בלאט 1 פון 2

די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינונג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:28 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אויב האט איר זיך געוואונדערט וואס איז די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג, אט האט איר אויסצוגן פון דעם ארטיקל וואס איז ערשינען אין "די צייטונג" צוויי וואכן צוריק אין דעם רובריק "שמחת הגוף והנפש" אין די פארעם פון א חיזוק בריוו "וואס אן אומגליקליכע מאמע וואס איר זון איז ארויס לתרבות רעה האט באקומען אויף די פאסט. די בריוו איז שטארק מחזק די צעבראכענע מאמע".

די חיזוק בריוו-ארטיקל באהאנדלט דריי וויכטיגע פאקטארן און גייט אדורך איינס ביי איינס, (איך וועל נאר ברענגען געקליבענע ציטאטן ווייל די ארטיקל איז צו לאנג).

א. וואס די באדייט פון די צרה איז פאר די עלטערן
ב. ווער איז שולדיג אין די ערשיינונג
ג. וואס די עלטערן קענען-זאלן טוען דערוועגן

א. די שרייבערן פונעם בריוו איז מאריך צו מסביר זיין די עלטערן ווי גרויס זייער צרה איז (זי וויל דאך איר סך הכל מחזק זיין...) צווישן אנדערן שרייבט זי (איך נעם אן אז די שרייבער איז א פרוי, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט):

"טייערע מאמע, עס איז זיכער אז קיין גרעסער אומגליק איז אין די וועלט נישט פאראן. קיין שום צרה שבעולם קען זיך נישט פארמעסטן מיט אזא צרה. קיין שום צער קומט נישט צו, צו דער צער וואס דו טייערע מאמע האסט ווען די קוקסט אן דיין אייגן קינד וואס האט פארשעמט השי"ת, פארשעמט די תורה, און פארשעמט כלל ישראל. אזא צער איז פיל ערגער ווי זיצן שבעה נאך א מת, ווייל צו האבן א קינד וואס גליטש אראפ פונעם ערליכן דרך איז א לעבעדיגער טויט. פון א מת פארגעסט מען, אבער אזא מת קען מען נישט פארגעסן, ווייל ער לאזט נישט במנוחה נישט בזה און נישט בבא".

דער שרייבער איז ממשיך מחזק זיין די צעבראכענע מאמע אז זי זאל נישט מיינען אז לאחר מאה ועשרים וועט איר זיין בעסער:

"חז"ל זאגן אז עס קען זיין א טאטע וואס איז א יראת שמים, א תלמיד חכם און אפילו א גדול בישראל, אבער אויב דער טאטע האט א קינד א רשע, דאן ווען דער טאטע קומט אויף יענע וועלט, כאטש באמת פארדינט זיך אים גן עדן, קען נישט דער טאטע האבן מנוחה אויף יענער וועלט! די מלאכי חבלה ווארפן אראפ דעם טאטן צום נידעריגסטן גיהנום וואו דער זון דער רשע געפינט זיך, כדי דער טאטע זאל זען ווי זיין קינד דער פורק עול ליידט די ביטערע יסורים אין גיהנום. דער טאטע קען נישט האבן קיין מנוחה דארט אויבן, כל זמן דער זון איז אין גיהנום. דער צער און ליידן פון האבן א קינד וואס איז ארויס לתרבות רעה באגלייט בזה ובבא".

דער שרייבער איז ממשיך מחזק זיין די צעבראכענע מאמע און פירט אויס און פאל זי איז נאך נישט אינגאנצן מחוזק:

"דער רבונו של עולם קען נישט מוחל זיין די שאנדע וואס דער פורק עול האט פארשאפט. הקב"ה צערנט און מאנט א חשבון פון די עלטערן פונעם קינד, פארוואס עס האט געקענט פאסירן אזא פגם אין קדושת ישראל אז איין קינד זאל פארלוירן גיין רח"ל. דאס איז א פגם וואס פארפלעקט גאנץ כלל ישראל".

ב. דא גייט די שרייבערן אריבער צום טעמע ווי אזוי האט דאס פאסירט? און ווער איז שולדיג? זי לאזט נישט קיין ספיקות פאר די צעבראכענע מאמע וועם זי וויל זייער שטארק מחזק זיין:

"זיינע פראבלעמען האט זיך אנגעפאנגען אין די בחור'ישע יארן. דער מגיד שיעור פלעגט זיך פיל אפרעדן פאר אייך אז אייער קינד חלומ'ט זייער אסאך ארום, זיין קאפ שטייט אים נישט ביים לערנען, ער טשעפעט זיך כסדר צו, צו די לאו-קלעסס חברים, און זיינע אויגן שטייען אים נישט גראד. דאך פלעגט איר נישט נעמען די ווערטער פון זיין מגיד שיעור ערנסט. איר פלעגט ענטפערן ער איז נאך א יונג קינד, ער וועט נאך אויפוואקסן".

נאכן דורכגיין א גאנצע ליסטע וואס די מאמע וואלט ווען געברויכט זאגן פאר די קינד פארן חופה און זי האט נישט געזאגט, פירט זי אויס:

"איצט טייערע מאמע, האסטו שוין פארשפילט יענע צייט. אייער קינד איז שוין געגאנגן אונטער די חופה.. אייער קינד האט צוביסלעך אנגעהויבן צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט. אייער קינד האט אנגעהויבן אריינצונעמען אין קאפ אז ער וויל אויסזען פונקט ווי דער אפגעפארענער איד מיט א קליינע קאפל, און גרויסע טשופ, וואס דרייווט א גרויסע דזשיפ. אייער קינד האט אנגעהויבן רעדן און האבן שייכות מיט גוים פון זיין ארבעטס פלאץ. אייער קינד האט אנגעהויבן ארבעטן אויפן קאמפיוטער כדי צו געניסן פון מער אינטעליגענציע, כדי צו ווערן באטראכט אלס "א מענטש פון סאסייעטי". אייער קינד האט אנגעהויבן צו גיין צו ספארטס און אנדערע אומווערדיגע פלעצער. אייער קינד האט אנגעהויבן גיין מטה מטה און ער גליטשט נאך אלץ".

די בריוו שרייבערין לייגט פארביג אראפ ווי אזוי דער גליטשער זעט היינט אויס:

"צוביסלעך איז אים געווארן די בארד אינגאצען אויסגעציפט, צוביסלעך זענען אים די פאות קלענער געווארן פון טאג צו טאג, צוביסלעך איז די טשופ גרעסער געווארן, צוביסלעך איז די שווארצע סאמעטענע הייליגע קאפל אויפן קאפ קלענער געווארן, און צוביסלעך האט ער אויסגעטאן די חסידישע מלבושים ביז ער איז געבליבן בלויז מיט א ווייס העמד און שווארצע הויזן. אזוי זעט ער אויס ווען ער קומט צו אייך אין שטוב. ווער ווייסט וי אזוי ער זעט אויס ווען ער קומט צו זיין ארבעטס פלאטץ? ס'איז זיכער אז ער טראגט שוין א טי-שערט און אפשר גאר גרויס סניקערס אזוי ווי די גוים רח"ל".

זי פירט אויס, ווער איז שולדיג?

"איר האט אים נישט געוואלט צוברעכן, האט איר אים גארנישט געוואלט זאגן, און איר האט אים נאר געוואלט מקרב זיין, אבער דאס וועט נישט זיין גענוג א פארענטפערונג דארטן אויבן אין הימל ווען מען וועט אייך שטעלן צום דין! אייער קרבות וועט נישט זיין גענוג א שטארקער מיטל אים מחזיר בתשובה זיין".

ג. דא גייט די שרייבערין אריבער צו דריטע חלק וואס די מאמע ברויך צו טוען כדי מחזיר בתשובה זיין איר זון:

"על אלה אני בוכיה, עיני ירדה מים. ווי זאל איך נישט וויינען אויף דיין בראך, מאמע? ווי זאל איך נישט פארגיסן טייכן טרערן אויף די גרעסטע צרה שבעולם וואס האט דיך געטראפן? יא, ס'איז דא אויף וואס צו וויינען. טאקע נאר דאס וויינען וועט דיר מאמע ברענגען די רפואה. נעם די אויבנ-דערמאנטע ווערטער צום הארץ. יא! זאל דיר עס שטארק טרעטן צום הארץ און נאר דיין טיפער ווייטאג און צער וועט ברענגען די ישועה".

"טייערע מאמע כאטש צו דיין צער איז קיין גרעניץ נישטא און קיינער קען דיך נישט טרייסטן פון דיין ביטערן בראך פון האבן א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רח"ל, דאך זאלסטו גוט וויסן אז מיט דיין אייגענעם כח קענסטו אים צוריקברענגען. וועט איר פרעגן וואס איז מיין כח? אייער כח איז יראת שמים, אייער כח איז אייער רצון, אייער כח איז אייער טרערן".

דא גייט די שרייבערן אריבער מסביר זיין וואס זי מיינט מיט יראת שמים, רצון און טרערן:

"צוערשט טוישט אביסל אייער התנהגות. טוישט אייער לבוש. טוישט אייער רעדן מיט מער יראת שמים. טוט זיך פארבעסערן. וויבאלד איר גייט ארויפצו אין אידישקייט האט איר א כח ארויפצושלעפן פונעם תהום אייער זון אויך. טוישט אייער לבוש אויף אביסל בעסער. פארמיידט פריצות, פארמיידט צו רעדן צו פרעמדע מענער. אפילו ווען עס איז יא וויכטיג צו רעדן, זאל דאס רעדן זיין מיט די מערסטע בושה און צניעות.

זי איז ממשיך מיט פראקטישע אנווייזונגען:

"אנטזאגט אייער דזשאב צו ארבעטן אין א אפיס וואו עס דרייען זיך מענער. א כפרה די דזשאב! פארמיידט צו רעדן ניבול פה אדער ווערטער וואס איז נאנט צו ניבול פה. פארמיידט חברותא וואס שלעפט אייך אראפ. און די זעלבע צייט וואס איר שטייגט אביסל אין יראת שמים זאלט איר מקרב זיין אייער קינד זייער שטארק".

דא איז זי ממשיך מסביר זיין וואס זי מיינט מיט רצון און טרערן:

"זאגט אים אז אייער לעבן האט נישט קיין ווערד אויב ער איז נישט קיין ערליכער איד. זאגט אים אז אייער הארץ איז צעריסן אויף שטיקער און איר טרעפט נישט קיין מנוחה אין לעבן, ווייל ער גליטש אראפ פונעם דרך הישר... זאגט אים ליבליכע מוסר פון טיפן הארצן, ער מעג אייך זען וויינען. ער מעג אייך זען טרויערן נאך אים.

די שרייבערן פירט אויס מיט אן הבטחה:

"מיט די צייט וועט דאס הארץ פון אייער קינד אויסגיין פאר צער צוליב אייער צער, און ער וועט אנהויבן שפירן אז ער קען דאס נישט טאן קעגן אייך. צוביסלעך וועט ער אפלאזן זיינע שלעכטע וועגן".


מען ברויך דעם רעדאקטאר פונעם צייטונג אברהם פרידמאן איבערלייגן און אריין פראקן מנה אחת אחוריים פארן ערלויבן צו דריקן אזעלכע עקסטרעמיסטישע ראדיקאלישע ארטיקלען-בריוון אין די ראמען פון זיין צייטונג. דער עכברא איז טאקע משוגע אבער דער חורא איז חייב.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:43 am
דורך פידלער
מיין גאט! דאס איז האריפיי-ינג! פון ווי נעמסטו אז די שרייבער איז א פרוי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:48 am
דורך שמעון וואלף
כ'בין מודה אז כ'האב שוין לאנג נישט אריינגעבליקט אין "די צייטונג" אבער ווי איך געדענק פאר צען יאר צוריק איז עס געווען א פארהעלמעסיגע נארמאלע צייטונג, חוץ די צוויי בלעטער פון ישראל מ. סופר וואס מ'האט אריינגעלייגט צוציווארפן א ביינדל פאר'ן סיטרא אחרא (און אפשר פאר אונזער [tag]berlbalaguleh[/tag]). איך בין דעריבער זייער סורפרייזט אז אזא שכל'לאזע "בריוו" איז דארט געדריקט דארטן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:56 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פידלער האט געשריבן:מיין גאט! דאס איז האריפיי-ינג! פון ווי נעמסטו אז די שרייבער איז א פרוי?

עס איז נישט מסתבר אז די בריוו איז אן אמת'ע בריוו ווייל אפילו אזא צעדרייטע ראדיקאל ווי דער בריוו שרייבער וועט נישט שיקן אזא בריוו צו א צעבראכענע מאמע ולכן לייגט זיך אויפן שכל אז עס איז א פאבריקאצירטע בריוו פונעם רובריק-שרייבער, און עס ליגט מיר אין קאפ (פון צען יאר צוריק) אז דאס איז א פרוי פון טאהש (איינער פיש), אבער עס קען זיין אז די שרייבערס האבן זיך שוין געטוישט זינט דאן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:58 am
דורך berlbalaguleh
ניין: בענדזשאמין פרענקלין איז נישט גערעכט. מ'דארף אפשר אויספראקן אין חלק אחוריים דעם רעדאקטאר אברהם פריעדמאן. אבער נישט ווייל ער לאזט אזעלכע ..."עקסטרעמיסטישע" בריוו אדורך גיין אין זיין צייטונג. ניין. פונקט פארקערט. ער פארדינט זיך אויסגעפראקט צו ווערן, ווייל ער ברענגט צו ווייניג פון אט די בריוון און מיינונגען ארויס.
איך האב טאקע געוואלט געבן פאר די צובראכענע מאמע פון דעם זוהן וואס גליטשט נעבעך אין שאול תחתית, א פאר פראקטישע עצות וואס זי קען טון כדי מחזיר למוטב זיין איהר זוהן. ערשטנס זאלל זי זעהן אז די קליידער וואס זי און איהרע טעכטער טראגן זאללן נישט זיין קליען און פאסיג אנצוטון. אזוי ווי סטייליש,ח"ו. נאר ס'זאלל הענגען און אויסזעהן צולאטשעט. (פאר מער פרטים קענט איהר זיך פארבונדן מיט די חשוב'ע רעבעצין קלוגהויפט, אדער, להבדיל, הרב פאלק שליט"א פון לאנדאן) נאכדעם זאלל זי מאכן זיכער אז איהר מאן און די בחורים (די אנדערע קינדער וולכע זענען נאך ערליך, ב"ה) זאללן זיך אנהייבן אפשערן נאר מיט א טריפל זירא. און, פארשטייצעך מקפיד זיין אויף א זעקס סלייסעס קאפל. אויך זאללן זיי אויפהערן צו נעמען א שויער א יעדן טאג און טוישן די אונטערוועש מיט'ן העמעד. פון נוצן דעאדארענט , רח"ל רעדט מען דאך שוין נישט. דאס האט ליידער אראפגעפיהרט פונ'ם אידישן וועג א סאך טייערע און הייליגע משפחות. און ווער שמועסט נאך, פון נוצן די אלע שמעקעדיגע זייפן און שעמפאאס. וואס דאס זענען ממש עיקרי תורה והדת. ביי אונזערע זיידעס האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן.
נאך א זאך אויף וואס איך האב געוואלט מעורר זיין. וואס איז ליידער געווארן שטארק נפרץ אפילו ביי היימישע משפחות. דאס עסן די אלערליי דיפס מיט אלע העברעאישע נעמען למיניהם אום שבת קודש, רחמנא ליצלן. ביים רעבי'ן זכוסעיאגנאליינע האט מען דאס נישט געזעהן. דאס איז א ריין ציוניס'טישע מנהג, וואס די ציונים האבן ר"ל אריינגעברענגט אין אונזערע ריינע און ערליכע געגנטן כדי אראפצופיהרן די ערליכע אידישע קינדער מדרך המסורה לנו מאבותינו ורבותינו הקדושים. און אין דעם זכות וואס אונז נעמען זיך פאר צו פארבעסערן וועלן די אפגעפארענע נשפע ווערן און זיי וועלן חוזר בשאלה זיין. וילמדו תועים בינה...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:03 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'בין מודה אז כ'האב שוין לאנג נישט אריינגעבליקט אין "די צייטונג" אבער ווי איך געדענק פאר צען יאר צוריק איז עס געווען א פארהעלמעסיגע נארמאלע צייטונג, חוץ די צוויי בלעטער פון ישראל מ. סופר וואס מ'האט אריינגעלייגט צוציווארפן א ביינדל פאר'ן סיטרא אחרא (און אפשר פאר אונזער [tag]berlbalaguleh[/tag]). איך בין דעריבער זייער סורפרייזט אז אזא שכל'לאזע "בריוו" איז דארט געדריקט דארטן

שמעון וואלף: ליין מיין תגובה פון היינט.נאכדעם זאג מיר צו דאס איז אויכעט פון די סיטרא אחרא. אדער גאר פון די סיטרא דקדושה...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:04 am
דורך [NAMELESS]
ווי זאגט מיכאל'ן: "אזא wow!"

מי מילל ומי פילל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:07 am
דורך כוכב
געשריבן געווארן דורך עקספערימענטירער, ראשי תיבות וועלן נאכפאלגן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:08 am
דורך יואב
די שופרות בלאזן שטערקער אין אלול. א פחד.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:18 am
דורך זבולון
אומגלויבליך.

עס איז אפשר אראפ פון דעם נושא, אבער איך באמערק לעצטנס אז עס איז דא אזא משוגעת פון אזעלכע וואס ווילן "מחזק" זיין אנדערע, מיט דעם וואס זיי פראבירן זוכער מאכן אז דער פאטענציאלער "מחוזק" דארף חיזוק און איז טאקע צובראכן. און טאמער זענען זיי נישט זיכער הונדערט פראצענט אז יענער איז צובראכן, וועלן זיי טוהן אלעס וואס זיי קענען, אז ער זאל טאקע זיין זיכער אז ער דארף זיין צובראכן...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:35 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
באקומען פון איינעם:
this ts horrifying even from an orthodox perspective. As a son of a parent who has a OTD child I can see my mother being devastated and maybe even get a heart attack after reading such a disgusted article, here she is going for therapy not to blame herself and to accept reality and live a normal life, and then she reads, supposedly from a trusted source, just the opposite. where is the responsibility of the editor of this news paper

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:44 am
דורך זבולון
לדעתי, איז דאס נאר א סימפטאם פון אסאך אן ערגערע פראבלעם, וואס דאס איז דער שורש פורה ראש ולענה פון אלע אזעלכע פראבלעמען.

אין אן ענווייראמענט וואס א מלמד קען פארטיילן קארטלעך פאר קינדער אז 20% עלטערן פון די קינדער זענען פערדן, וכדומה. איז אזא בריוו בכלל נישט קיין סורפרייז.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:45 am
דורך יתרו
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:"צוביסלעך איז אים געווארן די בארד אינגאצען אויסגעציפט, צוביסלעך זענען אים די פאות קלענער געווארן פון טאג צו טאג, צוביסלעך איז די טשופ גרעסער געווארן, צוביסלעך איז די שווארצע סאמעטענע הייליגע קאפל אויפן קאפ קלענער געווארן, און צוביסלעך האט ער אויסגעטאן די חסידישע מלבושים ביז ער איז געבליבן בלויז מיט א ווייס העמד און שווארצע הויזן. אזוי זעט ער אויס ווען ער קומט צו אייך אין שטוב. ווער וויסט וי אזוי ער זעט אויס ווען ער קומט צו זיין ארבעטס פלאטץ? סאיז זיכער אז ער טראגט שוין א טי-שערט און אפשר גאר גרויס סניקערס אזוי ווי די גוים רח"ל".

ווי עס שיינט רעדט מען ניטאמאל דא פון א OTD מען רעדט סך הכל פון איינער וואס גייט טי-שערטס און גרויסע סניקערס, ברויך מען פרעגן די שרייבער צו קראקס איז בעסער...

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:48 am
דורך קל וחומר
כ'בין ערענסט מסופק אויב א קינד מיינעם וואלט אזוי געשריבן צו ס'וואלט מיר נישט אנגעמאכט מער צער ווי ווען א קינד גייט אראפ דעם דרך ל"ע.

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:39 am
דורך טרויבן88
גרויליג, עס דערמאנט מיר פון א עכטע טי ווי שאו איבער א קולט ווי די מאמע האט נישט געמעגט זען די קינדער ווייל זי איז נישט גענוג הייליג...
עניוועי וויפיל פראצענט האלט אבער באמת אזוי?

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בערעלע, פון דיר האב איך דאס נישט געראכטען. 'מילא אן אמעריקאנער, וואס מיינט אז די קאנטינענטס פון די וועלט באשטייען פון סיגעיט, ניי וויליאמסבורג, מאנרא און דער יעצט אנטדעקטע נייעם שטערן 'בלומינגבורג' ע"ש דער מעיאר וואס האט אונז געראטעוועט פון מציצות למיניהם, אזא איינער קען מיינען אז הרב פאלק קומט פון לאנדאן. אבער דו ביסט א וועלטס בירגער און דו ווייסט ווייטער ווי דער קליינטשיגעל טריי סטעיט אומגעגענט???

הרב פאלק קומט פון מאנטשעסטער און זינט ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי לבית שטיינהויז (פון די באקאנטע שטיינהויז קראם אין גייטסהעד) וואוינט ער אין גייטסהעד לאורך ימים ובנים. גייטסהעד פון לאנדאן איז א מינימום פון פינף שעה מיט א קרא און דריי מיט א באן. און נישט דער סאבוועי באן, נאר א געהעריגע כמנהג יוראפ.

דער ארטיקל איז העכער מיין קאפ. וואס וויל יענער אויפ'ן אמת? אז איינער מיט א זון וואס חלומ'ט אין ישיבה קטנה זאל שוין ארויסווארפען דאס קינד פון שטוב? אז א יונגערמאן וואס שפירט זיך גענוג היימיש אין זיין עלטערענ'ס שטוב אריינצושפאצירען בלויז מיט'ן העמד זאל וויסען אז ער איז אן אויסווארף?
איך בין יענער וואך געווען אין שפיטאל ערגעץ אין די סטעיטס און איך האב געזען אן אראבישע משפחה מיט די מאמע מיט א שווארצע קלייד ארום די גאנצע קערפער, אחוץ די אויגען, וואס אויף זיי איז געווען א פאר בריללען. איך האב געטראכט צו זיך 'פרוצה פוי!' פארוואס? ווייל עכטער צניעות'דיגער אראבער דעקען צו די אויגען אויך! אזוי אויך ביי אונזער צאצקע וואס גייט אם ערליכע חסידישע העמד מיט א טאשען זייגער, אבער דער וועסטעל האט ער געלאזט אין קאר. אחת דתו....

-

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
-

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:57 am
דורך פערינא
אונטרעסאנט אז די ענין פון לועג לרש גייט נאר ארויף אויף די ציצות אבער הייליגע סאמעטע קאפלעך דארף מען נישט באהאלטן ווען מ'קומט ארויף צום בית החיים.

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:11 am
דורך mevakesh
טרויבן88 האט געשריבן:עניוועי וויפיל פראצענט האלט אבער באמת אזוי?

גערעכט רוב מענטשן האלטן נישט אזוי אבער דאס אליינס איז דער פראבלעם אז נאר די פאר וואס זענען אזוי עקסטרעם האבן די לעגיטימאציא צו רעדן און נאר זיי הערט מען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:38 am
דורך moshav zekeinim
איך האלט אז איינער וואס האט א ספאוז וואס גייט מיט מיט די פארפרומטע פראפעגאנדע און איז נישט וויליג אפצוטראגן פון די שלעכטער סבובה, זאל דעם ספאוס פשוט אפ׳גט׳ן.

Re: די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:44 am
דורך mevakesh
moshav zekeinim האט געשריבן:איך האלט אז איינער וואס האט א ספאוז וואס גייט מיט מיט די פארפרומטע פראפעגאנדע און איז נישט וויליג אפצוטראגן פון די שלעכטער סבובה, זאל דעם ספאוס פשוט אפ׳גט׳ן.

ווי קומט דאס אריין דא?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:53 am
דורך יתרו
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דער שרייבער איז ממשיך מחזק זיין די צעבראכענע מאמע אז זי זאל נישט מיינען אז לאחר מאה ועשרים וועט איר זיין בעסער:

"חז"ל זאגן אז עס קען זיין א טאטע וואס איז א יראת שמים, א תלמיד חכם און אפילו א גדול בישראל, אבער אויב דער טאטע האט א קינד א רשע, דאן ווען דער טאטע קומט אויף יענע וועלט, כאטש באמת פארדינט זיך אים גן עדן, קען נישט דער טאטע האבן מנוחה אויף יענער וועלט! די מלאכי חבלה ווארפן אראפ דעם טאטן צום נידעריגסטן גיהנום וואו דער זון דער רשע געפינט זיך, כדי דער טאטע זאל זען ווי זיין קינד דער פורק עול ליידט די ביטערע יסורים אין גיהנום. דער טאטע קען נישט האבן קיין מנוחה דארט אויבן, כל זמן דער זון איז אין גיהנום. דער צער און ליידן פון האבן א קינד וואס איז ארויס לתרבות רעה באגלייט בזה ובבא".

געדענק איך נישט אין ש"ס בבלי זאל שטיין אזא זאך, אפשר א ירושלמי? עני העלפ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:53 am
דורך שמעקעדיג
כיתרו ועוד, וואו טרעפט מען דעם חז"ל? מיינט זי צו זאגן אז אברהם אבינו איז אין דעם נידריגסטן גיהנם אינאיינעם מיט זיין אויסוואורף ישמעאל, יצחק מיט עשו'ן, און דער באר מים חיים מיט זיין אפגעפארענעם זון? קל וחומר, מה-דאך סתם א מענטש מאכט אזא פגם אין קדושת ישראל, וכלשונה "הקב"ה צערנט און מאנט א חשבון פון די עלטערן פונעם קינד, פארוואס עס האט געקענט פאסירן אזא פגם אין קדושת ישראל אז איין קינד זאל פארלוירן גיין רח"ל. דאס איז א פגם וואס פארפלעקט גאנץ כלל ישראל", איז דאך פיל ערגער אז די סאמע גרינדער פון כלל ישראל, אונזערע הייליגע אבות וואס זענען די יסודות פון כלל ישראל, און האבן אזעלכע קינדער ה"י, איז דאך דער פגם למעלה מהשגתינו. ווער קען זיך פארשטעלן ווי שרעקליך הקב"ה צערנט???