בלאט 1 פון 1

וואס זאל איך טון?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:01 pm
דורך קאמענטירער
ניין איך געב נאך נישט אויף אויף מיינע רעכטען צו דעסיידען וואס צו טון, אבער אזויפיל יא איך האב נישט קיין פראבלעם צו ''הערן'' מיינונגען פון אנדערע וואס איך זאל טון, מילא שטעל איך אוועק די אשכול פאר ווער סהאט ספיקות וואס צו טאן און ער וויל הערן די דעת הציבור קען דא אנפרעגן און ארויסלייגען זייערע קווענקלישען:

פאר וועמען זאל איך וואוטען פאר סיוויל דשארזש? איך וואלט געוואלט שטימען פאר רחל פרייער, פאר דעם אליין צו ארייברענגען א פרישקייט אינעם סיסטעם און אזוי אויך טוישען אביסעלע די מאפע אז אן היימישע חסדישע עסקן זאל און קען אויך מיינען א היימישע פרוי, אבער סדא עפעס א שמוציגע קאמפיין קעגן איר קעגענער און צו דעם בין איך נישט מסכים! ווייל סגרוילט מיך די וועג פון זיך הייבן, דורך קנאקען אויף יענעם

איז די שאלה וויזאוי קען איך שטימען פאר איר קאנדיראטור אן ספורטען די עקעלהאפטיגע קאמפיין אויף איר קעגענער?
(ענליך האביך וויאזוי איך קען לייקען אויף א תגובה וואס איך בין נישט מסכים אויף אלע נקידות אכמ''ל)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
קיינער פירט נישט קיין שמוציגע קאמפיין. ס'איז נאר אינדערויסענדיגע וואס האבן געטראפן עבירות ביי יענעם. איך האב אליין געזען ביי ביידע קאמפיינס ווי זיי האלטן זיך אפ פון ארויס זאגן א ווארט קעגן דעם אנדערן. מי כעמך ישראל!

Re: וואס זאל איך טון?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:17 pm
דורך געשווינד
דער דעילי ניוז איז פאר רוחי פרייער
https://t.co/UC3lRrYo9p


Sent from my iPhone using Tapatalk