בלאט 1 פון 1

איבערלאזן קינדער אין א קאר מיט עירקאנדישאן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:53 pm
דורך [NAMELESS]
מ'רעדט אסאך וועגן איבערלאזן קינדער אליין אין קאר'ס. אין א''י איז עס א אלטע טעמע, און לעצטענס אויך דא אין אמעריקא.

די גאנצע שמועס איז איבער פארמאכטע קאר'ס אהן עירקאנדישאן. וואס טוט זיך אבער וועגן איבערלאזן קינדער אין א אנגעצינדענע קאר מיט עיר קאנדישען און פארשלאסן פון אינעווייניג און אינדרויסן?

איז עס סעיף? איז עס לעגאל?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:30 pm
דורך פליקער
עס איז א גרויסע פראבלעם קוק דא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:38 pm
דורך קאמענטירער
פליקער האט געשריבן:עס איז א גרויסע פראבלעם קוק דא

איך קען נישט זען די לינק, כשטעל מיך פאר אז סאיז פראבלעמאטיש אפי' סאיז לעגאל, מיין שאלה איז, אזויווי איך פארמאג נישט קיין אייגענע קאר איז מיר כמעט נישט אויסגעקומען צו לאזן קינדער אליין אין די קאר, וואס טוט מען אבער ווען מהאט קינדער אין די קאר און מהאט נישט מיט זיך קיין ערוואקסענעם און מדארף אפנעמען פון איינעם עפעס (נישט מאכען א גאנצע גראסערי ארדער..) וואס טוט מען דעמאלטס? וואס טוט דער עולם?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:עס איז א גרויסע פראבלעם קוק דא

וואס טוט זיך אויב ס'דא א עלטערע קינד אין די קאר. לאמיר זאגן א קינד פון צען יאר און א קינד פון צוויי יאר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:58 pm
דורך פליקער
די רעדע פון די קלאגע וואס איך האב געלינקט איז א קינד פון פיר יאר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:03 pm
דורך פליקער
די סענאט האט געפעסט א ביל אין 2013 אז מען טאר נישט איבער לאזן א קינד אינטער 8 יאר אן די וואך פון א אנדערער אינטער 12 פארשטייט זיך נאר אינטער נארמעלע קאנדישן'ס ווי עס איז נישטא קיין ריזיקע ון אויסגיין פון היץ אדער קעלט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:25 pm
דורך קאמענטירער
שקויעך פליקער! ווייסט מען כאטשיג וואס די געזעץ פארלאנגט