בלאט 1 פון 1

פרישער היימישער פרנסה, אאובער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 5:57 pm
דורך תורה ומדע
זאגט מיר א שכן אז ער האט נישט געהאט קיין פרנסה פאר א וויילע, און יעצט פארדינט ער שיין איבער אן אלףל לשבוע מיט אאוהבער. אפשר איז דאס דער עצה פארן אוםעדיוקעיטעד חסידישער עולם צו ווערען בעלי עגלות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 6:05 pm
דורך נולד מאוחר
נא ספאסט נישט

Re: פרישער היימישער פרנסה, אאובער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 6:17 pm
דורך טרויבן88
עס איז אן אלטע זאך אז א קאר סערוויס דריייווער מאכט אסאך געלט, אין btw און מאנרא זענען רוב קאר סערוויס דרייווער טאקע חסידישע, אבער ווי געזאגט איז דא א גרויסע סטיגמע איבער די קאר סערוויס דרייוון בערך אזוי ווי די באס דרייוון סטיגמע, יענע סטיגמע איז 35% געווארן אויסגעראטן, אבער ווייט פון פערפעקט, אבער וואס איז יא געשען אז בפניו מאכט מען נישט חוזק פון איינער וואס דרייווט א באס, אין אויך איז אמאל געווען א אידישע קאר סערוויס אין ווילי, אבער ווי פארשטייט זיך איז דאס צאמגעפאלן,
אבער Uber שטעלט פאר א מוראדיגע אפארטוניטי פאר א אינגערמאן, לאמיר זאגן ער לערנט זיך א פאך קען ער מאכן א פאר דאללאר און די זייט יעדן טאג כדי ער זאל נישט אויסגיין, עס איז נישט דא קיין שעות, אדרבא אפשר וועל איך עס פראבירן.... (פארשטייט זיך אין א גויאישע געגנט...)

אויכעט ווערט די קאר סערוויס געפלאגט פון א מוראדיגע לאנגווייליגייט און מען האט נישט וואס צי טון דארף מען הערן אדער ראדיא אדער שיעורי תורה, און וויפיל איז די שיעור צי הערן???

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:18 pm
דורך קאצקע ציקער
באס דרייווער סטיגמא?? איך ווייס נישט פון אזא זאך אפשר קאר סערוויס אבער סקול באס דרייווער מאן דכר שמיה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:06 pm
דורך קאמענטירער
תורה ומדע האט געשריבן:זאגט מיר א שכן אז ער האט נישט געהאט קיין פרנסה פאר א וויילע, און יעצט פארדינט ער שיין איבער אן אלףל לשבוע מיט אאוהבער. אפשר איז דאס דער עצה פארן אוםעדיוקעיטעד חסידישער עולם צו ווערען בעלי עגלות

איך ווייס נישט פארוואס ביזט אזוי אויסן צו טשעפענן, אז אויב איינער טוט עפעס צו ברענגען געלד, איז ער ''אוםעדיוקעיטעד'', איך האב פאר אייך נייעס אז א שיינע פראצענט סטודענטן וואס ווילן אויס צאלן זייער קאלעזש הלוואות, נעמען זיי אן אין זייער פרייע צייט צו זייין א קאר סערוויס דרייווער,

אלזא סהאט גארנישט מיט ''עדיוקעיטעד'', אדרבה אויב איינער וויל פילן אז ער טוט עפעס אויף, און וויל אריינברענגען עפעס געלט אין שטוב, איז עס זייער א שיינע און איידעלע מיטעל, און סהאט חוץ די חסרונות נאך אפאר מעלות, איז אלזא אויב איינער קען מיטיילען עקספיריענס פון זיך אנשליסן אין אובער, זאל ביטע מיטיילען מיטן עולם אפאר טיפס, פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:23 pm
דורך אהרן
אז מען רעדט שוין... uber איז א מולטי ביליאן דאלער קאמפעני, נעמט אראפ פון די דרייווער %35, זייער וואליו איז לכאורה היפש איבערגעטריבן, זיי זענען טאקע די גרעסטע און דעקן די מערסטע שטעט איבער די וועלט.

און בעיקר זענען זיי די וואס פירן די לעגאלע קאמפ איבעראל מיט די לאקאלע טעקסי און לימא קאמפעניס, לדוגמא דא אין ניו יארק סיטי האט די יעלא קעב קאמישען געקעמפט אנטקעגן זיי מיט ציין און נעגל נאכדעם וואס א דאנק uber איז די פרייז פאר די מאדעליון'ס געפאלן פון א מיליאן דאלער א שטיקל צו פיר הונדרעט טויזענט דאלער א שטיק, זייער טענה איז געווען אז היות uber נעמט וויפל דרייווער עס לאזט זיך ווערן די סיטי גאסן צו אנגעלייגט... למעשה האבן זיי דאס אויסגעפייעט אז אויף 'דערווייל' לאזט מען עס ווי אזוי עס איז און מען וועט מאכן א סטאדי, וכך היא דרכה בכל קצוי תבל.

למעשה וואס פאסירט אבער עס הייבן אן ארויסצושפראצן קליינע קאמפעניס וואס האבן נישט דעם אווערהעד, בעיקר די לעגאלע ווייל uber האט עס שוין געטוען, ווי אויך דארפן זיי נישט עדיוקעטן דעם עולם פאר די נייע סארט טעקסי באנוץ, uber האט באצאלט פאר דעם אויך, זיי אפפערן בעסערע רעיטס פאר די דרייווערס, ווי למשל אין NYC קומט יעצט ארויף א קאמפעני JUNO זיי בעטן פונעם דרייווער נאר %10, כהיום האבן זיי %25 OFF, די promotion עס האט נישט קיין expiration date, כמדומה טשארדשען זיי נישט קיין surge פרייזן אבער דער דרייווער באקומט עס יא, הגם עס לאזט זיך גלייבן אז איינמאל זיי קומען אריין שטארק וועלן זיך זאכן טוישן, אבער למעשה בויעט זיך אויף א אינדוסטרי, הגם uber איז די ערשטע לאזט זיך קלערן וויאזוי עס זיך אויסארבעטן אין צען יאר ארום, ווער עס וועט למעשה דאמינירן די מארקעט, ווי עס זעט אויס פאקאסט uber צו דאמינירן די גלאבאלע אינדוסטרי ווען בשעת מעשה רוקן זיך אריין די קליינע לאקאלע..

Re: פרישער היימישער פרנסה, אאובער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:26 am
דורך טרויבן88
דער Uber איז פון די מערסט איבערגעטריבענע קאמפעניס אויפן סטאק מארקעט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:15 am
דורך קאמענטירער
טרויבן88 האט געשריבן:דער Uber איז פון די מערסט איבערגעטריבענע קאמפעניס אויפן סטאק מארקעט

וואס הייסט איבערגעטריבן?

מיינסט אפשר אויפן מארק זענען זיי טייערער ווי זיי זענען באמת, וויאזוי קען זיין אזא זאך?

Re: פרישער היימישער פרנסה, אאובער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:58 am
דורך טרויבן88
קאמענטירער האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:דער Uber איז פון די מערסט איבערגעטריבענע קאמפעניס אויפן סטאק מארקעט

וואס הייסט איבערגעטריבן?

מיינסט אפשר אויפן מארק זענען זיי טייערער ווי זיי זענען באמת, וויאזוי קען זיין אזא זאך?

זיי זענען ווערט 66 ביליאן דאללאר וואס איז א משוגענע נאמבער, אין ווען די פרעגס וויאזוי קען זיין??? WhatsApp יוכיח אז טעכנעלאגיע אויפן סטאק מארקעט האט נישט א געהעריגע וועג וויאזוי ס'ארבעט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 8:49 pm
דורך שצם_חנכל
אין די צייט וואס Juno און אנדערע באקראצען זיך מיט אוועקציפן אובער באנוצער האלט שוין דער לעצטער זייער נאנט ביים אראפלייגען אטאנאמישע אטאמאבילן אויף די ראודס. (זיי האבן פארגאנגענע וואך געלאזט לויפן א בעטא פראגראם אין פיטסבורג https://techcrunch.com/2016/09/14/1386711)

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאר אינטערעסאנטע ארטיקל אין ניו יארק טיימס איבער אובער.

https://www.nytimes.com/interactive/201 ... .html?_r=0

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 2:14 pm
דורך יעקב מענטש
זיי לייגן עס אראפ אין זייער א נעגאטיוון בליק, מ'קען עס אנרופן מאטיוואציע אנשטאט מוח-קאנטראל.

Re: פרישער היימישער פרנסה, אאובער

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:25 pm
דורך טרויבן88
אן ארטיקל אינעם גארדיען לייגט אראפ א מיאוס בילד פון אובער'ס סעלף דרייווינג קאר פראגראם,
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס אָבער האט נישט געוואלט פאלגן די קאליפארניע געזעצן....

https://www.theguardian.com/technology/ ... iving-cars

אינטערשריפט: פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל גע'אסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 6:12 am
דורך בלויע רעקל
Uber איז נישט קיין פאבליק קאמפאני = האט נישט קיין סטאקס, און נישט קיין קלארע ווערד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 8:14 am
דורך קורקלענד
נישט ממש. זיי האבן סטאקס. אזויווי יעדע קארפאראציע. נאר ס'נישט פובליק. זיי פארקויפן אבער פון צייט צו צייט פרישע סטאקס צו פריוואטע אינוועסטירער און דאן מאכן זיי וואליועישאן'ס צו שאצן די ווערט. און לויט די ווערט שאצט מען די פרייזן פון די סטאקס. זיי זענען געשאצט געווארן דורך אינוועסטארס אין די הויכע ביליאנען. און מענטשן רייסן זיך צו קויפן סטאקס ביי זיי.