בלאט 1 פון 2

לאמיר ראטעווען בארא פארק!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:07 am
דורך אור נוגה
רבותי, די מצב איז שווער, די הויט ברענט, מיר מוזן טון למעשה, בארא פארק שטייט פאר א שיידוועג און די תוצאות קענען גרייכן ווייט אויסער אירע גרעניצן.

ליידער האבן מיר זיך דערקייקעלט צו א מצב ווי א פרוי א היימיש ווייבל האט זיך גענימען די חוצפה און דערקלערט איר קאנדידאטור פאר'ן לאקאלען ריכטער פאסטן און זי בעט און פארלאנגט אז מיר שלומי אמוני ישראל זאלן שטימען פאר איר.

עס איז אומבאשרייבליך די פירצה אינעם חומת הדת וואס די פרוי וויל דא דורכפירען, אזוי אומשולדיגערהייט אונטער'ן שלייער פון עסקנות און טובת הכלל זוכט זי דא צו ציברעכען די דיקע מויערען וואס מיר לייגן ארום די אידישע פרויען ווי לאנג מיר געדענקן נאר, כל כבודה בת מלך פנימה, די גראבע בענדער הלכות צניעות, אין בעלז האט מען געוויסט אז מען דערמאנט נישט קיין פרוי, אין גור האט מען געוויסט אז א פרוי עקזיסטירט נישט, און שטעלט זיך א פרוי ארויס ברבים און פארלאנגט אז די ציבור זאל זיך שטעלן אונטער איר.

דאס זענען נאך ד קלייניגקייטן, טראכט אריין, וואספארא מוסטער שטעלט אזא פרוי פאר מיט זיך? פונקט דאס פארקערטע ווי מען לערנט אונז! זי צייגט אז א אידישע פרוי קען נעמען איר לעבען און אירע הענט און טון עפעס דערמיט, אז זי קען מצליח זיין ערגעצווי אויסער באקן ראפאגאש חלות און פארקאכן האלאפטשעס, אז די תחום ווי א פרוי קען אויפטון אז ברייטער ווי צווישן די קיך און די בעט.

גיוואלד! וועם ווילן מיר זאל זיין א מוסטער פאר אונזערע טעכטער? אונזערע אונגארישע באבעס וואס זייער קאפ האט נישט געטראכט אינדרויסען פון ד גראטעס פון זייער הויז, וואס זייער לעבן האט זיך געדרייט ארום גאסיפ און וויינעדיגע קינדער, אדער א פרוי וואס גייט אינעם היינטיגען ליבעראלען שפאן אז א פרוי קען אנטייל נעמען און אויפטון עפעס גוטס אין די ברייטע וועלט.

ווער ווייסט ווי די מצב קען זיך דערקייקלען, אז עס שטעלט זיך ארויס אז א פרוי קען פירען א געריכט אז זי קען האבן א דעה אין געזעץ אפשר קענען גאר פרויען פירען א מוסד האבן א דעה אויף די חינוך נעמען א שטעלונג אין די הלכות צניעות וואס מען לייגט אויף זיי ארויף, ווער ווייסט, אפשר וועט מען זיך אפלערנען אז א פרוי קען פירען א משפחה האבן א מיינוג וויאזוי אויפצוציען די קינדער, און אפשר גאר ח''ו צו פירען א קאר!

מיר מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין, מיר מוזן זיכער מאכן אז די וואלן ווערן אנטשידען כדת תורה וישראל, מען רעדט דא פון חמירות שבחמירות! פון גילו עריות! אויב דער חזו''א'ס הארץ האט עם געזאגט ביי גיוס בנות אז עס אז בגדר יהרג ואל יעבור איז ק''ו דא ווי אונזער גאנצע חינוך הבנות שטייט אין א סכנה איז כש''כ וכש''כ.

אז מען וועט עס מיינען ערענסט וועלן מיר קענען דערגרייכן און ראטעווען אונזער חינוך אונזער שטאט און אונזער מהלך החיים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:51 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אור נוגה האט געשריבן: און שטעלט זיך א פרוי ארויס ברבים און פארלאנגט אז די ציבור זאל זיך שטעלן אונטער איר.

מ'האמיר געוויסט אז די מצב איז געפערליך אבער מ'האמיר נישט געוויסט ווי ווייט ס'גייט, אזאנס מאחורי האשה איז דאך פון די חמורות שבחמורות, היל"ת, והוא לא תצלח.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:55 am
דורך ליפא
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
אור נוגה האט געשריבן: און שטעלט זיך א פרוי ארויס ברבים און פארלאנגט אז די ציבור זאל זיך שטעלן אונטער איר.

מ'האמיר געוויסט אז די מצב איז געפערליך אבער מ'האמיר נישט געוויסט ווי ווייט ס'גייט, אזאנס מאחורי האשה איז דאך פון די חמורות שבחמורות, היל"ת, והיא לא תצלח.

:D

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:01 am
דורך berlbalaguleh
איך געדענק, אז מיין זיידע ע"ה האט מיר פארציילט אז די רבי זי"ע האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביי די גרויסע אסיפה אין שאראש פאטאק אום ערב תענית אסתר נאכמיטאג. ער האט געשטורעמט איבער די גרויסע ירידת הדורות און דעם גרויסן חשכות וואס האטציך ל"ע אראפגעלאזט אין דעם שפל'דיגן דור פון עיקבתא ד'משיחא.
איינס פון די עיקרי הדת איבער וואס די רבי זי"ע האט זיך מתמרמר געווען איז אז דער שטן האטציך ליידער אריינגעכאפט צווישן אונז, און די נשים האבן מיט גרויס חוצפה זיך געטרויעט צו צוברעכן די הייליגע מיהאלאוויצער תקנות, און זיי האבן אנגעהויבן צו רעדן בלשון העמים, רח"ל מהאי דעתא. און אונז ווייסן דאך אז עבירה גוררת עבירה. נאכדעם האבן זיי געפאדערט פון די הייליגע מענער אז זיי ווילן זיך אנטון שייטלעך, ר"ל. נישט סתם שייטלעך, נאר לויט די לעצטע מאדעס. ס'מוז זיין געקרייזלט און קורץ. און זיי האבן אויכעט אויפגעהערט צו ליינען די צענע רענע (צאינה וראינה) וואס אונזערע באבעס האבן זיך מוסר נפש געווען איבער דעם. און פון דארט איז מען אריבער צו נעמען בילדונג בשפת העמים. און זיי זענען נעבעך געגאנגען מחיל אל חיל. אנטשולדיגטס. מדחי אל דחי. און אז זיי האבן שוין געהאט בילדונג פון די גוי'אישע שולן ר"ל, איז זיי איינגעפאלן אז זיי זאללן אנהייבן צו פיהרן אויטאס. און זיי זענען געווארן זינגערינס און שוי שפילערינס. און זיי זענען געווארן אויפגעקלערט. עטץ ווייסט רבותי ווער ס'איז שולדיג אין דעם אלעמען....? די ציונים....! וועלכע האבן זיך פארמאסטן מעביר על הדת צו זיין די ערליכע אידישע טעכטער. די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש מיט זייערע רע-בנים שר"י און עפ"ל פייניגן אונז , די שלומי אמוני ישראל, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני שוין טויזנטער יארן. מאז היתה ישראל? לגוי...?. און זיי זענען שולדיג אין אלע צרות וואס דאס ערליכע אידישע פאלק איז אריבער. אפילו אין חורבן ביהמ"ק.נעה אין ביידע בתי מקדשות זענען זיי שולדיג. און ווער שמועסט נאך אין די גזירות ת"ח ות"ט ווי זיי האבן זיך גערייצט מיט דעם גרויסן און העלדישן גענעראל, באגדאן כמיעלניצקי. און זיי האבן עובר געווען אויף התגרות באומות. רחמנא ליצלן. און די וואוילע אוקראינישע גויים זענען געצווינגען געווען אויס'צוהרגנ'ען א האלבן מיליאן אידן, רח"ל. דאס אלעס האבן די פארשאלטענע ציונים אנגעווערטשאפט. זיי האבן געמאכט יד אחת מיט די גרעסטע רוצחים. אלעס ווייל זיי האבן געוואלט אן אייגענע מדינה, רח"ל. רבותיי אונז מוזן מיר תשובה טון. ווייל אז נישט ווער ווייסט וויאזוי אונז וועללן מיר אויסזען אין א פאר דורות ארום. די נשים וועללן נאך האבן א חוצפה און פאדערן אז זיי וויללן ווערן דאקטוירים און אדוואקאטן. און ריכטערינס, רח"ל. און די בלאט און די הייליגע מאמענט וועללן נאך ברענגען זייערע רעקלאמעס און ארטיקלען בריש גלי...השיבנו ה' אליך ונשובה... און מיר זאללן זוכה זיין צו התגלות כבוד שמים און די טמא'נע מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים במהרה בימנו אמן...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:42 am
דורך שבת אחים
דו מאכסט טאקע ליצנות, אבער איך בין גאנץ ערנסט, נאך דאס פעלט אויס אז א פרומע פרוי זאל ווערן נאמינירט פאר א שופט אין פאמילע אדער ציווילע קאורט, מ׳האט שוין געזעהן וואס דער חזיר און היפאקריט דוד שמידט האט אנגעמאכט פאר אלע אטד״ס און דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז א פרומער איד און חסיד פון זייו רבו מובהק ר׳ אליעזר בערלאנד, אדער צום ביישפיל דער ״פרומער גנב״ שעלדאון סילווער וואס האט געמאכט אזא גרויסע קידוש השם אין אלבאני אזש אז ס׳האט אפגעקלינגען אין גאנץ united states of china. פאר איר שרייט סעלף העטינג דזשאו, קוקט ביטע איבער די פאקטן וואס האט געוויזן אז די פרומע ריכטער סיי די אידישע סיי די קריסטליכע זענען ליידער שטארק בייעס און נוצן אויס זייער פאזיציע פאר זייערע פערזענליכע אגענדאס און פאר זייערע צוועקן און רעכענען זיך גאר ווייניג מיט לאגיק יושר און געזעצן, ליידער האב איך עס אליינס צוגעזעהן ביי מיין קעיס און ביי אנדערע אט״ד קעיסעס וואס כהאב מיטגעהאלטן, איך האב נישט געקענט גלייבן ווי אומ-יושרד׳דיג זיי זענען געוועהן, אלע דאונטאן ברוקלין ריכטער קומען אריבער צוויי מאהל א יאהר צו עזרא פרידלענדער (אויך א עסקן במחתרת) אין בארא פארק פאר א דינער/פארטי ווי זיי פארזיכערן זיך אז זיי באקומען די בארא פארקע היימישע וואוטס, און ווען א היימישע חרדישע ווייבל רופט איר מאן אין קאורט וואס איז געגאנגען אט״ד, פארוועם מיינט איר גייט זיך די ריכטער אננעמען פאר א בלאוק-וואוט? אדער פאר אפאר אויסגעשפילטע אטד״ס וואס האבן גאר ווייניג קאנעקשאונס מיט די ארגענייזט מאפיא?.

מיר ארבעטן צו טוישן די בייעסי פון די ריכטער, ס׳וועט נעמען צייט אבער ס׳גייט מוזן בעסער ווערן.

גראדע האב איך געהערט אז זי איז א באהאלטענע אט״ד, אויב רעדן מיר פון די זעלבע מענטש, מיט דעם אלעם טראסט איך איר נאכאלץ נישט און ס׳מוז נישט זיין אז סאיז בכלל אמת, סקען זיין זי איז פרום און נאר אביסל אויפגעקעלערט צי מאדערן, איך בין שטארק מסופק צי סאיז טאקע יש דברים בגו.

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... y-678.html

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:52 am
דורך תורה ומדע
שבת אחים האט געשריבן:דו מאכסט טאקע ליצנות, אבער איך בין גאנץ ערנסט, נאך דאס פעלט אויס אז א פרומע פרוי זאל ווערן נאמינירט פאר א שופט אין פאמילע אדער ציווילע קאורט, מ׳האט שוין געזעהן וואס דער חזיר און היפאקריט דוד שמידט האט אנגעמאכט פאר אלע אטד״ס און דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז א פרומער איד און חסיד פון זייו רבו מובהק ר׳ אליעזר בערלאנד, אדער צום ביישפיל דער ״פרומער גנב״ שעלדאון סילווער וואס האט געמאכט אזא גרויסע קידוש השם אין אלבאני אזש אז ס׳האט אפגעקלינגען אין גאנץ united states of china. פאר איר שרייט סעלף העטינג דזשאו, קוקט ביטע איבער די פאקטן וואס האט געוויזן אז די פרומע ריכטער סיי די אידישע סיי די קריסטליכע זענען ליידער שטארק בייעס און נוצן אויס זייער פאזיציע פאר זייערע פערזענליכע אגענדאס און פאר זייערע צוועקן און רעכענען זיך גאר ווייניג מיט לאגיק יושר און געזעצן, ליידער האב איך עס אליינס צוגעזעהן ביי מיין קעיס און ביי אנדערע אט״ד קעיסעס וואס כהאב מיטגעהאלטן, איך האב נישט געקענט גלייבן ווי אומ-יושרד׳דיג זיי זענען געוועהן, אלע דאונטאן ברוקלין ריכטער קומען אריבער צוויי מאהל א יאהר צו עזרא פרידלענדער (אויך א עסקן במחתרת) אין בארא פארק פאר א דינער/פארטי ווי זיי פארזיכערן זיך אז זיי באקומען די בארא פארקע היימישע וואוטס, און ווען א היימישע חרדישע ווייבל רופט איר מאן אין קאורט וואס איז געגאנגען אט״ד, פארוועם מיינט איר גייט זיך די ריכטער אננעמען פאר א בלאוק-וואוט? אדער פאר אפאר אויסגעשפילטע אטד״ס וואס האבן גאר ווייניג קאנעקשאונס מיט די ארגענייזט מאפיא?.

מיר ארבעטן צו טוישן די בייעסי פון די ריכטער, ס׳וועט נעמען צייט אבער ס׳גייט מוזן בעסער ווערן.

גראדע האב איך געהערט אז זי איז א באהאלטענע אט״ד, אויב רעדן מיר פון די זעלבע מענטש, מיט דעם אלעם טראסט איך איר נאכאלץ נישט און ס׳מוז נישט זיין אז סאיז בכלל אמת, סקען זיין זי איז פרום און נאר אביסל אויפגעקעלערט צי מאדערן, איך בין שטארק מסופק צי סאיז טאקע יש דברים בגו.

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... y-678.html

ענשולדיגט מיר אבער עס פאסט נישט פאר אייך אזוי צו שרייבען. איהר דארפט איהר געבען "די בענעפיט אוו די דאאוט"ץ אז נישט וועט איהר האבען אזא פנים ווי מר טראמפ מיטן מעקסיקאנער ריכטער. ;)

Re: לאמיר ראטעווען בארא פארק!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:17 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
בילד


א אונגארישע פרוי וואס האט זיך גענימען אין די הענט אריין...
און זוכה געווען מקרב צי זיין הונדערטע לאבינו שבשמים..!
רביצען יונגרייז מחייב את האונגארישע..!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:43 am
דורך קאמענטירער
@אור נוגה גראדע איז דא ערנסטע מענטשען אין ביהמ''ד וואס זאגען בערך דיין געדאנק מיט אן ערנסטקייט, פערצופאל האביך עס אויך געהערט פון די עזרת נשים אין די משפחה (נישט די הצלה) אז סאיז בפירוש אנטקעגן כָּל כְּבִודָהּ בַּת מֶלֶךְ פְּנִומָה (כווייס נישט פ''וו אבער ווען איך זאג די ווערטער זינגט זיך עס מיר אונטער..)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:31 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך קען דיר פארזיכערן אז די חשוב'ע ריכטערין מרס. רחל פרייער, יר"ה איז אן ערליכע פרוי.איהר פראבלעם איז אז איהר מח ארבעט אווערטיים. אבער דער רמב"ם רעדט שוין איבער דעם.
לגבי איהר יושר צו די א.ט.ד. משפחה מיטגלידער ווען ס'קומט צו אזא פאל, ווייס איך נישט. און איך פארשטיי דיין צער. דו האסט מסתמא באקומען א נישט-יושר'דיגן אורטייל פון א רעליגיעזן ריכטער, וואס דו האלטסט אז ער/זי איז געווען בייעסד. אדער באאיינפלוסט פון פאליטישע חשבונות.
פון ר' פינחס בעהמשטיין (ניין. נישט בוימשטיין.) הי"ו האסטו געהערט...? ער איז א ריכטער אין ברוקלין טרעפיק קאורט אויף וועסט 9 סטריט. ער איז אן .ערליכער איד. און האט ליעב צו טון טובות פאר אידן. נאר נישט אייביג קען ער. איך בין שוין אנגעקומען אין זיין קאורט רום בערך 3 מאל. 2 מאל האט ער מיך געמאכט נאט גילטי. איינמאל, יא, גילטי. און דאמאלס בין איך באמת נישט געווען שולדיג. נאר דער פאליסמאן האט געזאגט א גראבן ליגנט (נישט קיין ספק). און ער האט מיך געמאכט גילטי. ווען ער געט ארויס א פסק פון נישט שולדיג, טוט ער עס מיט חכמה. ער זוכט עפעס א לעגאלן תירוץ...! איך בין איינמאל געקומען אין זיין קאורטרום, און 9 ער האט מיך געמאכט נישט גילטי מיט'ן תירוץ אז דער פאליסמאן האט נישט מיטגעברענגט זיין נאוט בוק. דער פאליס האט געבעטן אן אנדער'ן דעיט און דער דזשאדזש האט געזאגט אז ניין...! ד 2'טע מאל ביניך געקומען מיט א לויער. און כ'בין ב"ה ארויס נאט גילטי. נאר כ'וועלל נישט אריינגיין אין די דיטעילס. אבער ער האט מיך געפטר'ט מיט א לעגאלן פשט'ל וואס נאר א גמרא קאפ קען אויפמאכן...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:53 pm
דורך אור נוגה
קאמענטירער האט געשריבן:@אור נוגה גראדע איז דא ערנסטע מענטשען אין ביהמ''ד וואס זאגען בערך דיין געדאנק מיט אן ערנסטקייט, פערצופאל האביך עס אויך געהערט פון די עזרת נשים אין די משפחה (נישט די הצלה) אז סאיז בפירוש אנטקעגן כָּל כְּבִודָהּ בַּת מֶלֶךְ פְּנִומָה (כווייס נישט פ''וו אבער ווען איך זאג די ווערטער זינגט זיך עס מיר אונטער..)

ליידער זענען אסאך פון די ערענסטע מענטשן' ביי אונז שטארק געשלאגן מיט עקסטרעמע סעקסיזים און זיי קענען נישט ציקוקען ווי א פרוי שטייגט און דערגרייכט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
פאר דער וואס קען דעם פרוי באמת, ווייסט אז מיט א שטימע פאר איר טוט מען א טובה פאר זיך!!! זי קען נאך איין טאג איבערדרייען אונזער קאמיוניטי...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:05 pm
דורך שבת אחים
"תורה ומדע" האט געשריבן:
ענשולדיגט מיר אבער עס פאסט נישט פאר אייך אזוי צו שרייבען. איהר דארפט איהר געבען "די בענעפיט אוו די דאאוט"ץ אז נישט וועט איהר האבען אזא פנים ווי מר טראמפ מיטן מעקסיקאנער ריכטער. ;)


אנטשולדיגט מיר אבער ס׳פאסט נישט פאר אייך אזוי צו שרייבן, ווייל דו מישסט צאם יוצרות, טראמפס ריכטער Gonzalo P. Curiel איז א פעדעראלע ריכטער און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא, ווידער די לאקעלע ריכטער ווערן ערוויילט דורך די וויילער, און איך דארף דיר נישט זאגן וויאזוי ס׳ארבעט אין סאסייעטי, די ערשטע סימפל ראול איז you dont bite off the feeding hand, מיין ריכטער איז געוועהן א ליבעראלע לעסביען ריכטער וואס איז קלאר געוועהן בייעס קעגן מיר פון די ערשטע מינוט, כ״ש וק״ו אויב א פרומע חרדישע פרוי קומט אריין אין אזא פאזיציע וועט זי זיך זיכער זיין איינזייטיג סיי ווייל איר רעליגיע דיקטיריט אזוי און סיי ווייל איר זשאב איז דיפענדעט אויף דעם, אלזא סאיז א קלארע חילוק ווי טראמפ שרייט סתם רעסיסט וו״ס א קאראפטירטע ביוראקראטישע סיסטעם וואס איז שטארק בייעס צו אטד״ס וכודמה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 3:12 pm
דורך דער דאס
אין מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט רעביצן פרייער תחי' איז זי בכלל נישט אזא סארט, וואס זאל זיך רעכענען מיט וואס 'יענער' גייט זאגן, זייער אסאך וואס זי האט אויפגעטון, אין פאבליק, און נאך מער פריוואט, איז אינגאנצן פארקערט פון וואס די מצב איז אויפן גאס, ווי ס'קוקט מיך אויס, קען זי טוישן זייער אסאך אין די וועג ווי אזוי זאכן גייען ביז היינט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:48 pm
דורך יעקב מענטש
איך האב הנאה צו לייענן וויאזוי דער פותח האשכול שרייבט צו די התנגדות צו איר קאנדידאטור צו 'סעקסיזם', ס'ווייזט אויף איינע פון די צוויי 1) ער קען נישט די קאמיוניטי, 2) ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט אבי צו קענען באשולדיגן חרידישע אידן אין עפעס וואס איז נישט געשטויגן.

אונז קענען האבן א ברייטע און אפענע שמועס צו די זאך אויסגעהאלטן מצד צניעות, השקפה וכו', אבער אפי' די וואס זענען קעגן דעם געדאנק מצד השקפה, האט עס גארנישט מיט סעקסיזם, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט פרויענישע סוקסעס.
חוץ אויב דו ווילסט זאגן אז יעדע זאך וואס מ'הייסט פרויען זיך אויפפירן אנדערש ווי מענער האט מיט סעקסיזם, אפשר אז מ'לאזט נישט די פרויען אנטוהן הויזן אדער רייכערן בפומבי האט אויך מיט סעקסיזם ?

עניוויעי, ס'איז באמת א שאד זיך צו טענה'ן מיט איינעם וואס האלט ניטאמאל דערביי צו פיהרן א נארמאלע שמועס, נאר איז ענדערש דא זיך 'אויסצוגעבן', אלזא, זייטס מיר געזונט!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:51 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב גראדע הנאה געהאט אז עס איז געווען א אינטערוויאו מיט איר אינעם מאמענט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:10 pm
דורך קאצקע ציקער
יעקב מענטש דו האסט פאוינט אבער די אמת איז , לאמיר נעמען א משל פרויען דרייווען , די שורש וואס באדערט איז סעקסיזם און מען געט זיך א תירוץ אז עכט איז די פראבלעם צניעות וכו'

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:15 pm
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב גראדע הנאה געהאט אז עס איז געווען א אינטערוויאו מיט איר אינעם מאמענט.

א איטערוויו מיט איהר איז איין זאך, די טריביון איז געגאנגען א שטאפל ווייטער די הויפט ארטיקל איז עס געווען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:16 pm
דורך הקטן
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעקב מענטש דו האסט פאוינט אבער די אמת איז , לאמיר נעמען א משל פרויען דרייווען , די שורש וואס באדערט איז סעקסיזם [??] און מען געט זיך א תירוץ אז עכט איז די פראבלעם צניעות וכו'

מהיכן דנתני?

Re: לאמיר ראטעווען בארא פארק!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:23 pm
דורך טרויבן88
וואס איז באמת די פראבלעם אז די פרוי לויפט און געווינט? עס איז דא פרויען וואס האבן סטארס... יעצט וועט זיין א ריכטער. וואס איז די פראבלעם? ענפער לאגיק און נישט האס און פראפאגאנדע

פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך צופיל פון אונזערע מנהגים

Re: לאמיר ראטעווען בארא פארק!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:37 pm
דורך טרויבן88
קאצקע ציקער האט געשריבן:יעקב מענטש דו האסט פאוינט אבער די אמת איז , לאמיר נעמען א משל פרויען דרייווען , די שורש וואס באדערט איז סעקסיזם און מען געט זיך א תירוץ אז עכט איז די פראבלעם צניעות וכו'

%100

Re: לאמיר ראטעווען בארא פארק!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:48 pm
דורך טרויבן88
יעקב מענטש האט געשריבן:איך האב הנאה צו לייענן וויאזוי דער פותח האשכול שרייבט צו די התנגדות צו איר קאנדידאטור צו 'סעקסיזם', ס'ווייזט אויף איינע פון די צוויי 1) ער קען נישט די קאמיוניטי, 2) ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט אבי צו קענען באשולדיגן חרידישע אידן אין עפעס וואס איז נישט געשטויגן.

אונז קענען האבן א ברייטע און אפענע שמועס צו די זאך אויסגעהאלטן מצד צניעות, השקפה וכו', אבער אפי' די וואס זענען קעגן דעם געדאנק מצד השקפה, האט עס גארנישט מיט סעקסיזם, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט פרויענישע סוקסעס.
חוץ אויב דו ווילסט זאגן אז יעדע זאך וואס מ'הייסט פרויען זיך אויפפירן אנדערש ווי מענער האט מיט סעקסיזם, אפשר אז מ'לאזט נישט די פרויען אנטוהן הויזן אדער רייכערן בפומבי האט אויך מיט סעקסיזם ?

עניוויעי, ס'איז באמת א שאד זיך צו טענה'ן מיט איינעם וואס האלט ניטאמאל דערביי צו פיהרן א נארמאלע שמועס, נאר איז ענדערש דא זיך 'אויסצוגעבן', אלזא, זייטס מיר געזונט!

די ביסט טאטעלי ראנג... זייער אסאך זאכן אדער כמעט אלע האט באמת ציטון מיט סעקסיזם. אמאל איז א פרוי געווען א קינדער מאשין און א חפץ וואס האט זיך נאר געמעגט דרייען אינדערהיים זי האט געדארפט זיין שיין נאר פאר איר מאן. היינטיגע צייטן האט זיך דאס געטוישט צי די ווילסט יא אדער נישט. אבער זייער אסאך מיטל אלטער מנהגים זענען נאך געבליבן. טייל אפפפשששר דארפן אזוי זיין. נישט אויף אלעם האב איך א מיינונג, אבער דרייון קוק אריין און עני ספר וועסטו קלאר זען סעקסיזם, און האב אמאל געזען א תשובה איך מיין פון סאטמאר רב איך בין נישט זיכער זאגט ער אז די מציאות אז א פרוי דרייווט א מאן דאס אליינס איז א פראבלעם.... וד'ל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:00 pm
דורך חכם עתיק
רעביצין פרייער ווי קאנטעווערסעל זי איז מיינט זי גוט לויט מיין מיינונג. און זי האט דעקונג פון אסאך וואוילע יודן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:04 pm
דורך אייז קריעם
ווי ס'גויאישט זיך אזוי יודישט זיך
הילערי קודם און יעצט פריייער