בלאט 1 פון 1
איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm
דורך moshav zekeinim
אזוי ווי מיין רעביצין תחיה גייט באשפיצלט מיט א שפיצל, וואס כידוע איז א שייטל ביי אונז גאר הארב צוליב פאה נוכרית און גויאישקייט און צניעות און אנדערע הארבע איסורים וכו׳ וכו׳, איך אלס סאטמארער תלמיד ווייס אז מיר חבר׳ן זיך נישט מיט מענטשן וועלעכע פירן זיך נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה.
איך ווייס אז סאטמארער רבי האט נישט גע׳אסר׳ט קיין שייטלען, אבער לויט אונזער שיטה אז שייטלען טראגן איז אסור ומשוקץ כמבואר בתשיבות הדברי חיים ועוד הרבה פוסקים לרוב, וויל איך וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן אז מיר זאלן זיך מתחבר זיין מיט מענטשן וואס לויט אונזער שיטה טרעטן זיי בשט נפש אויף עקרי התורה?
מושב זקנים.
Re: איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:57 pm
דורך טרויבן88
moshav zekeinim האט געשריבן:אזוי ווי מיין רעביצין תחיה גייט באשפיצלט מיט א שפיצל, וואס כידוע איז א שייטל ביי אונז גאר הארב צוליב פאה נוכרית און גויאישקייט און צניעות און אנדערע הארבע איסורים וכו׳ וכו׳, איך אלס סאטמארער תלמיד ווייס אז מיר חבר׳ן זיך נישט מיט מענטשן וועלעכע פירן זיך נישט אויסגעהאלטן. איך ווייס אז סאטמארער רבי האט נישט גע׳אסר׳ט קיין שייטלען, אבער לויט אונזער שיטה אז שייטלען טראגן איז אסור ומשוקץ כמבואר בתשיבות הדברי חיים ועוד הרבה פוסקים לרוב, וויל וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן אז מיר זאלן זיך מתחבר זיין מיט מענטשן וואס לויט אונז טרעטן זיי בשט נפש אויף עקרי התורה?
מושב זקנים.
די גאנצע שייטל ביזנעס איז א מעסס. די אלע קול קורא'ס זענען געווען אמת און די צייטן ווען א פרוי איז געווען א גארנישט... זע דא...
viewtopic.php?p=349525#p349525
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:59 pm
דורך moshav zekeinim
אה, דו הייבסט אן מיט דיין אויפגעקלערטקייט, איך בין דא געקומען הערן א דעת תורה און נישט א מיינונג פון אן אנגעליינטער.
Re: איז מותר לבעלי שפיצל להתחבר לבעלי שייטל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:33 pm
דורך טרויבן88
moshav zekeinim האט געשריבן:אה, דו הייבסט אן מיט דיין אויפגעקלערטקייט, איך בין דא געקומען הערן א דעת תורה און נישט א מיינונג פון אן אנגעליינטער.
איך פארשטיי נישט פינקליך דיין פראבלעם... הלכה'דיג קען מען טרעפן התרים. אבער די קולטשור פראבלעם וועט עניוועי בלייבן... סא?
בכלל וואס האט דיר בארעכטיגט מיר אנצירופן א אנגעליינטער?
אוך פאנג אן רחמנות האבן... דיין ווייב גייט טאקע א שפיצל אדער נאר א משל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:38 pm
דורך אייז קריעם
די גמרא און יבמות זאגט אז בית הילל און בית שמאי האבן געגעסן איינער ביים צווייטן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:49 pm
דורך מודיעין
אז דו בויעסט אויף סאטמאר רב, דארפסטו נישט מער פון מעשה רב, אז צווישן סאטמאר רב'ס נאנטס'טע מענטשן, זענען זייערע פרויען געגאנגען שייטלען. היתירו פרושים את הדבר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:56 pm
דורך moshav zekeinim
דער רבי זי"ע האט עס נישט געהאלטן פאר קיין איסור (כל זמן עס איז איידל און האלב צוגעדעקט), אבער מיר אין אונזער משפחה האבן א מסורה ביז צאנזער רב אז א שייטל איז חזיר טרייף, לויט דעם פארשטיי איך נישט פארוואס איך זאל מעגן זיך מתחבר זיין מיט בעלי השייטלען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:06 am
דורך berlbalaguleh
טרויבן88: וואס איז א משל, די רעבעצין אדער די שפיצל?!...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:48 am
דורך לית דין בר נש
טעות
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:51 am
דורך קאמענטירער
פארוואס זאל דער ''בעל''השפיצעל זיך נישט חבר'ען מיט דער ''בעל'' השייטעל ער איז דאך זיין חבר פון כולל?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:19 pm
דורך moshav zekeinim
וואלט א חסיד זיך גע׳חבר׳ט מיט א מזרחיניק? וואלט א סאטמארער געלערנט אין א א כולל מיט אגודיסטן אדער געדאוונט מיט זיי בקביעות לכתחילה?
פארוואס איז אזוי פשוט אז עס איז פאר מיר אויסגעהאלטן זיך מתחבר צו זיין צו שייטל טרעגער? זיי טרעטן בשט נפש אויף עקרי התורה און זענען חוטא ומחטיא את הרבים, ספעציעל די מיט לאנגע יומען העיר שייטלען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:24 pm
דורך קאמענטירער
נישט קוקענדיג אויף די איסורים זעה איך נישט פארוואס זאל איך מיר נישט חבר'ען מיט א די מאן פון די שייטעל טרעגער וואס איז ער שולדיג ער טוט נישט די עוולה?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:29 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: איך האב ערגעץ געליינט אז די ערליכע אידן און די צדיקי הדור, בשעת די מיהאלאוויצער תקנות זענען געמאכט געווארן זענען ארויס בחרב ובחנית אקעיגן די מאדערנע שייטלען פון יענע טעג, וועלכע זענען געווען גאנץ קורץ און געקרייזלט. די לאנגע שייטלען מיט די גלאטע האר האט זיי נישט געשטערט. דאס איז באטראכט געווארן אלס די העכסטע מאס פון צניעות...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:11 pm
דורך קאמענטירער
berlbalaguleh האט געשריבן:מושב זקנים: איך האב ערגעץ געליינט אז די ערליכע אידן און די צדיקי הדור, בשעת די מיהאלאוויצער תקנות זענען געמאכט געווארן זענען ארויס בחרב ובחנית אקעיגן די מאדערנע שייטלען פון יענע טעג, וועלכע זענען געווען גאנץ קורץ און געקרייזלט. די לאנגע שייטלען מיט די גלאטע האר האט זיי נישט געשטערט. דאס איז באטראכט געווארן אלס די העכסטע מאס פון צניעות...!
און מקען נאך צולייגען אז היינט איז שוין ליידער דא וואס גייען מיט ביי-ביי האר איז שוין גאר אן ענין צו גיין מיט א שייטעל, כעין וואס סאטמאר רב פלעגט פרעדיגן אין די שטאט שול אז מזאל אנטון שייטלען!!!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:30 pm
דורך moshav zekeinim
אידן עס איז אלול, הערט אויף מיט די ליצנות, איך פרעג אן ערנסטער שאלה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:55 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:אידן עס איז אלול, הערט אויף מיט די ליצנות, איך פרעג אן ערנסטער שאלה.
מושב זקנים: נאכאמאל...דו פרעגסט אן ערנסטע שאלה. א דעת תורה...?! דאמאלס, וואו אהין איז פארשווינדן געווארן דער מושב זקנים וועלכער האט (נישט אזוי לאנג צוריק) געהאקט אויף, און געוואלט אונטערברענגען דאס חרדי'זם פאר א יעדע פרייז...?!
איך בין געווען זיכער אז שלום דיען שרייבט די ארטיקלען אונטער אן אנדער'ן נאמען. איך מוז איהם גיין מפייס זיין...!