בלאט 1 פון 1

שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:07 pm
דורך yachad
איינער וואס איך קען לייגט א מאל א מאל תפילין ביי נאכט. איך ווייס, און ער ווייסט, אז דער רבנים פסק׳נען אז מ׳טאר נישט אפי׳ אויב דאורייתא מ׳מעג. אבער איך בין ניידעריג, טאמער איינער לייגט יא תפילין ביי נאכט און נישט ביי טאג, דאורייתא, איז ער יוצא פאר יענער טאג וואס איז געווען, אדער דער טאג וואס וועט זיין, אדער נישט יוצא מיט גארנישט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:53 pm
דורך איסר האטלקי
מדאורייתא יוצא ליום הבא.

Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:59 pm
דורך יהושע חיים
עס ווענד זיך וויאזוי מען לערנט די חיוב פון תפילין איז געוואנדן אינם טאג אדער מען דארף אייביג גיין תפילין און אינז גיימער לכה"פ איינמאל א טאג

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 8:06 pm
דורך איסר האטלקי
יהושע חיים האט געשריבן:עס ווענד זיך וויאזוי מען לערנט די חיוב פון תפילין איז געוואנדן אינם טאג אדער מען דארף אייביג גיין תפילין און אינז גיימער לכה"פ איינמאל א טאג

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אויב לויטן צווייטן וועג איז נישטא קיין שום טעגליכער חיוב, הויבט זיך נישט אן דער גאנצער שאלה. ער איז יוצא פאר יעצט ביינאכט און פארטיג. אויב אבער איז עס א טעגליכער חיוב דאן איז עס ווארשיינליך פאר מארגן.

Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:03 pm
דורך טמיר
מדרבנן האט ער בפשטות זיכער נישט יוצא געווען, ווייל עס נישט נאר א איסור צו לייגן, נאר עס לאו זמן תפילין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:00 am
דורך זבולון
דוכט זיך מיר אז עס איז נישט פארהאן קיין חיוב הנחת תפילין פאר יעדן טאג, סא די שאלה איז נישט רעלעווענט.
תפילין איז א זכרון פאר א גאנצן טאג, און אונז האבן מיר עס אוועקגעלייגט נאר פאר שעת ק"ש ותפילה צוליב פארשידענע סיבות, אבער עס האט גארנישט צו טוהן מיטן טאג.

די איינציגסטע מקור דוכט זיך איז אין זוהר וועגן א קרקפתא דלא מנח תפילין, וואס דארטן איז אויך דא א מחלוקת צו עס איז פאר יעדן טאג אדער פאר אייביג, ואיכמ"ל.

קארעקט מי איף איי עם ראנג.

Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:00 am
דורך יהושע חיים
אסאך אחרונים (אריינגערעכנט פמ"ג וביאור הלכה) אז לילה איז יא זמן תפילין
נאר עס איז אסור אלס שמה יפיח אויב מען ווייסט אז מען איז אין מצב וואס מען קען זיך איינהאלטן און נישט איינשלאפן מעג מען לייגן תפילין (אזוי ווי א יוצא לדרך לפני עלות השחר)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:01 am
דורך ליפא
With a Bracha? I don't think so

Re: שאלה וועגן לייגן תפילין ביי נאכט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:10 am
דורך יהושע חיים
ליפא האט געשריבן:With a Bracha? I don't think so

ניין מען מאכט נישט קיין ברכה אלס גזירת חז"ל
מען מאכט ווען עס ווערט טאג (אויב איך געדענק גוט זאגט רעק"א אז מען זאל נישט מאכן קיין ברכה ווייל ער האט שוין מקיים געווען מצות תפילין ביים אנטיהן)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:58 am
דורך מודיעין
עיין פרמ"ג (הובא בביאוה"ל ריש סי' ל"ז) אז אויב מ'האט איין טאג נישט געלייגט תפילין האט מען מבטל געווען א מ"ע. און פושעי ישראל בגופן הוא קרקפתא דלא מנחא תפילין איז א גמרא, און די פמ"ג ברענגט בשם א' מהאחרונים אז אפי' ביטל יום א' גייט אויך אריין בכלל זה, עס איז דא ראשונים וואס האלטן אז דוקא אויב מ'האט קיינמאל נישט מקיים געווען די מצוה, הייסט מען א פושעי ישראל.

און להלכה מבואר במחבר ומ"א, דלילה זמן תפילין הוא, נאר עס איז דא א איסור צו לייגן משום שמא יישן בהם, ובאופן וואס עס איז נישט דא די חשש, דאס הייסט מ'קען נישט איינשלאפן ווייל מ'גייט אויפן וועג, דעמאלטס מעג מען לייגן ביינאכט, און א ברכה מאכט מען ווען עס ווערט טאג, און רעק"א רעדט ווען מ'האט שוין געמאכט א ברכה ביינאכט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:30 pm
דורך זבולון
אההה.. סארי, מיין זכרון פאנגט שוין אן צו וועפן.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:46 am
דורך ציבעלע-קיגל
נישט ער מעג מאכען א ברכה און נישט ער איז יוצא

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:02 pm
דורך אישתישבי
ער איז יוצא מיט א גזירה שוה פין טאשער