בלאט 1 פון 1
טיפס פאר היטשעס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:16 am
דורך קאמענטירער
איך בין ביי דעם מיינונג אז די נושא פון היטשעס איז נישט אזוי געפערליך ווי מהאט עס ליב אראפ צו לייגען דער וואס נעמט א היטש פארשטייט אז ער באקומט א טובה פון איינעם און ער וועט געווענליך וועלן אכטונג געבן נישט צו שווער מאכען פאר דער היטש געבער כדי שלא תנעול הדלת און ער זאל נאך קענען ווייטער אנגיין מיטן היטשען כוויל אביסעל שרייבען טיפס
היטש געבער
- פאר מען נעמט ארויף איינעם פאר א היטש זאגט קלאר און הויעך וואו אהין איר פלאנט צו גיין, ווייל איר פארשטייט אז אויב איינער דארף אנקימען צו אן אנדערע עק שטאט איז עס בכלל נישט קיין טובה פאר אים, למשל אז איר זאגט קלאר פון פאראויס אז איר גייט אויף פט. העמילטאן, און אין ב''פ זאגט יענער אז ער האט א דאקטערס אפוינטמענט אויף מעקדאנעלד קען ער צו אייך נישט האבען קיין טענות.
- סאיז כדאי אויב מען וויל געבן אן היטש זאל מען זען נישט צו רייכערן, סדא מענטשען וואס סשטערט זיי זייער די גערוך וכו'
היטש נעמער - אז איינער האט זיך אפגעשטעלט פאר אייך און אויפגעגעבן אויף זיין פריוואטקייט און געבט אייך אן היטש, זעט אז דער בעל גמ''ח זאל דארפען אוועקגעבן די ווייניגסטע באקוועמליכקייט וואס סאיז שייך: פרעגט אים נישט אויס ווער ער איז, אדער זיין יחוס וכדו'
- סאיז נישט אייער קאר! ד.מ. אז איר האט נישט קיין רעכט צו עסן, אדער רעדן אויפן פאון ווען איר זענט אין קאר,
- אויב איז עס א לענגערע רייזע קודם זעט צו זיין פונקטליך ביים אפגעשמועסטען פלאץ אזוי אויך איז כדאי צו נעמען א חלק אין די הוצאות הדרך (ווי אויסצאלען די געז)
- און נישט קיין חילוק צו די רייזע איז לאנג אדער קורץ, פארגעסט נישט ''זיך באדאנקען'' איך האב געהערט פון איינעם אז ער האט א מנהג זיך צו באדאניקען ווי נאר ער קומט אריין אין די קאר (אויב ער וועט ח''ו פארגעסן) וטוב לנהוג כן.
מאר טיפס ער יעלקאם
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:03 pm
דורך פעינטער
איך פלעיג אמאל זיין א גרויסע היטש געבער ווייל איך פלעיג אמאל זיין א גרויסע היטש נעמער. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס אידן געבען נישט קיין היטשעס.
ביז.....
איין טאג שטעל איך מיר אפ ביים היטש פלאץ אין וויליאמסבורג
סיס געווען א פרייטאג נאכמיטאג געשטאנען דארט אן ערך פין 86 אידן.
איך עפען מיין פענסטער אין איך זאג הויך קלאר איך גיי צי פארטהעמילטאן אין זיבן אין פערציג.
פלאץ פאר איין מענטש אין די פראנט, (ווייל איך האב געהאט נאר איין סיט אין די בעק וואס עס איז געווען א קאר סיט אין אלעס איז געווען אראפ.)
דער אינגערמאן א שטילער וואס האט דאס געהערט נעמט צי דאס פראנט סיט אין געגאנגען רעדי צי פארן.
ווייל סיס געווען 86 אידן איז געקימען א איד אין ער עפענט די בעק טיר אין ער נעמט אראפ די קארסיט אין זעצט זיך אראפ.
ני איך האב געטראכט צי מיר א איד דארף אזוי וויכטיג א היטש נא איך העל מיר נישט משיגע מאכן זאל ער מיט קימען.
אין פליצים קימט א איד פין איזרעל פין א ברייטע פלאכע היט צי לויפען מיט איין אטעם מיט דריי באקסעס מצות ער געט א טאנץ איבער דער איידלע איד אין זעטס זיך אראפ אויף די פלאר אין שוין. ביין בליט דרוק איז ארויף אביסל געטראכט צי מיר אזוי ווי פריער זאל ער זיצען אויף די ערד.
גלייך ביים ארויס פארן האב איך מיר געכאפט וואס דא איז געשען,
דער פלאכע איד האט זיך באקוועם געמאכט ווי א האן אויפ'ן אייער נישט נאר ער האט געשמעקט ווי א אלטע טויטע האן עפענט ער די פענסטער...
ער רופט אן זיין גאנצע משפחה אז עפעס א איד האט איהם געגעבען א היטש
וכו' וכו'
מיין בלוט דריק איר מיר ארויף א יעדע מינוט מער אין מער.
וואס זאל איך ענק זאגן איך האב מיר פארעקעלט צי געבען א היטש זייט דעמאלטס
יא סיס דא אידן וואס מיינען אז זיי זענען ווי ביי זיך אין שוויץ אין טיען וואס זיי ווילען
אין סיס דא הינדערטע אזאלכע מעשות וועגען דעם איז דא אסאך וואילע אידן וואס געבען נישט קיין היטשעס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:01 am
דורך שמעקעדיג
דא האט מען שוין געשמועסט דערוועגן:
דער אחריות פון א היטש-געבער פאר זיינע פאסאזשירןviewtopic.php?f=4&t=6128
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:23 am
דורך קאמענטירער
שקויעך פענטער פארן אנכאזערן די אשכול, קודם מוז איך דיר גלייבן אז דיין מעשה האט ווירקליך פארסירט ווייל סמאכט זייער שטארק סענס וואס דו דערציילסט, שנית האב איך געבעטן פאר טיפס וואספארא טיפס האסטו דא אונז מזכה געווען? אז איינער שטינקט ווי א טויטע האן זאל נישט עפענען די פענסטער?.. און לאמיר זאגען אז סאיז דא הונדערטער אזעלעכע מעשיות, וויפיל היטשעס איז יא דא וואס אלעס גייט אריבער בכשורה? ווילסט קוקען אויף גארביזש און זיך אריינרעדן אז די גאנצע וועלט באשטייט נאר פון דעם?
און די קריטיק און די שווארצע חלק פון היטשעס גייען זי ביטע אריבער אינעם אשכול וואס מ'שמועסט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:37 pm
דורך אייז קריעם
פרעגט וויפיל מענטשן דער דרייווער איש גרייט צו נעמען און אזויפיל מענטשן זאלן זיך אריינזעצן.
נאך א זאך, עפנט נאר אויף די טירן צום זייט פונעם היטש פלאץ.
אסאך מאל שטעל איך מיך נישט אפ ווען איך זעה מערערע מענטשן פשוט ווייל עס פילט אסאך מאל ווי איך געפון זיך אידערמיט פון א מיליטערישע מיסיע ווען אלע טירן עפענען זיך אויף איין מאל און מען הייבט זיך אן צו שטיפן.
Re: טיפס פאר היטשעס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:34 am
דורך ביליג
איך פראביר ווען איך קען צו געבן היטשעס , איך וועל פארן ספיציעל דורך די היטש פלאץ כדי צו קענען טוהן א טובה פאר א איד- אבער נאר ווען איך קען. דהיינו אויב איך וויל מאכן טעלעפון קאללס נעם איך נישט קיינעם.
כדי ווען איך נעם יא זאל עס זיין מיט די גאנצע הארץ.
ווען עס איז דא זייער אסאך מענטשן שטעל איך זיך בכלל נישט אפ.
אויב איך האב נישט קיין צייט זאג פאר דעם ווי איך פאר. און ווען איך קען, פרעג איך ווי ער דארף אנקומען און איך פראביר צו טוהן א מצוה בשלמות.
א מוזיק סידי אדער א שיינע דרשה מאכט סיי דעם דרייווער און סיי די היטשער מער באקוועם.
איך געב נישט געווענדליך היטשעס פאר פרויען, אבער א גרופע ווייבלעך צוזאמען געב איך יא.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:19 am
דורך לית דין בר נש
קעו מען באקומען א טיקעט פאר אריין נעמען איינעם פאר א היטש?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:40 pm
דורך קאמענטירער
לית דין בר נש האט געשריבן:קעו מען באקומען א טיקעט פאר אריין נעמען איינעם פאר א היטש?
סאיז פשוט אז אויב סטאפט מען אינמיטען טרעפיק\גאס און מען נעמט אויף איינעם איז עס אומלעגאל.
אזוי אויך איז דא א סוגיא פון TLC, אז אויב וויל מען זיין א קאר סערוויס דרייווער דארף מען נעמען די נויטיגע פערמיט און לייסענס פון די שטאט, א שטיק תקופה צוריק האבן זיי (געוואלט) געטאוט קארס אין ב''פ, האלטענדיג אז די בעלי חסד האבן גענומען געלט פון די פאסאנזשירען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:20 pm
דורך לית דין בר נש
ווען איז יא ליגאל די וויליאמסבורגער היטש פלאץ הייסט נישט אינמיטן טרעפיק/גאס?
און בארא פארק 14 & 49 אדער ft Hamilton און 45 הייסט נישט אינמיטן טרעפיק/גאס?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
וויליאמסבורג און פט. העמילטן זענען דאכצעך 'נאו סטענדינג', און מ'מעג לכאורה סטאפן דארט. פערצן הייסט לכאורה דאבל פארקינג.