בלאט 1 פון 2
ואלה הצאן מה חטאו
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:19 pm
דורך יוחנן הסנדלר
פארציילט מיין אידענע זי איז געגאנגען אפטראגן מיין קליינע אין UTA ברכה סימא די וואך די ערשטע טאג שולע, איז ביים טיר געשטאנען צוויי שווארצע גוים און גענומען איינטריט קארטלעך, ווער עס האט נישט געהאט איז געשיקט געווארן לינקס אינדרויסן אין נישט אריינגעלאזט געווארן. זעט זי א היפשע גרופע קליינע קינדער פון ערשטע ביז פערטע פיפטע קלאס צו וואס שטייען אינדרויסן און אלע האבן געוויינט דערשראקן! ניטאמאל קיין אידישער איינגעשטעלטער איז דארט געווען צו עפעס קעיר נעמען אדער בארואיגן די קליינע וואס זענען געקומען עקסייטעט דעם ערשטן טאג און ווערן נישט אריינגעלאזט דורך גוים אן פארשטיין פארוואס. מיין אידענע זעט איין מיידעלע האט ממש געוויינט היסטעריש ס'איז געווען א רחמנות, האט פרובירט פרעגן איר נאמען, ענדליך נאכן זוכן אין בריף קעיס געטראפן א נומבער געקאלט זאגט די מאמע איך בין א קימפעטארן דאס קינד איז ביי א מומע מיין מאן איז ביים ארבעט איך בעט אייך העלפט דאס קליין קינד.
יא דער רבי פארט אויף פריוואטע פליגער מיט רובי שרון צו שאפן מיליאנען פאר פראנצויזישע קינדער אין חינוך עצמאי, אבער קינדער פון אייגענע אחינו בשרינו ווערן נישט אריינגעלאזט אין שולע מיט אכזריות דורך שווארצע גוים, בלויז פארן חטא אז זיי זענען פון ארימע שטובער.
ורוח הקודש אומרת על אלה אני בוכיה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
אבער אלע מוסדות אין בארא פארק מאכ'ן דאך נאך זייערע פרומע תקנות??
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
סגולה גדולה צו ווערן געהאלפן: די עלטערן זאלן זיך דערקלערן ציונים, וועט מען קומען ראטעווען זייערע קינדער בחינם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:52 am
דורך יהושע חיים
די עלטערן זענען נישט אינגאנצען אומשילדיג ווייל מען האט געבעטן זיך צו רעגסטרירן (געלט וועט מען שוין שיקן א ביל אבער קודם שרייב דיר איין) און פאר זייער פוילקייט אדער "עס וועט שיון זיין גוט"
דארף די מוסדות צוזאם שטעלן קלאסן
אפשר דארף מען אויפנעמען נאך אן אנגעשטעלטער אדער אפזאגן
ווי סאך קינדער זענען געפארן קיין מאנסי מאנרא בלומעמבערג זיך צו באזעצן מיט זייער עלטערן וכו' וכו'
על כן ווען די עלטערן פאר נארישע סיבת שרייבן נישט איין קיין קינד דארף מען אסאך מאל טיהן אום אנגענעימער שריט
(נישט אז איך האב נישט רחמנות אויף זיי)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:44 am
דורך יוחנן הסנדלר
ניין בכלל נישט די קעיס. אלע זענען איינגעשריבענע קינדער פון פאריאר נאר מען גיבט נישט ארויס קיין איינטריט קארטן נאר נאכן דורכגיין א גאנצן ליסטע, משמרתת העלט פארומס ועל כולם אז מען האט א באלאנס באקומט איר קיין קארטלעך. וואס איך זע דא אלץ פארברעך איז דאס שטעלן צוויי גוים פשוט צו הייסן קליינע קינדער בלייבן אויפן גאס, אנשטאט א אידיש איינגעשטעלטער זאל זיצן און אויפנעמען די קינדער און ווער עס האט נישט קיין קארט זאג מיידעלע קום זעץ דיר אראפ איך דארף קאלן דיין מאמע, זאל קוקן אויפן קאמפיוטער און זען יעדן וואס איז די מעשה. ווי דערמאנט אזי דאס וויינענדיג קינד פשוט נישט אינדערהיים געווען די עלטערן האבן געהאט א קינד. פשוט אנשטאט איינער זאל זיך אפגעבן טוהן די שמוציגע ארבעט איז גרינגער א שווארצער גוי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:52 am
דורך signout
דוקא די מוסד, די רייכסטע אין שטאט, אויסגעצאלטע בנינים מיט די מערסטע פראגרמען אין גרעסטע שנאר אפעראט אפי' אין די פרמעדע גאס איז אלס די סעמפל פין נייע שטאפעלן אין געלט רייבעריי, זיי ספאנסערן אלע פארטיישע שטוק פין די קהילה, אלע לעלא'ס זענען אויף פעיראל, האלטען אויס די קהילה'ס אנדערע מוסדות אין אנדערע געגנטער, יעצט געענדיג א בילדינג ווי האט אריינגעלייגט די גרעסטע לוקסוס אין נערישקייטן, ווי יעדע טאטע האט געמוזט צאלען 1000 קרן הבנין, אין מ'האט צוגעשנארט 4 מאל וואס עס קאסט צו בויען, אבער מ'העכערט שכר לימוד יעדע שטוק צייט אנע רחמנות, אז ס'וועט זיך נישט דא אפשטעלן וועלן עס אלע מוסדות נאכטוהן, בשעת פאר די איינגעשטעלטע צאלט מען קאפיקעס כמעט ווי בשנים קדמניות ווערט אבער די געלט פרעסערע ממש ווי א 2016 קאללעקשאן עיזשענסי
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:00 am
דורך signout
כ'גלייב - לויט ווי די סיסטעם גייט דארט, איז יא דא א היימישער אינגערמאן, ער זיצט אין א זייטיגע שטובל אין האלט זיך אינטער אויף די קעמרע, פראביר נאך אהינצוגיין כאפעל בילדער פין די שחורים (מיט א כשרע כלי) וועלן די היימישע ארויסטאנצען
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:01 am
דורך לייבעלע
@סיינואט די רעדסט פאר קינאה די ביסט א געשווירענער שונא פאר זיי סאו דיין אפיניאן איז ווערטלאז
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:03 am
דורך שמעקעדיג
ישמעו אזניך למה שאתה מוציא מפיך...
.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:04 am
דורך ליפא
זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:11 am
דורך signout
ליפא האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט
צו אימינוזעישן פארשטייען נאר שחורים?
די שחורים טשעקן פארוואס די סיבה פין נישט האבען איינטריט קארלטעלך? די פראבלעם איז אז זיי זענען די וועגווייזער פאר אנדערע מוסדות אין רייסן שטיקער פין די עלטערן אין 'יעדער' וועט סוכ''ס ליידן דערפון
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:16 am
דורך ליפא
וועגן שחורים ווייס איך נישט. פון איינעם הער איך אז אבאמא איז יעצט אין ניו יארק האבן זיי געדינגען דוקא שחורים אים צו געפעלן אזוי וועט ער אפשר ליינען די פעטיציע וועגן סאמעט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:18 am
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז ס'האט גארנישט מיט שכ'ל
עס האט צוטון מיט אימינוזעישן,
די קינדער האט מען אהיימגעשיקט
אויב ס'איז אמת, שאני...אבער מ'קען עס נאכאלץ טון אויף אן איידעלן וועג...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:20 am
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:וועגן שחורים ווייס איך נישט. פון איינעם הער איך אז אבאמא איז יעצט אין ניו יארק האבן זיי געדינגען דוקא שחורים אים צו געפעלן אזוי וועט ער אפשר ליינען די פעטיציע וועגן סאמעט
ליפא: דאס איז א גוטע פורים תורה. אבער דו מיינסט עס דאך אויך נישט ערנסט...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:27 am
דורך ליפא
יעצט געהערט פון א צווייטן אז לעצטע יאר האבן זיך אפאר קלוגע עלטערן אפגערעדט אז מ'האט געדינגען נאר ווייסע גוים וואס שמעקט פון ראסיזם, האט די מוסד יעצט געוואלט נעמען א געמיש פון ביידע אבער די ווייסע האבן נישט געוואלט קומען אויב ס'אויך דא שחורים. גיי ווייס וועם צו גלייבן
Re: ואלה הצאן מה חטאו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:26 pm
דורך טרויבן88
אויב די פראבלעם איס אימיוניזאציעס, זענען זיי גערעכט און מיין אויגן, עס איז א אלטע פראבלעם טון נישט נאר און אינזער קאמיוניטי, אז מען וואקסינירט נישט, די ארגאנישע האבן א שטיקל ווינט, ממילא זאל מען לאזן די מיידלעך אין גאס און טאקע שטעלן שווארצע ווייל אויס א אינגערמאן וועט שטיין דארט וועט די עזרת נשים עם בארעדן און די גאנצע שטאט, אבער איז עס שכר לימוד האבן די רויבערישע מוסדות נישט קיין רעכט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:40 pm
דורך ליפא
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:איז ביים טיר געשטאנען צוויי שווארצע גוים און גענומען איינטריט קארטלעך
ליגענט. איך האב גערעדט מיט איינעם וואס ארבעט דארט און ער האט מיר געזאגט אז ס'זענען געווען דארט צוויי ספאנישע לעידיס. נישט שווארצע און נישט מענער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 3:29 pm
דורך lazar
אבער דאס אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אן א איינטריט קארטל איז יא אמת?
Re: ואלה הצאן מה חטאו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 6:41 pm
דורך יהושע חיים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:09 pm
דורך יוחנן הסנדלר
איבערגעפרעגט, געווען איין מאן שווארצער און איין פרוי נישט צוויי פרויען. און זיכער נישט קיין רעגירונג באאמטע איינער פון זיי ארבעט פאר פרדס פיגא. די רעגירונג שטייט נישט ביים טיר זייט זיכער. און נאכאמאל מען האט נישט אריינגעלאזט וועגן וואקסינאציעס צו משומר צו א געלט חוב, קיינער איז נישט געשטאנען און געקוקט אויף א סקרין צו ליסטע.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 8:11 pm
דורך אלס ווייסער
איך בין דירעקט נישט קיין זאלי אבער במחילת כבודכם עטס הייבטס נישט אן רעדן צום זאך, שטעל זיך פאר וואאספארא רשעים פארד, שעווי וכו׳ זענען, איך דארף האבן א קאר און זיי ווילן מיר נישט געבן מיט א נארישן (אנטיסעמיטישן?) תירוץ אז איך האב נישט באצאלט, העלאו???? דא איז נישט רוסלאנד ווי אלעס איז (מכלומרשט) פאר פרי!!! דא דארף מען צאלן פאר סערוויסעס!!!
איך קען נישט גלייבן אז דא אין די ״אויפגעקלערטע״ קאווע שטיבל ווערט פלוצלינג יעדער א פול פלעדזש חסיד און שרייען ״אלעס קומט זיך מיר״ און דו טארסט נישט זאגן אז איך מוז צאלן שכ״ל!
יעצט ריגארדלעסס וויפיל געלט די מוסדות האט (וואס אגב יעדער וואס איז אינוואלווד אביסל ווייסט אז מען האט געשניטן א געוואלד מיט פראגרעמס די לעצטע פאר יאר און ע״פ דרך הטבע גייען זיך א שיינע פאר מוסדות צומאכן אין די קומענדיגע שטיק צייט), באפרייט דיך דאס דען פון דיין אחריות צו צאלן דאס ביסעלע (יא, די היימישע מוסדות טשארדזשן ווייניגער ווי האלב פון מוסדות אין לעיקוואד אדער סייווי) שכ״ל???
עס באדערט מיר אז נארמאלע מענטשן רעדן און גלייבן אזויפיל שטותים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:30 pm
דורך שמעקעדיג
ביזנעס-ווייז ביסטו 100℅ גערעכט. אבער נאר ביזנעס-ווייז.
Re: ואלה הצאן מה חטאו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:59 pm
דורך יהושע חיים
וועלכע ביזנעס מאכט א דינער? וועלכע ביזנעס נעמט זאת נדבת'ן ביים אריינגאנג? וכו' וכו'
Sent from my Fire Phone using Tapatalk