער וואס וויל אים האבן. זייער פשוט ס'איז מער געלט און מער דזשאבס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 7:19 pm
דורך moshav zekeinim
ס׳איז נאר פשוט טאמער איז ער א וועלט בארימטער ארעידזשער. ישראל לאם איז משועבד צו אהרן טייטלבוים בענד, רובי באנעט, נפתלי שניצלער און יענקי בריסקמאן זענען אויך משועבד צו חתונות. זאג מיר נישט אז מענדי איז מער פאפולער פון זיי.
Re: וואס גייט פאר מיט פרייליך בענד?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:50 pm
דורך סאשי פיש
די אמת'דיגע סיבה האט נאך קיינער נישט געשריבען, און איך וועל עס אויך נישט שרייבען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:55 pm
דורך moshav zekeinim
גערעכט, נישט יעדער זאך האט א סיבה וואס מען קען אויסשמיעסן ברבים. (ווילאנג עס האנדלט זיך נישט פון עפעס א חרדישער טעראר פארשטייט זיך).
לאמיר גיין צום עצם בענד. זענען זיי נאך אזוי פאפולער זינט מענדי איז ארויס?
Re: וואס גייט פאר מיט פרייליך בענד?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 8:56 pm
דורך mevakesh
Hey דו מאכסט מיר נייגעריג (הגם איך קען בכלל נישט די בענד)