בלאט 1 פון 1

ברוך הבא הרב יחד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:10 pm
דורך כוכב
קאווע שטיבל האט היינט געהאט דער כבוד אז עס האט זיך אין איר איינגעשריבן פון אן אונטער טירל א חשובער גאסט, הרב יחד, א געהויבענער גר צדק פון ארץ ישראל וואס באזוכט אצינד אין אמעריקע.
די ערשיינונג פון הרב יחד איז א בחינה פון ויחד יתרו ווען ליידער טרעפן מיר זיך נישט אין אזעלכע גוטע אומשטענדן. הרב יחד האט מיטגעלעבט א שווערע פאל דעם שבת וואס ער שילדערט אין צימעס מיט אלע אירע טונקעלע פארבן, מיר דרוקן אויס אונזער סימפאטיע און שטיצע פאר הרב יחד און די עושה מעשי רשע ווערן פארדאמט דורך יעדן רעכטדענקיגער מענטש.
פון די עטליכע און צוואנציג שעה וואס מיר האבן זיך באקענט מיט דעם פערזענליכקייט, קען איך נישט גענוג אויסדרוקן מיין התפעלות איבער דעם חשובן גר צדק, וועלכער פארמאגט א ריין אפן הארץ, א הארץ פול מיט יראת שמים און אמת'קייט און ליבשאפט צום עם ישראל. הרב יחד האט זיך אריינבאקומען צו אונז אין שטיבל דורך די צימעס אונטער טירל, אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן אים נישט ענטפאנגען מיט אפענע ארעמעס, און איך וויל אויסנוצן דעם אשכול אים צו באגריסן מיט א הארציגן ברוך הבא.
און אצינד, א פערזענליכע ביטע, אז מיר האבן דעם כבוד אייך צו האבן דא, עס שיינט אז איר האט א דראמאטישע לעבנס געשיכטע, וויאזוי איר זענט נתקרב געווארן צו אידישקייט און דעם לאנגען וועג ביז אהער, פילייכט אפשר וואלט איר אונז געקענט דערציילן וויאזוי איר זענט געווארן טייל פון דעם עם הנבחר, איך בין זיכער עס וועט זיין פאר אונז גאר אינספירירנד.
גיטס אלע א ווארעמע ברוכים הבאים פאר הרב [tag]yachad[/tag].

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:24 pm
דורך קאצקע ציקער
היכא תמצא מען קען מקיים זיין א מצות עשה מיטן געבן א לייק... חברה כאפטס אריין דעם גלעגענהייט.

Re: ברוך הבא הרב יחד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 8:41 am
דורך פליקער
שלום עליכם מר. יחד, אולי זיי מסביר ווי אזוי שרייבסטו פליסיג אידיש און די קארצע צוויי א האלב יאר, איך קען גרים וואס נאך צוואנציג יאר קענען נאר עינגליש אדער ספרדים פון געבורט רענען נישט מער ווי הויעך דער בוטשער. סיי וויאזוי ביזטו ווילקאם דא און איי פיל סארי פאר דיין דורך גאנג, איך האף נאר אז דו וועזט נישט ווערן סארפרייזט דא וויפיל חסרה דא חלישן צו ווערן גויים, און עס גייט זיי נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:12 am
דורך קאמענטירער
קאווע שטיבעל.קאם - שוין חדשים וואס עס רודערט זיך אין די שטיבעל, אז עפעס א חשובע גאסט דארף צו קומען, אין עטליכע אינגע עסקנים האבן זיך טאקע אריינגלייגט דערין אינעם סדר קבל''פ, אז אלעס זאל קלאפען דער מיטן רויטן טעפיך, און דער צווייטער אז די תינוקת של בית רבן זאלן האבן גענוג פאקלען, און דער מיט פענער, הקיצור אפצורעכטן א פייערליכן קבלת פנים צו אנטפאנגען אזא חשובע גאסט, אבער אויוויי!.. דער איש מכובד האט זעט אויס געוואלט פראווענען עניוות, און אזוי אריינגעקומען אין שטיבעל פונעם אונטערשטען טיר, דארטען ווי מען פירט ארויס אלע שווארצע גארביזש בעגס פון שטיבעל צום סאנעטעישן, וואספארא בושות.. אפאר ערענערגישע יונגערלייט זענען גלייך אונטער געשפרינגען, אין צוגלייגט א האנט ארויס צושלפען די חשובע גאסט און זאל זיך חלילה נישט אויסגליטשען פון די הויפענס שמוץ וואס ליגט דארטן, און אריינגעפירט די אורח מכובד צום הויפט טיר מיטן רויטן טעפי,ך ברוך הבא כבוד הרב (שרייב עפעס ווי כאן פרוץ הקהל בשיר ושמחה לכבוד האורח וכו') און סאיז טאקע אונזער אלעמנס האפענונג, אז דער חשובער און באגאבטער בעל ידען וועט נישט בלייבן דא קיין גאסט! נאר אונז מיטיילען פון זיינע רייכע באגאזשן, צדיק בא לעיר זו הודה זו זיווה וזו הדרה.
ברוך הבא הרב יחד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:42 am
דורך שמיטשיק
ברוך הבא הרב יחד! אויב ביסטו טאקע דער חשובער גר צדק חזק ואמץ! מיר זענען אלע מיט דיר!

Re: ברוך הבא הרב יחד

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 2:42 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
ער זאגט אויפ אינסטעגרעם אז אראבער האבן א אינטרעסיע אין עיהם מער ווי אחינו בני ישראל בילד