בלאט 1 פון 1
שוהם שטיין פון חושן אנדעקט אין אפריקע!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:47 am
דורך וויליאמסבורגער
די שוהם שטיין פארט שוין אראפ פון דור צו דור פאר טויזענטער יארן און איז יעצט געווארן פאבליק אין אפריקע. שוהם שטיין הייסט onyx, און געפינט זיך ביי א מענטש אין אפריקע. ער דערציילט אז ער האט די שטיין בירושה פון א עלטער עלטער וכו' זיידע וואס האט עס באקומען אין יאר 1189 פון אן אייניקעל פון א כהן גדול.

א פלא עצום איז אן אין די שטיין איז דא צוויי אידישע אותיות פון די אלטע כתב עברי פון 3000 יאר צוריק, אבער נישט אריינגעקריצט נאר טיף אין די שטיין ממש אויף א וועג וואס ס'איז אוממעגליך ארייצושרייבן.
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... salem.html
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:13 am
דורך קאמענטירער
וואס איז יעצט געשען אז סאיז יעצט נתפרסם געווארן אויב סאיז א מעשה פון ירושה?
און בכלל אויב דו קענסט ברענגן נאך פרטים ער פרישריעט טענקס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:27 pm
דורך ונבנתה העיר
כדאי לציין די גמ' סוטה מ"ח אז די שמיר קריצט ואינה חסירה כלום.
שמיר למאי אתא מיבעי ליה לכדתניא אבנים הללו אין כותבין אותן בדיו משום שנאמר (שמות כח, יא) פתוחי חותם ואין מסרטין עליהם באיזמל משום שנאמר במלואותם אלא כותב עליהם בדיו ומראה להן שמיר מבחוץ והן נבקעות מאליהן כתאינה זו שנבקעת בימות החמה ואינה חסירה כלום וכבקעה זו שנבקעת בימות הגשמים ואינה חסירה כלום.
Re: שוהם שטיין פון חושן אנדעקט אין אפריקע!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:57 pm
דורך קל וחומר
די שטיין איז ווערד ארום 200 מעלאנעס. דער בעה"ב איז אין קאנטאקט מיט אן אנאנימער ביזנעסמען וואס זוכט א קויפער וואס וועט עס אומקערן צו איר היים-ארט ישראל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
דארף מען אנפרעגן ליכט שטראלן צו דער מהר"ל האט געהאט א מיסינג שוהם אין לאנדאן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:51 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דארף מען אנפרעגן ליכט שטראלן צו דער מהר"ל האט געהאט א מיסינג שוהם אין לאנדאן.
אה, יעצט פארשטיי איך שוין וואס די מיסטעריע איז געווען מיט די שלשה אחים, אברהם,יצחק און יעקב אין די מעשה פון רחל שטרן, וואס זיי האבן געטראפן עפעס א וואונדערליכן שטיין, נאכ'ן אויפשפארן דעם באהאלטענעם צימער מיט די גרויסע שלסל וואס זיי האבן געטראפן ערגעץ אין א ווינקל...!